איך מעג - דו נישט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 504
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1670 מאל

איך מעג - דו נישט

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

די צייט איז דא. די צייט פון מצוה הבאה בעבירה. ווען מען פאנגט אן צו בויען די סוכה. איך רעד פון די מחמירים און מדקדקים צו בויען נישט פאר 11 ביינאכט. ווען שכנים פראבירן צו שלאפען און אויסער דער שרייען איינער צום אנדערן און האקען מיט האמער נוצט מען דריללס און לעקטרישע זעג און די מחמירים ביותר צינדן אן מוזיק. מיט די שיטה אז מען דארף דאך א סוכה, און דער ערד אריין מיט די שכנים אויך בוי א סוכה.

אויסער דעם קומט נאך צו די מצוה פון חילול השם אז די גויאישע שכנים זעהן און הערן ווי די פאר בהמות בצורות אדם מאכען א גערודער ביז שפעט ביינאכט. און האבען נאך א חוצפה צו שרייען אז זיי זענען אנטיסעמיטן אויב זיי האבען טענות.
מיין שכן איז א גרויסע מחמיר ער פאנגט נישט אן פאר 11 .1130. אין גייט ביז 3 פארטאג און עס העלפט נישט קיין בעטן עס העלפט נישט קיין פודינו ומצילינו ער וויל א סוכה.

אבער ווייגען זאלסאט פראבירן טוהן עפעס ווען ער וויל שלאפען. לעצטען יאהר שמחת בית השואיבה האט איינער פון די שכנים גערופען די פאליציי 9.30 ווייל איינער האט געזונגען אין זיין סוכה אן מוזיק. ביי דעם האט ער זיך מורה היתר געוועהן צו מסר'ן.

ממש א מצוה הבאה בעבירה. באמת איז עס א עבירה הבאה בעבירה ווייל אויף אזא אופן ווייס איך נישט אויב זיי זענען בכלל מקיים די מצוה.

די זעלבע חכמים האבען טענות אויב די גוים מאכען א געראטשקע ביי זייער חגא מיט מוזיק. נישט ווייט פון ווי איך וואוין איז דא א קלויסטער וועליכע מאכט אסאך מאהל א פאראד מיט מוזיק און דא קומען די מחמירים און האבען טענות. זיי פארגעסען אז זיי זענען אין גלות און זיי פארגעסען אז ווען מען מאכט א הכנסת ספר תורה מאכען זיי די זעלבע טומל.

זיי מעגן זאהל איעדער פלאצען
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר