פארוואס שטייסטו און דו לאכסט? זעץ זיך אראפ און וויין!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

פארוואס שטייסטו און דו לאכסט? זעץ זיך אראפ און וויין!

שליחה דורך נפה »

שטייענדיג אין די טעג וואס הגאון ר' שאול אלתר איז דא אין אמעריקע און יעדער הערט פון די מחלוקה מיט די טעראר וכו', שטייען פון די זייט פילע יודן וואס האבן גארנישט איינגעשטויסן מיט גור אדער מיט ר' שאול, און קוקן צו פון די זייט און און לאכן ווי אזוי די גאנצע פלאג און מי און טעראר וואס גור האט אריינגעלייגט גייט צוגרינד, יעדע פאשקעוויל מודעה ווידיאו וואויס נאוט וכדומה פליט גראד ארום צו לאזן וויסן פאר יעדעם אז גור'ס כח איז א פארגאנגענהייט.

האב איך מיר דערמאנט א מעשה וואס ר' יענקעלע גאלינסקי דערציילט. ער האט געהאט א חבר וואס נאכן קריג האט ער פארלאזט יודישקייט. יארן שפעטער האט ר' יענקעלע אים געטראפן און גערופן אויף שבת צו אים אינדערהיים אין בני ברק. א גאנץ שבת האט ער געווארט אויף דעם חבר אבער ער איז נישט אנגעקומען.

נאך שבת האט ער אים גערופן, זאגט אים זיין חבר אז שבת איז ער אריינגעקומען קיין בני ברק און ער האט געזען עס טוט זיך פרויען מיט דאבעל קערידזשעס, טאטעס און קליינע קינדער, און מ'לויפט… זאגט ער איך האב געפלאצט פון קנאה, איך האב געוויסט אז איך געב אויף עולם הבא, אבער אז עולם הזה געב איך אויך אויף, דאס האב איך נישט געוויסט... און איך בין צוריק קיין רמת גן.

האט אים ר' יענקעלע געזאגט, פיין, אבער פארוואס שטייסטו? זעץ דיר אראפ! האט ער אים געפרעגט פארוואס זאל איך מיר אראפזעצן? האט ער אים געזאגט: דיין גאנץ לעבן האסטו אוועקגעגעבן צו קענען האבן עולם הזה, יעצט ווען דו זעסט אז עס איז א דורכפאל, זעץ דיר שבעה און וויין אויף דיינע יארן וואס דו האסט אפגע'הרג'עט פאר דיין אידיאל.

לענינינו וואלט זיך געוואלט זאגן פאר די אלע וואס זעען פון א זייט און שעפן נחת
:
פארוואס שטייטס עטץ און עטץ לאכטס? זעץ ענק אראפ און וויינט!
וויינט אויף כלל ישראל וואס ווערט אזוי פארשעמט
וויינט אויף די שכינה הקדושה וואס איר כבוד ווערט פארשוועכט
וויינט אויף די כבוד התורה וואס ווערט א שפיל
וויינט אויף יודישקייט וואס ווערט פארמיאוס'ט
וויינט אויף די וואס אלעס אין וואס זיי האבן געגלייבט ווערט צופאלן
וויינט אויף די וואס קענען נישט גיין צו זייער רבי פאר פחד
וויינט אויף די וואס מען פארשעמט זייער מנהיג
וויינט אויף די קינדער וואס ווערן אוועקגעריסן פון זייערע עלטערן
וויינט אויף די עלטערן וואס ווערן אוועקגענומען פון זייערע קינדער
וויינט אויף די פרויען וואס ווערן אנגעהעצט אנטקעגן זייערע מענער
וויינט אויף די וואס ווערן געצווינגען צו רעדן אנטקעגן זייער ראש ישיבה
וויינט אויף די וואס זענען צומישט צווישן צוויי יודן וואס זיי האבן ארויפגעקוקט
וויינט אויף די קינדער וואס ווערן אנגעהעצט אנטקעגן זייערע מחנכים
וויינט אויף די וואס פארלירן זייער מקור פרנסה
וויינט אויף די וואס דארפן אפהאקן פון זייערע חברים
וויינט אויף די וואס האבן געוואלט גלייבן אז עס עקזיסטירט מער נישט קיין טעראר
וויינט אויף די וואס האבן זיך נישט געוואלט מישן אין מחלוקת
וויינט אויף דער רב וואס ווערט פארשעמט פאר זיינע מתפללים
וויינט אויף די וואס זייער מקום תפילה ווערט צושטערט
וויינט אויף די קינדער וואס דארפן זוכן א נייע בית חינוך
וויינט אויף אנוסים וואס לעכצן צו גיין דארט ווי מען לאזט זיי נישט
וויינט אויף די כבוד פון א חסידות וואס ווערט צושפאט
וויינט אויף די חילול שם שמים ברבים וואס ווערט אפגעטון
וויינט…


הבהרה: מען קען דאס שרייבן ביי יעדע מחלוקה, נאר איך האב עס געשריבן לגבי די מחלוקה אין גור ווייל דאס איז יעצט אין די נייעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נפה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר