ווער איז א בעל מדריגה?! תקפ"ב-תשפ"ב.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ווער איז א בעל מדריגה?! תקפ"ב-תשפ"ב.

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 9:48 pm

אין דעם יאר תקפ"ב (1821-22 למספרם) איז געווען בלויז עטליכע יאר נאך די פטירה פונ'ם חוזה מ'לובלין (תשעה באב תקע"ה). א סאך פון די תלמידי תלמידים פונ'ם בעש"ט הק' זענען נאך געווען בחיים. דער חת"ם סופר האט נאך געפיהרט זיין קהילה און ישיבה ביד רמה. (כאטש ער איז שוין געווען 59 יאר אלט. וואס האט שוין געהייסן די עלטערע יארן אין יענע צייט.). דער בעל קיצור שולחן ערוך ר' שלמה גאנצפריד איז געווען א בחור פון 18 יאר.

אונזער ציהל דא איז צו ציען א פאראלעל, א פארגלייך צווישן ווער ס'האט געהייסן א בעל מדריגה אין יענע צייט. און ווער ס'הייסט א בעל מדריגה אין אונזערע היינטיגע טעג.

מיר וועללן פרובירן אויסצורעכענען עטליכע זאכן פון דאמאלס און פארגלייכן מיט היינט.

אין יאר תקפ"ב: *ער ברעכט אויף דעם אייז און גייט זיך טובל'ן: * ער פאסט א יעדן בה"ב: *ער זאגט אויס תהילים א יעדן טאג אין די ימי שובבי"ם: *עסט נישט קיין בשר בהמה: *א יעדע שטיקל פלייש וואס ער עסט איז ער צוערשט בודק דעם חלף: *קוקט נישט ארויס פון זיינע ד' אמות:* פוצט נישט די שוך/שטיוול: *גייט נישט מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. נאר בענדליך:

תשפ"ב: *ער האט נישט קיין סמארטפאון. אויב יא. האט ער עס אוועקגעווארפן. * ער/זי האט א פליפ פאון (אויף וואס מ'רעדט א גאנצן טאג בלי הפסק): ער עסט נאר פלייש פראדוקטן פון גרילל אן לי, ווייל ס'האט א השגחה פון התאחדות: *ער פארט נאר קיין פלארידע צו אזא האטעל וואס האט די השגחה פון התאחדות: *ער גייט אויפ'ן ביעטש נאר ביינאכט ווען ס'זענען נישט דא קיין גויים און תערובות: *ער טרינקט נאר אזא .."טרוקענעם"...וויין וואס האט די השגחה פון התאחדות אדער בד"צ העדה החרדית: *ער עסט נאר פיצא און סושי מיט די שטרענגע השגחה פון התאחדות:

ווער ס'ווייסט נאך זאכן וואס מ'קען צו לייגן צו די ליסט (פון תקפ"ב-תשפ"ב) ווערט געבעטן זיך אן צו רופן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:25 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10533 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 10:24 pm

תשפ"ב:
ער ניצט נאר התאחדות זאלץ,
זיין ווייב גייט מיט סימס אויפן טייץ,
ער האקט בקר אויף ר' ישעי'לעס חשבון,
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 529 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:09 am

קהל'ס נער: ייש"כ. די זאלץ (און צוקער) פון התאחדות האביך אויך געטראכט שבת נאכמיטאג . ס'איז דאך (דער אשכול) א ביצה שנולדה בשבת. פון די ווייב'ער און מיידלעך טראגן סיעמס און שפיצלעך האביך נישט געהאלטן אז מ'דארף זיין א בעל מדריגה צו דעם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10533 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:50 am

בערל:

שפיצלעך (אר סאמטהינג לייק טהעט) איז מען אויך געגאנגען אין תקפ"ב, משא"כ סימס איז דער רבי זיחרוינע'ס אינווענטשן.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 529 מאל

הודעהדורך אויסער געווענדליך » זונטאג אקטאבער 10, 2021 8:54 am

געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער...................................

איך וואלט זייער געוואלט פארשטיין די חילוק צווישן
berlbalaguleh האט געשריבן: *גייט נישט מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. נאר בענדליך:


און
berlbalaguleh האט געשריבן: תשפ"ב: *ער האט נישט קיין סמארטפאון. אויב יא. האט ער עס אוועקגעווארפן. * ער/זי האט א פליפ פאון (אויף וואס מ'רעדט א גאנצן טאג בלי הפסק): ער עסט נאר פלייש פראדוקטן פון גרילל אן לי, ווייל ס'האט א השגחה פון התאחדות: *ער פארט נאר קיין פלארידע צו אזא האטעל וואס האט די השגחה פון התאחדות: *ער גייט אויפ'ן ביעטש נאר ביינאכט ווען ס'זענען נישט דא קיין גויים און תערובות: ער טרינקט נאר אזא .."טרוקענעם"...וויין וואס האט די השגחה פון התאחדות אדער בד"צ העדה החרדית: *ער עסט נאר פיצא און סושי מיט די שטרענגע השגחה פון התאחדות:


עמטליך זענען זיי ביידער די זעלבע נאנסענס. אפשר איז נישט האבן א סמארטפאון אביסל בעסער ווי קנעפליך\בענדליך
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:24 am

berlbalaguleh האט געשריבן:פון די ווייב'ער און מיידלעך טראגן סיעמס און שפיצלעך האביך נישט געהאלטן אז מ'דארף זיין א בעל מדריגה צו דעם...!


די ברעינגסט ארויף א שטארקע קשיא וואס כ'האב שוין לאנג ציריק געטראכט,

וואס איז פשט אז מען קען זעין פרויען אין סאטמאר (וכל שום וחניכא דאית ליה) וואס זיי האבן גאנץ א קליינע פראבלעים מיט צניעות, אפגערעדט פון די סאטמערע סטענדערט, נאר אפילו זאכן וואס רוב פוסקים האלטן איז א פראבלעים פון צניעות (כ'קען נישט אריין גיין אין פרטים מפני ה...), אבער די הייליגע סים וואס די רבי זיכרוינע האט מייסד געוועין, פון דעים רירט זי זיך נישט אוועק, אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיט די סימס וועט די רבי איר ארויס שלעפן פון שאול תחתית,

די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת, רעדן ניבול פה בריש גליה, דאווענען נישט און לערנען נישט קיין יודיש ווארט, אבער די הייליגע שווארצע זאקן טיט מען נישט אויס,

וואס איז פשט אין די תופעה?
זענען זיי סתם טיפשים, פאדרייטע קעפ, אדער ווייסען זיי עפעס וואס איך ווייס נישט?
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 529 מאל

הודעהדורך היסטאריע » זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:30 am


די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת


באמת?
היסטאריע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:07 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פון די ווייב'ער און מיידלעך טראגן סיעמס און שפיצלעך האביך נישט געהאלטן אז מ'דארף זיין א בעל מדריגה צו דעם...!


די ברעינגסט ארויף א שטארקע קשיא וואס כ'האב שוין לאנג ציריק געטראכט,

וואס איז פשט אז מען קען זעין פרויען אין סאטמאר (וכל שום וחניכא דאית ליה) וואס זיי האבן גאנץ א קליינע פראבלעים מיט צניעות, אפגערעדט פון די סאטמערע סטענדערט, נאר אפילו זאכן וואס רוב פוסקים האלטן איז א פראבלעים פון צניעות (כ'קען נישט אריין גיין אין פרטים מפני ה...), אבער די הייליגע סים וואס די רבי זיכרוינע האט מייסד געוועין, פון דעים רירט זי זיך נישט אוועק, אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיט די סימס וועט די רבי איר ארויס שלעפן פון שאול תחתית,

די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת, רעדן ניבול פה בריש גליה, דאווענען נישט און לערנען נישט קיין יודיש ווארט, אבער די הייליגע שווארצע זאקן טיט מען נישט אויס,

וואס איז פשט אין די תופעה?
זענען זיי סתם טיפשים, פאדרייטע קעפ, אדער ווייסען זיי עפעס וואס איך ווייס נישט?

קהל'ס נער: ווען איך קען געב איך דיר 6 לייקס פאר די תגובה. דו האסט ממש ארויסגעברענגט וואס איך טראכט. אין ביידע קעיסעס. איז וואס דו זאגסט אמת ויציב...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10533 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:07 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פון די ווייב'ער און מיידלעך טראגן סיעמס און שפיצלעך האביך נישט געהאלטן אז מ'דארף זיין א בעל מדריגה צו דעם...!


די ברעינגסט ארויף א שטארקע קשיא וואס כ'האב שוין לאנג ציריק געטראכט,

וואס איז פשט אז מען קען זעין פרויען אין סאטמאר (וכל שום וחניכא דאית ליה) וואס זיי האבן גאנץ א קליינע פראבלעים מיט צניעות, אפגערעדט פון די סאטמערע סטענדערט, נאר אפילו זאכן וואס רוב פוסקים האלטן איז א פראבלעים פון צניעות (כ'קען נישט אריין גיין אין פרטים מפני ה...), אבער די הייליגע סים וואס די רבי זיכרוינע האט מייסד געוועין, פון דעים רירט זי זיך נישט אוועק, אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיט די סימס וועט די רבי איר ארויס שלעפן פון שאול תחתית,

די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת, רעדן ניבול פה בריש גליה, דאווענען נישט און לערנען נישט קיין יודיש ווארט, אבער די הייליגע שווארצע זאקן טיט מען נישט אויס,

וואס איז פשט אין די תופעה?
זענען זיי סתם טיפשים, פאדרייטע קעפ, אדער ווייסען זיי עפעס וואס איך ווייס נישט?


וואס זאל ער טוהן, ער זאל גיין אן הויזן אויפ'ן גאס?

זייער אסאך זאכען וואס אונז זענען רגיל אוועק צומאכן קומט פון ריסענטמענט אדער ווייטאג, און מ'איז גאר גערעכט מיט דעם. אבער אז מ'טראכט פראקטיש איז עס גארנישט אזא געוואלד. נעם די סיעמס, אדער בעלזע זאקען וואס די דערמאנסט, דער וואס טראגט דאס, טראגט עס ווייל ער/זי איז א פארשטענדליכע מענטש און גייט אנגעטוהן לפי זיין סביבה אדער קהילה. אויב פאר זיי פערזענליך שטימט נישט די מנהגים און תקנות פון זייער סביבה, פארוואס זאלען זיי איבערדרייען זייער לעבן, אפי' ביי זאכען וואס גייט זיי נישט און לעבן, אדער ס'איז צו א גרויסע מערכה אויב מ'טוט דאס בריש גלי.

ביים בעלזער באדערט דיך שווארצע זאקען, איז פארוואס באדערט דיך נישט די בעקיטשע פון א גרויסע חלק פון חסידישע יודן וואס האלטן נישט דערביי, תירוץ איז ווייל פאר דיר איז דאס "נארמאל", און אין בעלזא איז שווארצע זאקען נארמאל, אין סקווירא שטיוועל און סאטמאר סיעמס.

נעם א סטאלינער וואס האט נישט קיין ערענסטע אמונה, ווען ער קומט אין בית מדרש זאל ער דאווענען דוקא שטיל כדי צו זיין א דובר אמת בלבבו?

ס'נישט דא א טענה פון היפאקריסי. מ'קען זיין אן איש אמת און אויף איין מאל אויס טוהן די אלע חסיד'ישע מלבושים. מ'וועט זיין גערעכט, און דאס איז די ריכטיגע מושג פון אמת און אויפריכטיגקייט, אבער אמאל איז בעסער צו ניצען פראקטישע שכל און נאר טוישען זאכען וואס האבן א מעגליכקייט צו געטוישט ווערען. אפי' פאר זיך איז נישט אייביג א חכמה צו זיין גערעכט. אפי' אז מ'פלאנט יא צו טוישן די דברים שבגלויַ, איז אמאל בעסער און אכט נעמען ווי אזוי און ווען מ'טוט עס.

איך האב נישט קיין שייכות מיט בעלזא, אבער וואס די שרייבסט וועגען חילול שבת וכו', איז איינסט פון די צוויי, אדער לשון הרע, אדער מוציא שם רע. בכל אופן, טראכט אליינס פון די זאכן וואס די האלטס נישט דערפון, אבער דאך שלינגסט עס אראפ לעת עתה, נוץ די זעלבען קנה מידה פאר יענעם אויך.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2653
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3760 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3519 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:53 pm

כפול
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קהל'ס נער אום זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:03 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 529 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:02 pm

וואלווי האט געשריבן:
איך האב נישט קיין שייכות מיט בעלזא, אבער וואס די שרייבסט וועגען חילול שבת וכו', איז איינסט פון די צוויי, אדער לשון הרע, אדער מוציא שם רע. בכל אופן, טראכט אליינס פון די זאכן וואס די האלטס נישט דערפון, אבער דאך שלינגסט עס אראפ לעת עתה, נוץ די זעלבען קנה מידה פאר יענעם אויך.


איך רעדט פון א מיעוטא דמיעוטא וואס רעפרעזענטירט נישט בעלזא, אדרבא בעלזא עס עי קאמיוניטי איז זייער א ערליכע חסידות.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 529 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:32 pm

וואלווי האט געשריבן:
איך האב נישט קיין שייכות מיט בעלזא, אבער וואס די שרייבסט וועגען חילול שבת וכו', איז איינסט פון די צוויי, אדער לשון הרע, אדער מוציא שם רע. בכל אופן, טראכט אליינס פון די זאכן וואס די האלטס נישט דערפון, אבער דאך שלינגסט עס אראפ לעת עתה, נוץ די זעלבען קנה מידה פאר יענעם אויך.


א פאון איז לויט רוב פוסקים נישט קיין חילול שבת, אזוי ווי די עירוב אין וויליאמסבורג.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 529 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:41 pm

אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער...................................

איך וואלט זייער געוואלט פארשטיין די חילוק צווישן
berlbalaguleh האט געשריבן: *גייט נישט מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. נאר בענדליך:


און
berlbalaguleh האט געשריבן: תשפ"ב: *ער האט נישט קיין סמארטפאון. אויב יא. האט ער עס אוועקגעווארפן. * ער/זי האט א פליפ פאון (אויף וואס מ'רעדט א גאנצן טאג בלי הפסק): ער עסט נאר פלייש פראדוקטן פון גרילל אן לי, ווייל ס'האט א השגחה פון התאחדות: *ער פארט נאר קיין פלארידע צו אזא האטעל וואס האט די השגחה פון התאחדות: *ער גייט אויפ'ן ביעטש נאר ביינאכט ווען ס'זענען נישט דא קיין גויים און תערובות: ער טרינקט נאר אזא .."טרוקענעם"...וויין וואס האט די השגחה פון התאחדות אדער בד"צ העדה החרדית: *ער עסט נאר פיצא און סושי מיט די שטרענגע השגחה פון התאחדות:


עמטליך זענען זיי ביידער די זעלבע נאנסענס. אפשר איז נישט האבן א סמארטפאון אביסל בעסער ווי קנעפליך\בענדליך

אויסער געוויינטליך: איך בין אויסער געוויינטליך צופרידן אז איך האב (ב"ה) די זכי' דיר צו ענטפערן.

ווי ס'זעהט אויס ווייסט דו נישט די היסטאריע פון בענדליך/קנעפליך. ס'איז א דבר ידוע אז אין בעלזא איז מען אייביג געווען אקעגן התחדשות. האטציך געמאכט אמאל ביים מיטל'ן רב (ר' יהושע מ'בעלזא זי"ע) איז איינער פון די יושבים (דאס איז א פרשה וואס ס'איז כדאי צו לערנען דערוועגן.) אין ביהמ"ד אריינגעקומען מיט קנעפלעך אויף זיין העמד. וואס איז בשעתו געווען א מאדערנע זאך. האט איהם דער רב געזאגט מוסר איבער דעם. האט זיך דער חסיד פארענטפערט...."וואס איז דען אז איך לייג מיר קנעפלעך אויף מיין העמד? האט דער רב איהם געזאגט אז ווען דו צלאסט נאך פון אידישקייט, שמד'ט זיך א איד (ר"ל) אין פאריז. ער האט עס מסביר געווען מיט א פסוק..."יעקב חבל נחלתו. דאס אידישע פאלק איז אזוי ווי א שטריק. אויב איינער אויבן לאזט נאך פאלט דער גאנצער שטריק אראפ...ודפח"ח...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10533 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:45 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער...................................

איך וואלט זייער געוואלט פארשטיין די חילוק צווישן
berlbalaguleh האט געשריבן: *גייט נישט מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. נאר בענדליך:


און
berlbalaguleh האט געשריבן: תשפ"ב: *ער האט נישט קיין סמארטפאון. אויב יא. האט ער עס אוועקגעווארפן. * ער/זי האט א פליפ פאון (אויף וואס מ'רעדט א גאנצן טאג בלי הפסק): ער עסט נאר פלייש פראדוקטן פון גרילל אן לי, ווייל ס'האט א השגחה פון התאחדות: *ער פארט נאר קיין פלארידע צו אזא האטעל וואס האט די השגחה פון התאחדות: *ער גייט אויפ'ן ביעטש נאר ביינאכט ווען ס'זענען נישט דא קיין גויים און תערובות: ער טרינקט נאר אזא .."טרוקענעם"...וויין וואס האט די השגחה פון התאחדות אדער בד"צ העדה החרדית: *ער עסט נאר פיצא און סושי מיט די שטרענגע השגחה פון התאחדות:


עמטליך זענען זיי ביידער די זעלבע נאנסענס. אפשר איז נישט האבן א סמארטפאון אביסל בעסער ווי קנעפליך\בענדליך

אויסער געוויינטליך: איך בין אויסער געוויינטליך צופרידן אז איך האב (ב"ה) די זכי' דיר צו ענטפערן.

ווי ס'זעהט אויס ווייסט דו נישט די היסטאריע פון בענדליך/קנעפליך. ס'איז א דבר ידוע אז אין בעלזא איז מען אייביג געווען אקעגן התחדשות. האטציך געמאכט אמאל ביים מיטל'ן רב (ר' יהושע מ'בעלזא זי"ע) איז איינער פון די יושבים (דאס איז א פרשה וואס ס'איז כדאי צו לערנען דערוועגן.) אין ביהמ"ד אריינגעקומען מיט קנעפלעך אויף זיין העמד. וואס איז בשעתו געווען א מאדערנע זאך. האט איהם דער רב געזאגט מוסר איבער דעם. האט זיך דער חסיד פארענטפערט...."וואס איז דען אז איך לייג מיר קנעפלעך אויף מיין העמד? האט דער רב איהם געזאגט אז ווען דו לאזסט נאך פון אידישקייט, שמד'ט זיך א איד (ר"ל) אין פאריז. ער האט עס מסביר געווען מיט א פסוק..."יעקב חבל נחלתו. דאס אידישע פאלק איז אזוי ווי א שטריק. אויב איינער אויבן לאזט נאך פאלט דער גאנצער שטריק אראפ...ודפח"ח...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10533 מאל

הודעהדורך קלונימוס » זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:12 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת, רעדן ניבול פה בריש גליה, דאווענען נישט און לערנען נישט קיין יודיש ווארט, אבער די הייליגע שווארצע זאקן טיט מען נישט אויס

מ'פארציילט אויף א יונגערמאן א באוואוסטע געוועזענע בעלז'ער וואס האט אפגעלאזט אידישקייט צוזאמען מיט זיין ווייב און אלע קינדער אפאר יאר צוריק אז זיין ברעיקינג פוינט איז געווען ווען איינמאל איז ער געגאנגען שבת מיט זיין פאון אין טאש און ער האט זיך צוגעשטופט צו זיין נאנט צום רב און די רב האט עם גארנישט געזאגט און נישט מרגיש געווען.
קלונימוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:20 pm

קלונימוס: ס'איז דא אן ענליכע מעשה. געווען באשריבן אין א פרייע צייטונג אין ארץ ישראל. אבער שוין. וואס לאמיר רעדן...?! ווייל דאס איז נאר א תירוץ פאר די או.טי,.די.'ס אייביג צו בלעימען א צווייטן. נאר נישט זיך אליין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10533 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 4:46 pm

קלונימוס האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:די זעלבע זאך אין בעלזא קען מען זעין יונגעלייט וואס האבן נישט קיין פראבלעים זיך צי דרייען מיט א פאון אין טאש אין שבת, רעדן ניבול פה בריש גליה, דאווענען נישט און לערנען נישט קיין יודיש ווארט, אבער די הייליגע שווארצע זאקן טיט מען נישט אויס

מ'פארציילט אויף א יונגערמאן א באוואוסטע געוועזענע בעלז'ער וואס האט אפגעלאזט אידישקייט צוזאמען מיט זיין ווייב און אלע קינדער אפאר יאר צוריק אז זיין ברעיקינג פוינט איז געווען ווען איינמאל איז ער געגאנגען שבת מיט זיין פאון אין טאש און ער האט זיך צוגעשטופט צו זיין נאנט צום רב און די רב האט עם גארנישט געזאגט און נישט מרגיש געווען.


יא די איד הייסט א. פ. (אויב מען מעיג דא זאגן נעימען וועל איך זאגן די גאנצע נאמען)

דעיס איז סתם א תירוץ, (כמו שכתב בערל) עס ווייזט איינס פון די צוויי זאכן, אדער אז אדמו"ר מבעלזא האט נישט קיין רוח הקודש, אדער אז די הלכה איז אז מען מעיג האבן א פאון אין שבת אזוי ווי אסאך פוסקים האלטן,

אזוי צי אזוי, ווייזט עס עפעס צי ס'דא א אייבישטער, אדער צי תורת משה מסיני, ניין.

אמתלא בעלמא היא.

איך האב אמאל געליינט פון א או טי די, אז זיין ברעיקינג פוינט איז געוועין ווען ער האט גערייכערט א ציגערעטל אין שבת, און...האלטס ענק געשפאנט.....ער איז נישט געשטארבן, זאג ס'שטייט ערגעץ אז אויב מ'איז מחלל שבת שטארבט מען? אלא כדאמרינן לעיל.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 529 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:37 pm

קהל'ס נער: דעיס אז אדמו"ר מ'בעלזא שליט"א האט נישט... שוין...!

ועוד: די אפיקורסים זאגן אז אויף דעים דארף מען נישט קיין מופת...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10533 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:13 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: דעיס אז אדמו"ר מ'בעלזא שליט"א האט נישט... שוין...!


בערל: איך גלייב אז עס זענען דא רבי'ס וואס האבן רוח הקודש, פאר די סעים ריזען פאר וואס די גלייבסט אין תורה מסיני.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 529 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:17 pm

קהל'ס נער: ביטע שיק מיר אריין די ליסט. אויב האסטו נישט גענוג פלאץ אויף איין זייט. קענסטו ניצן די צווייטע זייט פון פעידזש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10533 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:26 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ביטע שיק מיר אריין די ליסט. אויב האסטו נישט גענוג פלאץ אויף איין זייט. קענסטו ניצן די צווייטע זייט פון פעידזש...!


זעיט אויס האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג.
איז אזוי, פארוואס גלייבסטו (און איך) אין תורה מסיני כאטש ס'נישט דא קיין שום ראיה צי דעים, ווייל מיין טאטע האט מיך אזוי געזאגט. פינטל מיט א פ"א.
אט די זעלבע טאטע האט מיך געזאגט אז מיין רבי האט רוח הקודש, אפילו ס'איז נישטא קיין ראיה צי דעים.

אדער קען איך ביידע נישט גלייבן, אדער קען איך ביידע יא גלייבן, איך האב געטשוסט די צווייטע.

פארשטאנען?
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 529 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:36 pm

תקפ״ב: קאפל און ציצית. תשפ״ב: ברייטע הוט, בעקישע (ריפס בדוחק), קורצע הויזן מיט לאנגע זאקן דייקא שווארץ, אומבאקוועמע שיך, פאות שאין להם שיעור, רירט נישט צו די בארד. שבת קומט צו: שטריימל, רעזוואלקע (ח״ו נישט קיין געהעריג מאנטל).

תקפ״ב: די ווייב גייט אין מקוה איין מאל א חודש. תשפ״ב: בנוסף גייט אויך דער מאן מינימום איין מאל א טאג.

תקפ״ב: האט געלערנט ביים מלמד ביז די זעקס יאר. תשפ״ב: קוועטשט די באנק מיט בויך סברות ביז׳ן שטארבן.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4841
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4653 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:55 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ביטע שיק מיר אריין די ליסט. אויב האסטו נישט גענוג פלאץ אויף איין זייט. קענסטו ניצן די צווייטע זייט פון פעידזש...!


זעיט אויס האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג.
איז אזוי, פארוואס גלייבסטו (און איך) אין תורה מסיני כאטש ס'נישט דא קיין שום ראיה צי דעים, ווייל מיין טאטע האט מיך אזוי געזאגט. פינטל מיט א פ"א.
אט די זעלבע טאטע האט מיך געזאגט אז מיין רבי האט רוח הקודש, אפילו ס'איז נישטא קיין ראיה צי דעים.

אדער קען איך ביידע נישט גלייבן, אדער קען איך ביידע יא גלייבן, איך האב געטשוסט די צווייטע.

פארשטאנען?

אז מ'איז שוין פארפארן וועל איך נאר צולייגן מיינע עטליכע שירות.
איך גלייב אין תורה מסיני ווייל אזוי האט איך מקובל פון מיין טאטע וואס האט עס געהערט פון זיין טאטע און ער פון זיין טאטע ביז די עלטער עלטער עלטער.......... זיידע וואס איז אליין געווען ביי מתן תורה. משא"כ דאס אז דיין רבי האט רוה"ק, דאס האט דיין טאטע אדער זיידע אפגעמאכט און דאס איז נישט עפעס וואס איז מקובל פון דורי דורות
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2862
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3007 מאל

הודעהדורך Nanach » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 5:00 am

שמעון וואלף האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ביטע שיק מיר אריין די ליסט. אויב האסטו נישט גענוג פלאץ אויף איין זייט. קענסטו ניצן די צווייטע זייט פון פעידזש...!


זעיט אויס האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג.
איז אזוי, פארוואס גלייבסטו (און איך) אין תורה מסיני כאטש ס'נישט דא קיין שום ראיה צי דעים, ווייל מיין טאטע האט מיך אזוי געזאגט. פינטל מיט א פ"א.
אט די זעלבע טאטע האט מיך געזאגט אז מיין רבי האט רוח הקודש, אפילו ס'איז נישטא קיין ראיה צי דעים.

אדער קען איך ביידע נישט גלייבן, אדער קען איך ביידע יא גלייבן, איך האב געטשוסט די צווייטע.

פארשטאנען?

אז מ'איז שוין פארפארן וועל איך נאר צולייגן מיינע עטליכע שירות.
איך גלייב אין תורה מסיני ווייל אזוי האט איך מקובל פון מיין טאטע וואס האט עס געהערט פון זיין טאטע און ער פון זיין טאטע ביז די עלטער עלטער עלטער.......... זיידע וואס איז אליין געווען ביי מתן תורה. משא"כ דאס אז דיין רבי האט רוה"ק, דאס האט דיין טאטע אדער זיידע אפגעמאכט און דאס איז נישט עפעס וואס איז מקובל פון דורי דורות

viewtopic.php?p=479129#p479129
Nanach
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:34 am

קהל'ס נער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
איך האב נישט קיין שייכות מיט בעלזא, אבער וואס די שרייבסט וועגען חילול שבת וכו', איז איינסט פון די צוויי, אדער לשון הרע, אדער מוציא שם רע. בכל אופן, טראכט אליינס פון די זאכן וואס די האלטס נישט דערפון, אבער דאך שלינגסט עס אראפ לעת עתה, נוץ די זעלבען קנה מידה פאר יענעם אויך.


איך רעדט פון א מיעוטא דמיעוטא וואס רעפרעזענטירט נישט בעלזא, אדרבא בעלזא עס עי קאמיוניטי איז זייער א ערליכע חסידות.

קהל'ס נער: די זעלבע אין סאטמאר. וואס א פאר יחידים טוען אלס יחידים רעפלעקטירט נישט אויפ'ן גאנצן חסידות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10533 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 8 געסט