ווער איז א בעל מדריגה?! תקפ"ב-תשפ"ב.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19572
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

ווער איז א בעל מדריגה?! תקפ"ב-תשפ"ב.

שליחה דורך berlbalaguleh »

אין דעם יאר תקפ"ב (1821-22 למספרם) איז געווען בלויז עטליכע יאר נאך די פטירה פונ'ם חוזה מ'לובלין (תשעה באב תקע"ה). א סאך פון די תלמידי תלמידים פונ'ם בעש"ט הק' זענען נאך געווען בחיים. דער חת"ם סופר האט נאך געפיהרט זיין קהילה און ישיבה ביד רמה. (כאטש ער איז שוין געווען 59 יאר אלט. וואס האט שוין געהייסן די עלטערע יארן אין יענע צייט.). דער בעל קיצור שולחן ערוך ר' שלמה גאנצפריד איז געווען א בחור פון 18 יאר.

אונזער ציהל דא איז צו ציען א פאראלעל, א פארגלייך צווישן ווער ס'האט געהייסן א בעל מדריגה אין יענע צייט. און ווער ס'הייסט א בעל מדריגה אין אונזערע היינטיגע טעג.

מיר וועללן פרובירן אויסצורעכענען עטליכע זאכן פון דאמאלס און פארגלייכן מיט היינט.

אין יאר תקפ"ב: *ער ברעכט אויף דעם אייז און גייט זיך טובל'ן: * ער פאסט א יעדן בה"ב: *ער זאגט אויס תהילים א יעדן טאג אין די ימי שובבי"ם: *עסט נישט קיין בשר בהמה: *א יעדע שטיקל פלייש וואס ער עסט איז ער צוערשט בודק דעם חלף: *קוקט נישט ארויס פון זיינע ד' אמות:* פוצט נישט די שוך/שטיוול: *גייט נישט מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. נאר בענדליך:

תשפ"ב: *ער האט נישט קיין סמארטפאון. אויב יא. האט ער עס אוועקגעווארפן. * ער/זי האט א פליפ פאון (אויף וואס מ'רעדט א גאנצן טאג בלי הפסק): ער עסט נאר פלייש פראדוקטן פון גרילל אן לי, ווייל ס'האט א השגחה פון התאחדות: *ער פארט נאר קיין פלארידע צו אזא האטעל וואס האט די השגחה פון התאחדות: *ער גייט אויפ'ן ביעטש נאר ביינאכט ווען ס'זענען נישט דא קיין גויים און תערובות: *ער טרינקט נאר אזא .."טרוקענעם"...וויין וואס האט די השגחה פון התאחדות אדער בד"צ העדה החרדית: *ער עסט נאר פיצא און סושי מיט די שטרענגע השגחה פון התאחדות:

ווער ס'ווייסט נאך זאכן וואס מ'קען צו לייגן צו די ליסט (פון תקפ"ב-תשפ"ב) ווערט געבעטן זיך אן צו רופן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר