עטיקעט פון רעאגירן אויף אשכולות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

עטיקעט פון רעאגירן אויף אשכולות

שליחה דורך העניך »

הנה מצאתי לנכון אויסצושמועסן זאכן וואס זענען לדעתי פשוט, אבער אפשר וועט עס זיין א תועלת פאר נאך אידן און פאר מיר אויך, ווייל א מענטש איז נאר א מענטש און קען פארגעסן.

1) ווען איינער עפנט אן אשכול, בפרט אויב לייגט ער אריין קאפ און מוח דערין, וויל ער נישט זען סתם פירקלערייען שלא מן הענין. אדער רעאגיר אויף דעם ענין, אדער טרעף אן אנדערן אשכול צו פירקלען, אדער עפן אליין אן אשכול צו פירקלען. לעצטע מאל כ'האב געטשעקט קען מען עפענען אשכולות אומזיסט.

2) אויב דו האסט אן אגענדע, און פילע פון דיינע תגובות לויפן אויף איין ענין אדער דער זעלבער ליניע, לויף נישט ארום פון אשכול צו אשכול שרייבן וואס דו האלטסט, בפרט אויב ס'איז נישט קיין דירעקטער ענטפער צו עפעס וואס דער פותח האט געשריבן. ס'איז פשוט פיל נארמאלער צו עפענען אן אייגענעם אשכול וואו מ'קען אליין כסדר אפדעיטן אלע פרישע נקודות פון דעם ענין.

3) אויב דער פותח האשכול האט זיך באמיט קלאר ארויסצושרייבן וואס ער האלט, זיי נישט מזלזל אין אים מיט'ן געבן א שמיר ארויף א לינק, און זאל זיך יענער ברעכן קאפ צו לייענען וואס דארטן שטייט. האב די דיסענסי אליין אויסצושמועסן דעם ענין פון דיין פערספעקטיוו.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר