בלאט 1 פון 1

איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:26 pm
דורך berlbalaguleh
שוין בערך 2 יאר וואס ר' טוביה מאיר ניימאן הי"ו ערשיינט בקול רעש גדול (אפשר נישט גענוג שטארק). סיי מיט זיינע ארטיקלען אין מאמענט. און סיי מיט די אזויגערופענע..."ראבא-קאלס"...!

שרייבט ער אין דעם ארטיקל פון די פארגאנגענע וואך (פ' נח תשפ"ב) אז היות מענטשן רופן איהם אן און מ'זאגט איהם מוסר איבער זיינע ראבא-קאלס. זאגט ער לאמור. אזוי צו זאגן...ער ווייסט נישט אויב ער וועט באקומען גן עדן אדער גיהנום. ווייל א סאך מענטשן סטראשען איהם מיט גהינום. זאגט ער אז ער איז גרייט צו גיין אין גהינום פאר העלפן אידן...!

ביי מיר איז אייביג געווען די שאלה אויב דער מצב איז טאקע אזוי ווי ער שילדערט עס. אדער איז ער א ביסל מגזים (או.קעי. מע-גא-זעם). אבער איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי אנשים נאמנים. און זיי זאגן אז וואס ער פארציילט איז אמת ויציב.אויב אזוי האביך נישט קיין פראבלעם מיט זיינע געשריבענע ארטיקלען און מיט די ראבא-קאלס. ווען די ראבא-קאלס קומען אן צו מיר זאגט מיין אידענע, זז"ג אז זי גייט עס אויסמעקן. בעט איך אייביג...לאז איהם רעדן. ווייל דאס איז ווי מוזיק צו מיינע אויערן...!

וואס זאגט דער עולם?. מעג מען א ביסל מוטשען דעם עולם (אויפשאקלען) אז מ'זאלל זיך ווארעם אנרופן. אדער נישט.

לאמיר נישט פארגעסן אז ר' טוביה מאיר אליינס קומט פון זייער א בעל בת'ישע משפחה. נאר ער אליין האט זיך א סאך געמוטשעט אין זיין לעבן. ער האט א לאנגע צייט נישט געהאט קיין קינדער. . אויך האט ער געהאט אנדערע געזונטהייטס פראבלעמען און זיך אויך געמוטשעט אויף פרנסה. ער האט שוין געוואוינט אין אמעריקע , ארץ ישראל און אנדערע פלעצער. יעצט איז ער חונה כבוד אין די עיה"ק קרית טאהש, יצ"ו.