די רציחה פון הרב יוסף עפשטיין זצ"ל, א פסק בית דין

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

די רציחה פון הרב יוסף עפשטיין זצ"ל, א פסק בית דין

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

הרב יוסל עפשטיין זצ"ל, המכונה Jeffery Epstein איז ארויף אין בית דין של מעלה צוויי יאר צוריק צו רופען די פראסקיוטער און די פילע פרויען-פאלשע עדות, צום בית דין של מעלה צו דין תורה. היינט האט מען מחריז געווען אויבן אין הימעל אז ער האט פארלוירן די דין תורה.

ווי באקאנט איז יוסל עפשטיין געווען א גרויסע מנובל און פארזונקען און שרעקליכע בין אדם לחבירו זנות, בשותפות מיט זיין באליבטע מאדאם גילעין מאקסוועיל (די שותפות פארלאנגט א ערענסטע פסיכאלאגישע אפהאנדלונג @שלום בערגער. פארוואס האט זי מיט געארבעט? ממש שלא כדרך הטבע פאר א פרוי).

היינט האט מען אויסגערופען אויבן אין הימעל, כשם שמחריזן בבית דין של מטה, אז ער איז ארויס חייב בדין. היות זיין פריינדינע איז געפונען געווארן שולדיק פאר אים ארויס העלפען מיט זיינע עוולות. ווי ברייט באריכטעט.

היימיש כלל ישראל וועט ווייטער האלטן אז למעשה איז נישט קיינמאל געווען קיין עדות בדין און דער איד איז בחזקת כשרות אין די מעשה איז א בלבול פון די שרעקליכע פארפוילטע דעמאקראטען וואס האבן אים געזיכט אונטערצוברענגען ווייל ער געהאט שייכות מיט די רודף צדקה וחסד, חסיד אומות העולם, טראמפ. וואס טראמפ האט שוין אליין מעיד געווען אז ער האט קיינמאל נישט געזען קיין שלעכט ביי הרב עפשטיין. בלייבט נאר איבער צו האפן אז גאט אליין וועט געבן א Veto קעגן די Jury . רבי איציקל'ס מחזור איז גרייט און גאט גייט אריינסטעמפלען די pass פאר הרב יוסל זצ"ל און ער גייט זוכה זיין צו זיצען אין גן עדן מיט הרב חיים וואלדער זצ"ל און אנדערע גרויסע צדיקים ו'ע'ט'ר'ו'ת'י'ה'ן בראשיהם.

רחמנא ליצלן
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר