לעולם יצפה אדם לחלום טוב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 361
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 825 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 377 מאל

לעולם יצפה אדם לחלום טוב

שליחה דורך נפה »

שטייענדיג נאך די טראגישע זעלבסט מארד פון חיים וואלדער און נאכן צו זען דער עולם׳ס תגובות סיי דא און סיי אויף סאשעל מידיא וויל איך מודה זיין אז דאס וואס איך האב דא געשריבען אז די מצב איבער פראטעקטען מפגעים ווערט בעסער א דאנק סאשעל מידיא איז נאר געווען א חלום וואס ווי איך זע יעצט איז עס ליידער נישט מקיום געווארן, איך רעד נישט פון די רבנים וואס דאס איז יא געווארן אביסל בעסער איך רעד פון דאס וואס איך האב געמיינט אז די ציבור גייט אנפאנגען אויס צושפייען די פארשוינען און אנפאנגען ארויפקוקן די וואס זענען מבער די רע מקרבנו די חלום איז צופלאצט געווארן בקול גדול, די געשרייען רוצח אויף א בראווע שרייבער וואס האט נישט מורא פון א ברענד נעים און אויב יענער איז א געפאר ווארענט ער די ציבור מפניו האט אפגעהילכעט אין מיינע אויערן ביז צו טויב ווערן, איך האב געזען אז דאס איז נאר ווען מען רעדט פון אן ארויסגעפאלענער ווי משי זהב אבער ווען עס רעדט זיך פון איינער משלנו פון די מעינסטריעם גארנישט כלום.
איך מיר שוין געהאלטן ביי מייאש זיין.
און דעמאלטס האב איך מיר דערמאנט א מאמר חז״ל אמר ר׳ לוי לעולם יצפה אדם לחלום טוב עד כ״ב שנה
און איך האב מיר געטרייסט.

איך וויל צוענדיגן מיט די ווערטער פון די הקדמה צו ויואל משה ״ ויודע אני כי יורו המורים חצים ובליסטראות עד אין שיעור על כל הדברים שכתבתי״ איך ווייס אז איך גיי באקומען היט און העיט אויף די ארטיקעל אבער הנראה לענ״ד כתבתי

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר