אלול – דער תשפ"ב קאמפיין-סעזאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8162 מאל

אלול – דער תשפ"ב קאמפיין-סעזאן

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אה... מלך בשדה. דער קעניג איז אין פעלד.

פון וואנענט קומט ער? וואס זוכט ער אין א פעלד? דאס אלעס פעלט נישט אויס צו וויסן. איין זאך ווייסט א איד, אלול איז מלך בשדה.

כ'וועל אייך זאגן אן אינטערעסאנטע זאך, דער 'מלך בשדה' איז נישט קיין מדרש, ניטאמאל א זוהר. עס איז רעלאטיוו גאנץ-לעצטענס אריין אין דעם עמך-שפראך.

עס קומט גאר פון דעם אלטן רבי'ן, דעם בעל התניא, וועלכער נוצט דאס אלס א משל מסביר צו זיין די חילוק פון אלול ביז תשרי:

ווען דער קעניג קומט אין שטאט אריין, איז ווילאנג ער איז נאך אינדרויסן, אין פעלד, גייט יעדער ארויס אים מקבל פנים זיין און ער נעמט יעדן אויף מיט א ברייטן שמייכל.

אבער איינמאל ער קומט אין שטאט אריין, אין קעניגליכען פאלאץ, דא איז שוין נישט הפקר א וועלט. אריין צום קעניג קענען נאר די שיינע אידן, און אויך נאר מיט ספעציעלע רשות פון פריער וכו' וכו'.

אט דאס איז דער משל אויף אלול און תשרי.

-------

אויף אזוי ווייט איז עס א נייע הבנה אין אלול, אז איינער פון די חשוב'סטע משגיחים פונעם ליטווישן חדר אין ארץ ישראל – נישט וואוסענדיג פון וואו דער מושג שטאמט – האט זיך געבייזערט ביי א מוסר שמועס:

"אמאל האט מען געוואוסט אז עס קומט אלול ציטערט מען! היינט לאזט מען זיך וואויל-גיין מיט מלך בשדה..."

אויף אן אנדערען מתנגד זאגט מען אז ער האט שוין יא ערענסט אנגענומען דעם מלך בשדה נאראטיוו:

"ווילאנג דער צעלאזטער לייב איז איינגעשפארט אין שטייג, קען מען זיך נאך ווי-נישט-ווי אן עצה געבן מיט אים. אבער אז עס קומט אלול, און דער לייב לויפט ארום א ווילדער אויפן אפענעם פעלד, איז דאך א פחד איום ונורא!"

----------

אבער וואס? אונז האט דער אלטער רבי יא מזכה געווען מיט'ן הייליגן מושג פון מלך בשדה.

קען זיך אבער מאכן א שטיקל פראבלעם. איך האב קיין מלך אין מיין לעבן געזען, קוים עפעס א שדה'לע איז אמאל געפאלן אונטער מיין בליק.

אלס מיר אויס קען דער פריץ שפאצירן אין זיין 'שלאס', אדער ארויסגיין באטראכטן זיין 'גיט'. כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר. מיר איז נייטיגער צו וויסן פארוואס טאיאטא'ס נייע מיניווען קומט נאר אין א הייבריד-מאדעל.

---------

ענדליך האב איך מיר געכאפט וואס איז טייטש מלך בשדה אויף ענגליש – עס איז קאמפייניג סעזאן!

מיר האבן אים ממליך געווען אויף א יאר, אט קומט זיין טערמין צו אן ענדע און דער קאנדידאט לויפט ארום די דערפער און קאמפיינט.

ער זיצט נישט אין אוועל-אפיס, ער גיבט נישט ארויס געשליפענע פרעסס-ריליעסעס. ניין, וואס עפעס. ער איז גאר קיין אריסטאקראט מעודו געווען.

ער איז איינער פון אונז, משלנו, זיין גרעסטער תענוג אין לעבן איז זיך צו קענען בילדערן מיט וויינעדיגע בעיביס, און אדורכשמועסן ענינים העומדים ברומו של עולם מיט פארגרעבטע פארמער.

ווי האט פרעזידענט רעיגען געזאגט נאכ'ן געבן א קאמפיין-רעדע ערגעצוואו אויף אן אייאווע'ר פארם, שטייענדיג אויף א בארג איכות'דיגע זבל:

"דאס איז דאס ערשטע מאל וואס כ'גיב א רעפובליקאנער דרשה, פון א דעמאקראטישער פלאטפארמע..."

------

אבער אז דער קאמפיין-סעזאן קומט צו אן ענדע, איז אנדערע צייטן.

פלוצלונג האט דער שיינער לאנגער קעדילעק עפעס מער חן ווי פיקאפ-טראק פון די זיבעציגער, און א זיידענע שניפסל פארט זיך בעסער צו די גלאנציגע שיך, ווי אן אויסגעריבענער קעפ.

דער פרעזידענט זעצט זיך אריין בהיכל מלכותו, און דו קענסט וויינען הושיעה המלך, קענסט מאכן פעטיציעס און גאו-פאנד-מיס, עס איז קיינער נייגעריג אין דיר.

--------

איין גרופע האט אבער אפענע אויערן אין וואשינגטאן. סיי וועלכע בקשה זייערע ווערט אפגענטפערט מיט אן הכנעה'דיגן 'יעס סיר'.

ספעשל אינטערעסטס.

וואס פאר א מין לחש איז דאס 'ספעציעלע אינטערעסן'? אין וואס ליגט זייער כח? איז דאס עפעס א ספעציעלע מין ראסע אין וועלכע מען ווערן אריינגעבוירן?

ניין.

כ'וועל אייך זאגן. 'ספעשל אינטערעסטס' זענען טאקע לעצטענס גאנץ פארהאסט איבערן לאנד, ספעציעל ביים אלגעמיינעם בירגער, אבער דער סוד אונטער זייער כח איז א לאגישער און א פשוטער.

זיי האבן ערוועלט דעם קאנדידאט.

מיט זייערע מיליאנען, דרוק, אדער סיי וואס, האבן זיי געזען דערצו אז דער קאנדידאט זאל אריינגעוועלט ווערן אין אפיס.

און ממילא? איז דאס א מין שוחד? גיבט עס רעכט פאר'ן קאנדידאט זיך אפצוגעבן מיט זייערע אינטערעסן?

אט הערט דעם לומדות:

דער קאנדידאט איז בכלל נישט א מענטש פאר זיך. כ'מיין וועמען אינטערעסירט דען עפעס א יאסל ביידן פון דעלעוועיר? דער גאנצער קאנדידאט איז בסך הכל א פארקערפערונג פון די אלע וועלכע האבן אים אריינגעשטעלט אין אפיס.

איך בין דאך א פארנומענער מענטש, מיט א פולן סדר היום. כ'דארף גיין אין מקוה, כ'דארף טרונקן א קאווע מיט א ציגאר, וכו' וגו'. איך האב נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט אפגאניסטאן.

מיין שכן האט אויך א פולן סדר היום, ער האט נישט קיין צייט צו פארהאנדלען מיט רעבעצין פעלאסי. אזוי איז אויך מיט זיין שכן עד סוף כל השכנים. דריי הונדערט מיליאן שכנים אין אמעריקא.

זעמיר געפאלן אויף א וואזשנעם פלאן. לאמיר נעמען אן אכט-און-זיבעציג-יעריגן ליידיגגייער פון דעלעוועיר, און ער וועט דאס אלעס ערלעדיגן אין אונזער שליחות.

נו, לייגט צו קאפ, אז יאסל דעלעוועיר'ער גייט און טוט גענוי וואס 'איך' וויל, איז עס אומ-מאראליש? איז ער משוחד?

ניין און ניין. ער איז בכלל נישט קיין מציאות פאר זיך, אז 'איך' זאל 'אים' דארפן משחד זיין. ער 'איז' מיר. ער שטייט פאר 'מיינע' אינטערעסן.

---------

שוין, כ'בין פארקראכן. וואס וויל איך זאגן?

מיר אידן, מיר סופער-דעלעגאטן, האבן ממליך געווען דעם אייבערשטן פאר א יאר צייט.

'ממליך געווען'. שוין צופיל לשון הקודש. לאמיר עס טייטשן אויף אידיש: מיר האבן אים געזעצט אויפן בענקל.

קומט סוף יאר, חודש אלול, און דער אייבערשטער איז אפ-ענד-אבאוט. ער לויפט ארום על פני השדה קאמפיינען, כביכול. קינדער טייערע, ליבע ברידער, זייטס מיר ממליך אויף נאך א יאר.

נו, און אז מען גייט קאמפיינען, איז עס קיין צייט צו ווארפן שארפע בליקן – ומראה פנים שוחקות לכולם, זאגט דער בעל התניא. דער קאנדידאט איז דא, ער זיצט מיט אונז פשוטי עם, ער שמועסט מיט אונז שוה בשוה.

איז יעצט אז מיר האבן דאס ביסעלע שכל אים אריינצוועלן אויף נאך א יאר, דארף ער שוין האבן אן אפענעם אויער צו אונז א גאנץ יאר.

און נישט ווייל מיר האבן אים משחד געווען, ניין, עס איז נישט אן אונטערן-טיש געשעפט. ער דארף אונז געבן כל טוב ומיטב, ווייל מיר האבן אים געזעצט אויפן בענקל. ווייל ער איז אונז, און מיר זענען אים.

מיר אידן זענען די פערזאנעפעקאציע פון זיין מלוכה אויף דער וועלט. מיר זענע זיינע אמבאסאדארן, און מיר ארבעטן נאך אווער-טיים אויסצושפרייטן זיין מלוכה, ער זאל ווערן מלך על כל הארץ.

מיר פארבינדן זיך די האנט און דעם קאפ מיט זיינע שבחים, און ער פארבינדט זיך מיט אונזערע. תפילין דמרי עלמא מה כתיב בהו? ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ. אה, עס רינט אים די שפייעכץ, קוקטס וואס פאר א גוי כ'האב דארט אונטן...

צופיל ברירות האט ער נישט. מיר האבן אים געזעצט אויפן בענקל – איז ער אונזערער. טאג און נאכט דארף ער פאר אונז ארבעטן.

ווי זאגט דער רמב"ם אויף א מלך ישראל: לבו הוא לב כל קהל ישראל. מיר זענען איין און די זעלבע זאך.

דאס איז שוין אפגע'פסק'ענט אז א מלך איז מחויב זיך אפצוגעבען בצרכי ישראל ביום ובלילה. נאר איינס פון די מצות המלך בלייבט אויף אונזער אחריות – לא ירבה לו סוסים...

לאמיר נישט זיין קיינע בהמות בצורת פערד. לאמיר אויסנוצען דעם קאמפיין-סעזאן צו ווייזן אונזער קאנדידאט אז 'מיר' זענען די וועלכע וועלן אים אריין. מיר זענען מיט בשדה, און מיר האבן
דערנאך אן אפענע טיר ביי אים בהיכלו.

מי לה' אלי! – תשפ"ב!
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר