ווי פארלעסליך זענען די רעפארטס פון "משפחה"?!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19748
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15057 מאל
קאנטאקט:

ווי פארלעסליך זענען די רעפארטס פון "משפחה"?!

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב בכלל געטראכט צי איך זאל אויפמאכן דעם אשכול, ווייל א גרויסער טייל (אפשר רוב) פון די ליינערס קענען נישט און ליינען נישט אט דעם מעגעזין.

איך רעד דא פון די העברעאישע (עברית) אויסגאבע. די מערסטע ליינערס און שרייבערס אויף קאווע שטיבל קענען ליידער/ב"ה (טעיק יור פיק) נישט די מאדערנע העברעאישע שפראך. וועלכע איז גענומען פון אונזערע מקורות, ווי תנ"ך און די גמ' און מדרשים. אבער די אויסשפראך און סינטאקס זענען אינגאנצן אנדערש ווי לשה"ק, וואס (כמעט) א יעדער ישיבה בחור קען.

איך גיי יעצט נישט אריין אין די השקפה'דיגע חלק. וואס איז שוין ברייט אדורכגעארבעט געווארן דורך רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין ספר ויואל משה. איך רעד דא פון דעם פראקטישן חלק. וואס די מענטשן וועלכע שטאמען פון ארץ ישראל וועלכע ווילן מיטהאלטן וואס טוט זיך אין ארץ ישראל אין די חרד'ישע וועלט, איז דער "משפחה" מאגאזין זייער געשמאק צו ליינען. לעומת די פרייע צייטונגען ווי מעריב און ידיעות אחרונות וועלכע זענען פול מיט זאכן וואס טויגן נישט פאר אן ערליכן איד. אויסער די שנאה צו ערליכע אידן וואס גיסט זיך ארויס פון זיי אן אויפהער.

ס'איז אבער דא איין פראבלעם: זייער מערכת. די רעדאקציע האט נישט קיין מענטש/עדיטאר וועלכער זאל אויסטשעקן די פאקטן איבער פארשידענע באריכטן וואס זיי ברענגען.

אין די אויסגאבע פון די לעצטע וואך אליין (אין די אויסגאבע פון פ' כי תבוא) האבן זיי געברענגט (לכה"פ) 2 אומ-פונקטליכע רעפארטס.

1) דער מעגעזין ברענגט א בילד ווי אידן זיצן ערגעץ (כ'מיין אין פראספעקט הייטס) נעבן דעם איסט ריווער. וואו מ'זעהט אויך די ברוקלין ברידזש. שרייבן זיי "חרדים משקיפים על נהר הודסון"...! דער האדסאן טייך לויפט דאך צווישן מאנהעטן און ניו דזשערזי. נישט אין ברוקלין...!

2) זיי ברענגען א רעפארט צווישן אנדערע פון די אטוירני דזשענעראל פון נ.י. סטעיט "לעטישיא דזשעימס", שרייבן זיי "לילישא דז'ימס"...!

אויך איז דא אן אדמו"ר וועם זיי האבן שוין לכה"פ 3 מאל "גע'הרג'עט"...! א יעדעס מאל וואס א מענטש מיט אן ענליכן נאמען גייט אוועק פון די וועלט, ל"ע. ברענגען זיי דעם בילד און דעם נאמען פון דעם רבי'ן אז ער איז נפטר געווארן.! ער איז ב"ה חי וקיים אויף ביידע באקן...!

אויך האבן זיי אמאל געברענגט (ווען ס'איז געווען א שמועס איבער דעם) דעם נאמען פון דעם היימישן פעדעראלן פריזאן "אוטיסווילל", וואו א סאך היימישע אידן זענען (ליידער) תושבים...! האבן זיי געשריבן אז דאס געפינט זיך אין טעקסאס...לאל...!

דער תמצית איז אז א צייטונג אדער זשורנאל דארף האבן עדיטארס וועלכע קענען אויסטשעקן פאקטן און מצבים און ארויסגעבן פונקטליכע באריכטן. אנישט פארלירן זיי פון זייער ווערד. מ'קוקט אן די אויסגאבע ווי א קינדערישע געשרייבעכץ...!

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר