איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:23 am

מאך זיכער: איך הער וואס דו זאגסט. די גוטסקייט פון ...RCCS... האביך באגעגנט אויף עטליכע פלעצער. איינס איז געווען אין מאימאנידעס האספיטאל אין בארא פארק. וואו מיין אייניקל האט געדארפט דורכגיין אן אפעראציע. די וואלונטירן/ס האבן זיך אהערגעשטעלט במלואו.

מיט בוני עולם האביך נישט געהאט אזא גוטע עקספיריענס. כ'רעד פון חלק פון דאנעישן. ואין צורך ליכנס בפרטים. זאללן זיי מצליח זיין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15857
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10559 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:53 am

כ'זע נישט וואס זיינע רשעות'דיגע קאלס האט א שייכות מיט דער דעבאטע צי ער העלפט יא איינעם צי נישט. טובי' מאיר ניימאן האט אפשר א צד חסד צו זיך, אבער ער איז אויך אן אראגאנטער אומפארשעמטער שלעכטער מענטש וועלכער האט נישט קיין פראבלעם צו פייניגן טויזנטער אידן.

כ'זע נישט אז דאס זאל זיין א סתירה. אפשר וועט ער עווענטועל אנקומען צו גן-עדן צוליב חסד וואס ער טוט, אבער ער וועט העכסט ווארשיינליך דארפן פלאקערן אין גיהנום פאר דעם.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 807
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 949 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3590 מאל

הודעהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 1:32 pm

מאך זיכער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.

נאר. אזוי ווי איך האב געזאגט. מיך שטערט דאס נישט. ער (און אנדערע) קענען רופן מיין נאמבער ווען זיי וויללן. אפילו שבת און יום טוב. וכבר היה לעולמים. אז א שנאר ארגאניזאציע האט אנגעשטעלט א ראבא קאלל. נאר די טיימינג האטציך עפעס נישט אויסגעארבעט. און דער קאלל איז אנגעקומען אום שבת קודש. איך האב געהערט די רעקארדינג. און, כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז געווען גרויסע בושות. ווען מ'רופט צום דינער אום שב"ק...!

ער נעמט קיינעם נישט אראפ אויף אייביג, נאר צייטווייליג, אין מקען נישט בלאקן ווייל ער טוישט כסדר נאמבערס,

ווער סקען אים היינט צי טאגס ווייסט אז דער איד איז א בעל דמיון עצום נעבעך, 90 פראצענט פען זיינע מעשיות פאסירן ביי אים אין קאפ, אין דארט הייבט זיך עס אן, אין דארט ענדיגט זיך עס

איך ווייס גראדע פון עטליכע פעלער וואס ער איז שטארק געקומען צוהילף, דער פראבלעם איז אבער אז ער רעדט זיך איין אז יעדער איינער איז אים מחויב צוליב זיינע מעשים טובים, ער כאפט נישט אז 'דאס אידישע הארץ' אויף וועלכן ער טריפט שוין אזוי לאנג, קען שוין נישט פארנעמען זיינע רדיפות. אויב וואלט ער אוועקגעשטעלט זיין ארגאנעזאציע מיט א געהעריגע אפיס און וועבזייטל און ער וואלט עס געפירט אויף א פראפעסיאנאלע שטייגער וואלט ער ווען געמאכט מער געלט ווי בוני עולם און RCCS.

איך ווייס אויך אז דער איד העלפט, אבער דער איינרעדעניש וויפיל ער האט געהאלפן, אין אז נאר ער קען העלפן, אז טאמער גייט ער, וועט קיינער נישט קענען העלפן, איז נעבעך זיין קרענק, אין דאס שטיפט אים ער זאל זיך איינרעדן אויף הונדערטער פעלער וואס האט קיינמאל נישט אנגעהויבן צי עקזיסטירן, אין אזוי אויך געט אים עס לעגמיטאצע אז ער מעג רודפן כלל ישראל וועגן דעם, ווייל ער דערהאלט ממש כלל ישראל ביים לעבן,

בין איך נישט אין הימל צי קענען זאגן וועגן גיהנום אדער גן עדן, ספעציעל ווען דאס אלעס קימט אדאנק זיינע צרות וואס ער האט זיך מיטגעמאכט, אין ברויך נעבעך צי קימען צי ספעציעלע אנערקענונג אויף די עלטערע יארן, אבער דאס איז זיכער, א געהעריגע ארגאניזאציע וואס זאל שנארן אויף נארמאלע אופנים, גייט אים נישט צופרידנשטעלן אפילו מוועט קענען טיען מער חסד אדאנק דעם,

אין איין ווארט, נעבעך, מזאל נישט געפריווט ווערן, אבער למעשה ליידט זיך כלל ישראל צאם א דאנק אים,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך טשאדעלע באדעלע אום מאנטאג אקטאבער 11, 2021 1:38 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טשאדעלע באדעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:09 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל

הודעהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 1:35 pm

.
טשאדעלע באדעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:09 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 1:52 pm

כ׳בין סתם נייגעריג פון וואו ער ווייסט ער ווער פארשטייט אידיש איהם צו ראבאטן?
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4851
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4721 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4676 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 2:20 pm

איך בין לעצטענס געוואר געווארן דעם סוד ווער סשרייבט זיינע ארטיקלען דאס איז דער באגאבטען שרייבער אליעזר ראזען אוודאי ליינט ר'בערל מיט דארשט זיינע ארטיקלען!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סדרן אום מאנטאג אקטאבער 11, 2021 4:18 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: רעדאגירט אידענטיטעט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1893
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 987 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 959 מאל

הודעהדורך סעגאל » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 2:54 pm

העניך האט געשריבן:כ'זע נישט וואס זיינע רשעות'דיגע קאלס האט א שייכות מיט דער דעבאטע צי ער העלפט יא איינעם צי נישט. טובי' מאיר ניימאן האט אפשר א צד חסד צו זיך, אבער ער איז אויך אן אראגאנטער אומפארשעמטער שלעכטער מענטש וועלכער האט נישט קיין פראבלעם צו פייניגן טויזנטער אידן.

כ'זע נישט אז דאס זאל זיין א סתירה. אפשר וועט ער עווענטועל אנקומען צו גן-עדן צוליב חסד וואס ער טוט, אבער ער וועט העכסט ווארשיינליך דארפן פלאקערן אין גיהנום פאר דעם.

וואס וועט דעמאלטס זיין ר' בערל וועט מיטגיין אין גן עדן. אדער ער וועט בלייבן אין טוביה מאירס גיהונם הערן די ראבא קאלס?
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 4:21 pm

העניך האט געשריבן:כ'זע נישט וואס זיינע רשעות'דיגע קאלס האט א שייכות מיט דער דעבאטע צי ער העלפט יא איינעם צי נישט. טובי' מאיר ניימאן האט אפשר א צד חסד צו זיך, אבער ער איז אויך אן אראגאנטער אומפארשעמטער שלעכטער מענטש וועלכער האט נישט קיין פראבלעם צו פייניגן טויזנטער אידן.

כ'זע נישט אז דאס זאל זיין א סתירה. אפשר וועט ער עווענטועל אנקומען צו גן-עדן צוליב חסד וואס ער טוט, אבער ער וועט העכסט ווארשיינליך דארפן פלאקערן אין גיהנום פאר דעם.

הרב העניך שליט""א: איך הער וואס דו זאגסט און איך קען עס פארשטיין. אבער לאמיר א מינוט באטראכטן וואס דער מצב איז דא. ער (טובי' מאיר) שטעלט אן ראבא-קאללס אז ס'זאלל קלינגען צו מענטשן אין זייער הויז (און אפשר אפיס אויך). אמת. אז ס'קען אמאל זיין נודנע (אין ענגליש, .."עננאיאינג").. אבער היינט האט דאך א יעדער קאללינג איי. די.."...! ווען מ'זעהט (אויפ'ן קאללער איי. די) אז ס'איז ער, דארף מען גארנישט טון. נאר איגנארירן דעם קאלל.

איך פערזענליך קען נישט עמפאטירן מיט דעם שטורם וואס דער עולם מאכט דא, ווייל מיר שטערט עס בכלל נישט. אפגעזעהן פון דעם חסד וואס (לשיטתו) קומט ארויס דערפון. יא. טעלעפאן רופן פון שווינדלערס און ..."קאן-מען"...דאס שטערט מיך דווקא יא. אבער מ'האמיר דאך געשמועסט אז ער טוט דווקא יא חסד. איז דאס ביסל אומבאקוועמליכקייט קען איך אוועקקוקן. ס'איז דאך נישט סוכ"ס א גאנצן טאג. מאקסימום וואס איך האב באקומען איז 3 קאללס א טאג. אויך נישט יעדן טאג.

ע"כ. לדעתי איז עס נישט אזא הארבע זאך ווי דער עולם (א טייל) שילדערט עס. מ'קען אפשר זאגן אויף דעם וואס די משנה זאגט אין פרקי אבות..."יצא הפסידו בשכרו"...!

נ.ב.: איך בין נישט קיין באצאלטער (אדער אומ-באצאלטער) אגענט פון זיין ארגאניזאציע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15857
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10559 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 5:35 pm

וואס מיינסטו, ר' בערל, זעהט מען אויף די קאללער איי.די.?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15513
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19095 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:02 pm

שמעקעדיג: געוויינליך זעהט מען דעם נאמען אויך. לאמיר זאגן די מור וקציעה, אדער די חלבנה ולבונה ארגאניזאציע. אבער די נאמבער זעהט מען זיכער.

כמו שאמרתי. מיין אידענע, זז"ג, ווען זי באמערקט אויפ'ן קאללער איי.די. דעם אויבנדערמאנטן נומער אדער עטליכע נומערן, ווילל זי עס גלייך אויסמעקן. איך זאג. איך בעט. לאז איהם רעדן. וואס אהרט עס דיך. געלט געסטו (און איך) ממילא נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15857
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10559 מאל

הודעהדורך פערינא » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:56 pm

לכם ולא לי, סקלינגט נישט ביי מיר די ספעם. אבער סקלינגט יא ביי די עניים שאינם הגונים פון אינדיע.

אויב קען איך טוישען, וואלט איך געטוישט צו ר' טובי' מאיר
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:26 am

פערינא: לא זכיתי להבין את דברי קדשיך. יאירו נא דבריך לפנינו...! ביטע זיי מסביר מער פונקטליך דיין נקודה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15857
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10559 מאל

הודעהדורך פערינא » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:47 am

איך בעסיקלי זאג אז ר' טובי' איז נישט ערגער ווי די ראבא קאולס וועגען די קאר וואראנטי. יעדער באקומט ראבא קאולס. איך באקום נישט זיינע קאולס אבער איך הער נישט אויף באקומען קאר וואראנטי קאולס פון אינדיע. וואלט שוין בעסער געווען טובי' מאיר. על כל פנים קיינער זאל זיך נישט אנריידען אז מ'קען לעבען בזמן הזה אן קיין ספעם.

האט שוין ירמיה הנביא געזאגט צו גאט. זיי מעניש מיינע שונאים מיט עניים שאינם הגונים. ליידער בין איך נישט זוכה צו ספעם הגוןַ

ספעם איז א חלק פון די היינטיגע לעבן.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:35 pm

פערינא: ייש"כ פאר מסביר זיין בטוב טעם ודעת.

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין פון ספעם. איך האלט אין איין באקומען בריוון אויף פאסט און אין אי-מעיל פון קאר דילערס וואס לשיטתם גייען זיי דיך גליקלעך מאכן. אבי דו זאלסט נאר קויפן א נייע קאר ביי זיי. אדער לכה"פ איינטוישן דיין איצטיגע קאר. ווען מ'ליינט די קליינע אותיות זעהט מען אז די מציאות איז ממש די פארקערטע פון וואס זיי זאגן דיר צו , לכאורה. יא. זיי געבן דיר א נייע קאר. און אפילו א הלוואה פון ,ביז 40,00 דאללער.אבער דאס מוז זיין ..."סעקיור'ד"... פארזיכערט מיט ריעל עסטעיט אדער א באנק אקאונט וואס דו דארפסט משעבד זיין צו זיי...! אויף א הויעכן יערליכן פראצענט...! די אלע בריוון גייען גלייך אין גארבידזש ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15857
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10559 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot], הוגה און 4 געסט