ניין. דו דארפסט נישט (אלעס) וויסן...!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19581
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14872 מאל
קאנטאקט:

ניין. דו דארפסט נישט (אלעס) וויסן...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי. איך בין צוריק דא (ב"ה). איך בין געווען אויסגעשפארט. נישט דורך די הנהלה פון קאווע שטיבל. נאר דורך א פאר פארדארבענע, געלטגייציגע, רישעות'דיגע העקערס....ס'וואלט מיך געקענט קאסטן א סאך געלט און עגמת נפש. און אפשר בושות אויך. צוריקצוברענגען מייין קאמפיוטער אויפ'ן ריכטיגן וועג. נאר בחסדי השי"ת האביך א זון וואס ער איז (ב"ה) א געלונגענער איי.טי. טעק. ער האט מיר געגעבן עצות און הילף צוריקצוברענגען דעם קאמפיוטער.

ומעשה שהיה כך היה. דעם פארגאנגענעם פרייטיג נאכמיטאג, פ' בא האביך אויפגעמאכט אן ..."אומשולדיגן"...לינק פון דעם חיים וואלדער אשכול. אויף אן איזראעלי נייעס וועבסייט. איך ליין מיר אזוי באקוועם די..."נייעס"...ווען ס'פאפט ארויף א..."פאפ-אפ"...איך פרוביר עס אוועקצווישן, כדרכי. ס'גייט נישט. ס'קומען ארויף נאך 3 פאפ-אפ'ס. זיי זאגן מיר דיין קאמפיוטער איז געסטאפט דורך..."מייקראסאפט"...א שקר. ווייל מ'האט געטראפן..."ספיי-וועיר"...אונז...(גנבים).גיי מיר דיר העלפן צו רי-סטאורן דיין קאמפיוטער...זיי געבן אן א פאון נאמבער. איך פרוביר קלינגען דעם נאמבער. זיי מאכן עס אויסזעהן עכט. כאילו איך דיעל דא מיט מייקראסאפט. ס'האט אבער גענומען צו לאנג. עש"ק. האביך עס איבערגעלאזט פאר היינט. מוצש"ק. איך רוף יענע נאמבער... אין קול ואין יונה...האביך דאך שוין געזעהן אז איך בין אין פעקל.

ב"ה מיין זון איז בחסד עליון א געלונגענער איי.טי. טעק. ער טוט דאס פאר פרנסה אין א גרויסן און חשוב'ן מוסד. ער האט מיר באלד געגעבן די ריכטיגע עצות וואס צו טון. און בחסדי השי"ת מיר זענען דא צוריק...!

די לעקציע פון דעם אלעם איז. אז מ'טאר נישט זיין נייגעריג (א ביסל, וויפיהל ס'פעהלט אויס, יא.). מ'טאר נישט אויפמאכן אומבאוואוסטע לינקס. אפילו די וועלכע זעהען אויס...אומשולדיג...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר