צניעות אלץ א מאדעל פאר עפידימילאגיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יָדוֹרָש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:53 am
האט שוין געלייקט: 82 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

צניעות אלץ א מאדעל פאר עפידימילאגיע

שליחה דורך יָדוֹרָש »

איבער די לעצטע צוויי יאר טענה'ט מען זיך איבער די גאנצע וועלט וועגן די ריכטיגע צוגאנג צום קאראנעווירוס עפידעמיע. אויף די פאקטן קען מען זיך קיין סאך נישט טענה'ן. דאך איז ערשינען קלארע טענות פון ביידע זייטן.

די לינקע טענה'ן:
-קאראנעווירוס איז א סכנה
-מיר דארפן זיך זארגן פאר יעדע מענטשליכע לעבן
-מען דארף טון וואס מען קען צו אפשטעלן די סכנה
-מענטשליכע אקטן קענען אויפטוהן אסאך צו ראטעווען
-עס לוינט זיך אויפצוגעבן פון די נארמאלע לעבן כדי צו פארמינערן דאס אפעקט פונעם ווירוס

די רעכטע טענה'ן
-א ווירוס איז א נארמאלע חלק פון לעבן
-מענטשליכע פעולות (מאסקעס, וואקסינען) זענען מילא נישט קיין סאך ווערד
-יעדער האט עס שוין ממילא געהאט / גייט עס ממילא האבן
-עס לוינט נישט צו צושטערן די נארמאלע לעבנסשטייגער אדער אוועקנעמען פרייהייט וועגן די ווירוס

דאס זענען אינטערסאנטע טענות, און קומען לדעתי אראפ צו די פונדאמענטאלע שאלה פון ווי ווייט דארפן/קענען מענטשן נעמען קאנטראל אויף די בריאה.

דאס איז א וויכטיגע שאלה און איך וואלט דאס געוואלט דעבאטירן, פון ביידע זייטן. דער פראבלעם איז אבער היות קאראנעווירוס איז געווארן אזא היציגע נושא, קען מען קיין נארמאלע דעבאטע נישט האבן דערוועגן. איינער טענה'ט אז קאראנעווירוס איז גאר שוואכער ווי א קאלד, און א צווייטער האלט אז דאס איז ממש טויטליך ווי איבאלע.

האב איך געטראכט אז מען דארף נעמען אן ענליכע טעמע, ווי די געפילן זענען נישט אזוי געבינדן, אבער די טענות זענען שייך. און איך טראכט אז צניעות איז א גוטער קאנדידאט. לאמיר מסביר זיין פארוואס.

ביי צניעות נוצט מען זייער ענליכע רייד ווי ביי קאראנעווירוס. פרויען האבן א נאטירליכע עראטישקייט און ציאונגס קראפט, וואס אויב וועלן זיי דאס נישט באהאלטן וועט דאס "אינפעקטירן" מענער און זיי שאדן מאכן. דערפאר דארפן די פרויען נעמען עקסטרעמע שריט, כדי זיך צו באהיטן פון שאדן מאכן אנדערע. אויף אזוי ווייט אז זיי דארפן זיך שערן די האר און גיין מיט ספעציעלע קליידונג.

לכאורה קען מען דא צוברענגען די אלע אויבנדערמאנטע טענות. די וואס האלטן מען דארף נעמען מענטשליכע שריט, וועלן מחייב זיין די פרויען צו קאנטראלירן זייער ציאונגס קראפט. די אנדערע וועלן דארפן טענה'ן פארקערט.

אויך דא קען מען טענה'ן אז יעדער ווערט ממילא ערגעץ וואו נכשל, איז וואס טוט מען אויף מיט צוקוועטשן אונזערע פרויען? און בכלל וויפיל טוט שוין צניעות אויף? מער ווי די וואקסין?

וביותר, עס איז דאך נאטורליך אז פרויען זענען שיין. איז פארוואס זאל מען דא זיך אריינמישן, צושטערן דעם נארמאלן לעבנסשטייגער, און צונעמען די פרויען'ס רעכטן צו גיין וויאזוי זיי ווילן?

איז צניעות רעליגיעזע עפידימילאגיע?

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר