קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן

שליחה דורך נח בער »

איך ווייס נישט וואס מהר"א גייט מעלדן ביי די גרויסארטיגע אסיפה, אבער לויט שמועות גייט דער גרויסער רבי גייט אריינגיין אין דיטי דיטעילס צו איינטיילן פאר אידן מיט ווייסע בערד וואס זיי מעגן לייענען, עסן און הערן.

מען רעדט נישט פון זאכן וואס האבן צו טאן מיט כשרות אדער הלכה אדער אפילו פרומקייט, נאר פשוט די משוגעת'ן פון אפאר קליינע קינדער מיט ווייסע בערד גייט מען ארויפצווינגען אויף א גרויסן ציבור אידן.

אלס טעראפיסט קומט מיר אפט אויס צו דיעלן מיט קרית יואל'ער יונגעלייט און איך האב שוין אסאך מאל באמערקט אז קרית יואל'ער אידן, אפילו אזעלכע וואס זענען פערציג, פופציג יאר אלט, לעבן אונטער א פחד פונעם מנהל און פונעם מלמד, פונקט ווי קינדער ערגעץ אנדערש.

אין קרית יואל שפארט מען צו די שויערס ביי א געוויסער צייט, און די קאווע ביי אן אנדערער צייט. מען זאגט פאר זיבעציג יעריגע אידן אז איר זענט נישט גענוג מעטשור צו מאכן אייערע אייגענע החלטות אויף פשוט'ע קליינליכע ענינים. קענסט נישט קויפן קיין סושי אין גאנצן שטעטל ווייל איין נארישער מענטש מיט פאוער פון א דיקטאטאר האט מחליט געווען אזוי און יעדער ווארפט זיך אונטער זיינע שגעונות.

אין קרית יואל איז אן אפטע ערשיינונג אז אויב עמיצער מאכט א מנין נישט ווען ס'שטייט אויפ'ן צעטל קומט צו לויפן א גבאי און טיילט מכות כאילו ער וואלט געדיעלט מיט קליינע קינדער וועלכע האבן נישט געפאלגט דעם מלמד. דאס זעלבע איז מיט אנדערע "החלטות הקהילה" וואס עמיצער האט זיך נישט געהאלטן דערצו, וואס מען דיעלט דערמיט דורכ'ן באפאלן יענעם ברבים און אים גוט אנפראסקענען למען ישמעו ויראו.

איין טאטע האט מיר דערציילט אז ער האט געהאט געשיקט זיינע קינדער אין די קרית יואל'ער מוסדות און מען האט אים געמאכט אונטערשרייבן די תקנות לגבי סעלפאנס וכדו'. דער איד האט נאר א פליפ פאון אבער מען האט אים אויסגעפארשט צי ער האט נישט אן אומלעגאלן סמארט פאון אין טאש, פונקט ווי א בחור אין ישיבה וואס מען טראסט נישט אויפ'ן ווארט, און דערנאך איז מען אים נאכגעגאנגען און נאכגעקוקט. לעצטנס האט ער זיך געצויגן קיין לינדען, וואו ער האט געדארפט אונטערשרייבן די זעלבע תקנות. אבער אלעס איז געטאן געווארן אזוי פראפעסיאנעל. מען האט אים געגעבן די פילינג אז ער איז א גראון אפ, אן ערוואקסענער מענטש, נישט איינער וואס פירט נאך א קאץ-און-מויז שפיל מיט א מנהל.

זאגט ער מיר אז ער האט זיך ערשט יעצט אנגעפאנגען כאפן אז דער וועג וויאזוי מען דיעלט מיט אידן אין קרית יואל איז דיקטאטוריש. ער האט זיך באלד געכאפט ביים ווארט און געזאגט אז ס'איז נישט דיקטאטוריש נאר פשוט קינדיש. אפאר לאו-איי קיו אידן פירן א גאנצע קהילה ווי זיי וואלטן געווען קינדער אין א תלמוד תורה. נאר דאס מעגסטו עסן און נאר דאס מעגסטו לייענען. וועלכער יונגל ס'שויערט זיך נישט ביז יענער און יענער צייט קען נישט גיין אין שויער, וכו'.

א קליענט מיינער, וואס וואוינט גראדע אין וויליאמסבורג, האט מיר אמאל פארציילט אז שטייענדיג ביים באגלייטן מוצאי שבועות אין קרית יואל האט ער געהערט ווי דער מנהל פון בית רחל גיט אנווייזונגען פאר א ציבור פון ערוואקסענע אידן ווי פאלגנד:

"אלע טאטעס שטייען שיין אויף די סטעפס פון בית המדרש, אלע פרויען גייען שיין אריבער די אנדערע זייט" וכו'.

זאגט ער מיר אז ער האט געטראכט פאר א סעקנד אז ס'איז מאדנע אזוי צו רעדן צו ערוואקסענע אידן אבער דאן האט ער זיך געכאפט אז דאס איז קרית יואל, דאס איז דער מענטאליטי, און דאס איז וויאזוי מען באהאנדלט דעם ברייטן ציבור, ווי זיי וואלטן געווען קליינע קינדער.

נאר וואס דען? יעדע פאר יאר פאנגען אן צו בלאזן ווינטן פון דעמאקראטיע; איך וויל זיין אן ערליכער איד אבער טייל מיר נישט איין וואו צו דאווענען אדער מיט וועמען צו לערנען אדער וואספארא (ערליכע) ביכער איך מעג לייענען אדער ווען צו טרינקען א קאווע אדער וואס צו עסן פאר פרישטאג, און די פיצלעך קינדער מיט די ווייסע בערד כאפן זיך אז זיי פארלירן די שליטה פון אונטער זייערע הענט, לויפן זיי אריין צום רבי'ן און מען זאגט אים אז ס'איז ממש צרות, די שטאט גייט אונטער. אויב זאלן אידן מעגן קויפן סושי איז די גאנצע הארעוואניע פונעם רבי'ן אונטערגעגאנגען.

פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל ס'טוט זיך יעצט א שטארקע געקויפעכץ און געמופעכץ, איך זאג עס פשוט אלס אן עצה טובה פאר מיינע קליענטן און פאר גאנץ כלל ישראל. שטייט אוועק פון דעם פלאץ פאר אייער מענטעל העלט, אזוי לאנג ווי די זיידע-בעיביס זענען אין טשארדזש פון דער קהילה. גייט קיין מאנסי, קיין לעיקוואוד, קיין לינדען, וואו אימער. גייט נישט צו א פלאץ וואו מענטשן טוען זיך אפלעבן זייערע גאנצע אכציג-ניינציג יאר אן וויסן וואס ס'מיינט פשוט באהאנדלען א גראון-אפ ווי א גראון-אפ.

ס'איז דא א סיבה פארוואס אין גאנץ אמעריקע רעוואלטירט מען יעצט קעגן די מאנדאטן. מענטשן זאגן פאר לאו-איי-קיו לידערס וואס האבן באקומען א געשמאק אין איינטיילן פאר אנדערע מענטשן וואס צו טאן: לאמיך צורו. איך ווייס אליין וואס ס'איז גוט פאר מיין געזונט. קריך אראפ פון מיר.

דער אשכול פארמאגט 73 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר