די נאבעלע רעגירונג ווס די Greedy קאפיטאליסטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 958
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2662 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1042 מאל

די נאבעלע רעגירונג ווס די Greedy קאפיטאליסטן

שליחה דורך ליב צו וויסן »

2 פערזענליכע פאסירונגען אפגעשפילט אין די זעלבע וואך.

מעשה 1

איך באקום א בריוול פון די סטעיט רעגירונג אז צוליב געוויסע אורזאכן, בין איך זיי שולדיג נאך געלט אין אינקאם טעקס פאר די יאר 2020.

אינעם בריוול שטייט אז וויבאלד כ'האב זיי נישט געענטפערט אויפן ערשטן בריוול פון א חודש פריער (וואס כ'האב קיינמאל נישט באקומען), דארף איך אויך צאלן א פענעלטי.

איך קוק אינעם בריוו, פרוביר צו פארשטיין וואס דא קומט פאר, פארוואס בין איך זיי פלוצלונג שולדיג נאך געלט (כ'האב געפיילד מיט 10 חדשים צוריק..) אבער ס'גייט מיר נישט.. בין איך מחליט אריינצורופן.
איך זוך אויף דעם נומער, און נאכן קוועטשן מערערע קנעפלעך אנצוקומען צו א לעבעדיגע פערזאן קום איך אן צום מעסעדזש "אלע אונזערע רעפרעזענטאטן זענען פארנומען מיט אנדערע, ביטע רופט צוריק אן אנדער מאל." (!!)

זעלבסטפארשטענדליך אז אויב דערוואג איך מיר צו ווארטן מיטן באצאלן ביזן כאפן א לעבעדיגע פערזאן וועט די ביל נאר גרעסער ווערן צוליב די פענעלטיעס.

מעשה 2

איך באקום א בריוו פון Key bank אז אין אן אקאונט וואס כ'האב געהאט ביי זיי און עס פארמאכט א שטיק צייט צוריק, בין איך זיי שולדיג געבליבן א סכום געלט (היפש אן ענליכער סכום צו די טעקס ביל....).

זיי שרייבן מיר אז כ'זאל זיי ווי שנעלער אריינקאלן (נישט די ערשטע מאל וואס זיי קאנטאקטן מיר דערוועגן..).

דאס מאל האב איך זיי גערופן, געכאפט א לעבעדיגע פערזאן אין געציילטע מינוטן, גערעדט אהער און אהין, און מ'האמיר געמאכט א פשרה... אויב צאל איך יעצט, דארף איך נאר באצאלן 60 סענט אויפן דאלאר.
כך הווה, כ'האב באצאלט, און געענדיגט.


די 2 מעשיות -כאטש בלויז אנעקדאטל עווידענס- ברענגט ארויס די ענטוסיאזם פון די לימיטעד-רעגירונג קאנסערוואטיוון/ליבערטעריענס.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר