מאריכואנע, לאמיר דאס צענעמען אויף קליין געלט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 914 מאל

מאריכואנע, לאמיר דאס צענעמען אויף קליין געלט

שליחה דורך ברוינשטיין »

מען צעשטויסט די בלעטעלעך און מ'וויקלט דאס איין אין פאפיראסן, די געניטע לייט ווייסן פראפעציאנאל וויאזוי דאס איינצוקניפן ביים עק אז דאס זאל זיך צינדן ווי טריקענע דערנער און דאן הייבן די געמיטער
וויאזוי ריפט מען דאס? מ'טריפט,,
דער סטיל ווערט אלץ מער און מער אריינגעכאפט ביי די יונגווארג און ביי עלטערע צוגלייך, ביי מאנכע איז דאס געווארן די נארמע, און ווידער ביי אנדערע איז דאס א פראקטיצירונג וועלכע קומט ניטאמאל אויפן געדאנק, עד כדי כך אז אויב וועלן זיי הערן איבער א באקאנטער אדער משפחה מיטגליד וועלכע האט דאס אמאל צוגערירט, וועלן זיי פשוט זיך זעלבסט ציפן כדי פעסטצושטעלן אז זיי זענען ביים באוויסטזיין.

פעסער שליים אויף דאם טעמע האבן שוין געמאכט זייער וועג צו פּארע בלעזלעך און ים'ען סייענטיפישע און פיסכעלאגישע טינט זענען שוין פארגאסן געווארן ביזן איבערפלייצן אקעאנען, ווי אויך זענען שוין מן הסתם אסאך פון די ליינער אמאל הייזעריג געווארן אויף א דעבאטע לגבי נעמען די געווירצן.
דער אמת איז, אז איך בין היפש צעמישט און בכלל נישט אויסגעקאכט דערינען, במילא לאז איך דאס פאר אינזערע קאווע שטיבל זאך קענער.

איז מאראכוואנע: שעדליך? געזונט? גוט? שלעכט? מיט וואס ענדלט זי צו אלקאהאל? אויב בכלל? לוינט זיך דאס? רעקאמאנדירט? זאל עס זיין גענצליך אדער כאטש טיילווייז לעגאל? איז וויכטיג צו ווארענען די פרישע דור איבער אירע (מעגליך מ'וועט זעהן באלד) קאנסעקווענצן? אדער אפשר קאפויער גאר מען זאל דאס מוטיגן (שטייטצעך אויף א געוויסע שטאפל) און דאן וועלן געוויסע פראבלעמען פארשווינדן ווערן? וכדו' וכדו' וכדו' וכו' וכו' א.ד.ג....

שפירט פריי צו לאזן וויסן אייער באקאנטשאפט\וויסנשאפט\עקספיריענס אדער מיינונג.

(אויב איז שוין דא אן אשכול דערוועגן, ביטע אויפמערקן, וויבאלד איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון עפענען אשכולות אין די וועלט אריין.)

ביטע זיך האלטן ערנסט צו די טעמע, און לאזן ווערטלעך אויף שפעטער איינמאל די זאך איז שוין מער אויסגעקלארט, דאנק אייך פון פאראויס.

אלזא, איז צייט פאר אונזערע קארפן קעפ דאס אויסציקנעטן און צענעמען אויף פיצלעך אזש דער נושא זאל ארויסקומען פאר יעדן אזוי קלאר ווי דאס ערשטע משנה אין סוכה, געגאנען!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר