זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 914 מאל

זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן

שליחה דורך ברוינשטיין »

די ווענט זענען געפארבט טונקל בלוי, און ווערן פארשטעלט דורך ווייסע מאשינען וועלכע פייפן אין די קאפ מיינ'ס אנע אויפהער אזוי אז עס טוט כסדר פארשטערקערן מיין קאפ וויי. דאס קעסטל אויפ'ן וואנט אין וועלכע מען ווארפט אריין מעדעצינישע אפּפאל טראגט אויף זיך א שטרענגע סימבאל, אזאנס וואס מען טרעפט געווענליך אין צייטונגען ביים לאזן וויסן עפעס שרעקליכע נייעס איבער איראן'ס נוקלעארע פראגראם.

מיין צימער ווערט באלאכטן דורך איין לאמפ וועלכע זיצט אויף א קליינע לעהרע נאכט קעסטל, דעם לאמפ איז מיין פערזענליכע חבר צוליב דעם וואס ער איז דער איינציגער וועלכע ברענגט מיר סיי וועלכע ליכטיגקייט. עס גייט א שמעק פון סענעטייזער\אלקאהאל, דאס אינפארמירט מיך טאקע פיר און צוואנציג שעה אז איך געפין זיך אין א מושב זקנים אנשטאלט. נעבעכדיגע קרעכצן פון אלטע לייט וועלכע ליגן טיף פארכמארעט אין די דערנעבנדיגע צימערן פארשווערן נאר מיין געפיהל פון אויפגעבן, מן הסתם מיינע קרעכצן מאכט זיי אויך דערדרוקט, אבער איך קען זיי ניט העלפן.

----

איך בין ב"ה באשאנקען געווארן מיט דריי וואוילע קינדער, א טאכטער און דערנאך צוויי זין וועלכע איך ליב מיט מיין גאנצע הארץ און איך זארג מיך אויף זיי שטענדיג, איך בין מתפלל אויף זיי א יעדעס טאג אז אלעס זאל זיי גיין אין לעבן צום בעסטן, זייערע פענימער וועלכע איך האב שוין נישט געזען פאר פיר און פופציג יאר, נאכדעם וואס מען האט זיי פון מיר בארויבט צוליב דער פארשאלטענע גט פרשה (איך וועל דאס נאך איין טאג מיטטיילן מיט ענק אי"ה) ליגן מיר תמיד פאר די אויגן מיט בענקשאפט ווי כאילו איך וואלט זיי ווען היינט געגלעט. נישט זיי און נישט מיינע אייניקלעך ווילן זען מיין פנים, צוליב די נאסע ליילעך וואס מען האט יארן צוריק אויף מיר ארויפגעשלייערט.

איי, זינגט זיך ארויס פון הארץ דאס לידל וועלכע איך געדענק מיין מאמען זינגען, איך האב עס דעמאלט ניט פארשטאנען, היינט אבער האט עס גאר אן אנדערע טעם...

יעדער האט געהערט מן הסתם,
און אפשר געזען מיט די אויגן,
ווי דער ווינט טרייבט א שיף אויפן ים,
ווי זי פליט פייל אויסן בויגן,
אבער גיכער פון אים פליען געשווינד,
מיינע יונגע יארן אוועק…

-----------

אזוי ליג איך מיר עלנד אן קיינע באזוכער און אן קיין פריינד זיך אויסצושמועסן, אויף א געלעגער וואס איז אלט און אויסגענוצט, מיט בעט געוואנט וועלכע זעהן זעלטן דעם וואש מאשין.

קיין לערנער\ליינער בין איך קיינמאָל געוועזן, במילא דאס איינציגע וואס איך קען איז הערן מוזיק. געווענליך הייב איך אן מיט "חיים שלמה מאיעס טונקלקייט" וויבאלד איך שפיר מיך באמת איינזאם ווי א שטיין, דערנאך שפיל איך אויף אביסל דודו פישער אבער ווען דאס גריבלט שוין צופיל אין מיינע פיין וואונדן זיך דערמאנענדיג די געוועזענע יארן, צינד איך אן לידער פון "מאָנעסקין" פרובירנדיג צו פארגעסן מיינע ליידן, אבער נאך פינף מינוט לעש איך דאס אויס מיט א געפיל אז איך וועל שוין אין מיין לעבן נישט הערן קיינע מוזיק.

ווען איינער קוקט זיך יא אום אויף מיר, איז דאס די שחור'טע קראנקע שוועסטער (זי זעהט ליבערשט אויס ווי א פּאַפּ-סטאַר) וועלכע קומט אריין דריי מאל א טאג מיך באדינען, איך ווייס נישט אויב זי איז א וויסטע אנטיסעמיט, אדער זי האסט סתם אזוי מענטשהייט אויף א שרעקליכן פארנעם. אבער אן קיין ספק האט מען בלויז צוליב איר, באשאפן דאס ווארט מכשפה.

ווען זי פיטערט מיר עסן ( אויב מעג מען דאס רופן עסן... יא! איך גיי ארויסזאגן דעם ווארט, עס האט א טעם פון ש**!.) שטופט זי אריין דאס לעפל אין מיין מויל אזוי אז מיינע גומען זאלן ווערן צעריבן פון די אום אויסגעוואשענע לעפל. אדער האקט זי דאס אריין מיט א שנעלקייט, אז מיין צינג זאל נישט קענען אראפּלעקן דאס עסן, אדער געשעהט דאס וואס האט לעצטע וואך פאסירט, ווארום זי האט זיך פארשמעוסט אויפן סעליולער האלטנדיג דאס גאפל אין מיין מויל, ביז איך האב זיך געשטיקט און געבראכן אויף אירע הענט... זי האט זיך ניטאמאל אנטשולדיגט. טרערן...

איין מאל א טאג (נאכטמאל) ווען זי שטופט מיר אויפן רעדער-בענקל צום דיינינג רום גיבט זי נישט קיין פיפס (אדער פרובירט זי גאר) ווען מיינע פיס האקן אריין אין די ווענט שפיצן, עס איז כאילו עס וואלט קיינמאל פאסירט. אין דיינינג רום טרעף איך זיך טענה'נען מיט אלטע געגאלטע לויטע וועלכע וועפן שרעקליך, זיי ברויזן אויף מיר און גיבן מיך ווייניג סיפוק צום לעבן. א מזל אז לונגען אטעמען פון זיך אליינס, ווען נישט וואלט איך פשוט אויפגעהערט צו אטעמען פון ייאוש. (אגב האט מיר היינט אן עלטערע פרוי אנגעשפּיגן, זי האט מיר אנגעזידלט פארוואס איך לאז וואקסן מיין שנאלטס ווי היטלער, א מלחמה געליטענע נעבעך).

איך שרייב דעם ארטיקל מיט בלוט, יא, מיט עכטע בלוט וועלכע רינט פון מיין מויל, נאכדעם וואס דער מכשפה\נורס האט מיר אראפגעלאזט א פראסק אין פנים, צוליב דעם וואס איך האב נישט געוואלט נעמען מיין אנטי דעפרעסיע מעדיצין וואס א פיסכיאטער פונעם אנטשטאלט האט מיר פארשריבן. דער פיסכיאטער האט מיר אויסגעזען ווי א קראנקע שי מעיל, אבער איך האב איר\אים גארניט געפרעגט מורא האבנדיק אז זי\ער וועט זיך באליידיגן און מיר פארשרייבן נאך עטליכע אומוויכטיג פערסקריפציעס (איך לייקן נישט אז איך קען נוצן אנטי דעפרעסיע, אבער נישט דאס אומדערהערטע דאזע וואס זי\ער\הינט\הינט'קע האט מיך פארשריבן).

עס לאזט זיך שווער גלייבן אז דא האלט איך. מיין גוף איז שוין פארקנייטשט, און מיינע הענט ציטערן ווי פלאטערלעך, עס איז א פיין וואס איז נישט מעגליך זיך פארצושטעלן ווי לאנג מען איז נישט דארט, דער גרעסטע בושה וואס א מענטשן קען נאר האבן איז זיך נישט קענען זעלבסט באגיין, דאס זיך נישט קענען אליינס וואשן, נאר ווערן פארגאסן מיט וואסער דורך א קראנקע שוועסטער וועלכע מאכט דעם שאוער טעמפראטור בריעדיג איז ביטער ווי עסיג, ווען איך רעד זיך אפ אז איך האלט נישט אויס די קאכעדיגע וואסער, דרייט זי דאס אראפ מיט שפאַס צום קעלטסטע און דאן ווער איך פארפרוירן! מיין מח הייסט מיך ארויסצוטאנצן פונעם אייז קאלטע שאוער, אבער מיין אלטע גוף קען דאס נישט באווייזן, קוים וואס איך קען אויפהייבן א סידור, זאל איך מיר קאנען אנטקעגען שטעלן א ברייט געבילדעטע פרוי וועלכע קען טאן מיט מיר וואס אימער זי וויל?
זי ווייסט זייער גוט אז איך קען מיר נישט אפרעדן צום מושב זקנים אנשטאלט, וויבאלד זי האט זיכער געמאכט אז איך גיי אריין אין די ביכער אלץ איינער וואס פאנטאזירט, דאס גיבט איר די מאכט צו טאן מיט מיר וואס אימער עס פאַלט נאר איין פאר דעם בראנקס איינוואוינער.

אויש קומט מיך טרערן ווען איך דערמאן זיך פון די צייטן ווען איך פלעג אליינס קאנען טאָן מיינע באדערפענישן ביים ארויסגיין,
יעדעס טאג שפיר איך באזונדער פארשעמט און דערנידערט ווי א קינד אין וועגעלע, א ווייטאג וואס רייסט דורך מיין הארץ אהין און צוריק אן קיין שום וועג זיך צו טרייסטן, א שלעכטע שפירונג וואס בראכט מיט זיך מחשבות פון זעלבסטמארד, און פייניגט מיין געוויסן אזש דאס לעבן מיינע ווערט פאראיבלט, טייל מאל לאזט מען מיך ווארטן עטליכע שטונדן, ביז ענדליך קען איך הערן די נוירסעס וועלכע טענה'ען צווישן זיך ווער עס זאל טון די שווערע ארבעט, פון דארט און ווייטער איז נישט געמאכט ארויסצושרייבן אויף פאפיר, אבער איך קען ענק אזויפיל זאגן, עס איז פיינפול ביז גאר!...


די בראך איז דרייפאכיג, זיין א פארשעמטער איז איין צרה, זיין אן עלנדער איז נאך א פיין, זיך נישט קענען אליינס באגיין איז א דריטער מיטמאכעניש, אבער אלע דריי צוזאמען איז עפעס אומדערטרעגליך, עס לאזט מיך א פאלאזירטער אין בעטל ברענגענדיג ליידיגע טעג מיט צייט איך זאל אריינקלערן אין די שווערע לאגע אין וואס איך געפין זיך.

יעצט ווען איך שרייב דעי שורות זיץ איך אין מיין רעדער בענקל ביים פענטסטער, קוקנדיג אויף די יונגע מאסן וועלכע שטורעמען אויף די גאס, איך שפיר ווי איך וויל ארויסטאנצן פונעם רעדער בענקל, דורכברעכן די גלאז און מיטלויפן צוזאמען מיט די מאסן, אבער צום באדויערן קען איך דאס נישט טאן, נאר מיין גוף איז אראפגעבינדן.

קיינער וויל נישט אריינקלערן וויאזוי ער וועט זיך שפירן ווען דאס עלטערקייט וועט אים איבערנעמען, דאס איז די טבע פון א מענטש, אזוי האט די באשעפער אריינגעלייגט אין די בריאה, יעדער וויל פארגעסן פון די הארטע מציאות, אז איין טאג, פריער אדער שפעטער, יונגער אדער עלטער, וועט ער דארפן די גייסטישע און פיזישע הילף פון ארומיגע.

איך זעלבסט בין אויך אמאל געוועזן א יונגע בּאָק וועלכע פלעגט קוואקענען שפעט אין די נאכט אריין, לאכן פון אלטע וועלכע וועפן און זיך געלעבט אין מיין יונגע וועלטעלע.

רבותי דער טאג קומט, יא, קלער אריין אין די דאזיגע דריי ווערטער, דער טאג קומט!

סתם אז די ליינער זאלן שפירן מיין צער וואלט געווען א שיינע זאך, אבער נישט דאס איז מיין ציל און נישט דאס איז מיין ווילן, איך האף אז ענק זאלן ארויסקלויבן עטליכע וויכטיגע פונקטן.

א) קודם מוז איך באטאנען אז ביי מיר איז ווי פארשטענדליך אן אויסנאם, עס זענען פארהאן אָן א צאל באמת פיינע נורסעס וועלכע זענען שטארק איבערגעגעבן און העפליך, זיי דארף מען טאקע אויסלויבן און ארויסווייזן שעצונג, ווען דו טרעפסט אָן א נורס א.ד.ג. געדענק זיך צו באדאנקען, מעגסט גיבן א מתנה'לע, אפגערעדט ווי וויכטיג עס איז אריינצושמירן א מתן שכר בצדה…

ב) איך פארשטיי אז דו ביסט יונג און דו ביסט פארנומען בויען דיין לעבן, דאס איז אבער נישט קיין אויסרייד פון נישט גיין באזוכן די איינזאמע, אויב האסטו צייט נעם די פאר מינוט און גיי ארויף דערקוויקן זייערע הערצער, און אויב האסטו נישט קיין צייט, טראכט אריין אין זייערע שווערע לאגע און דאן וועסטו שוין טרעפן צייט.

ג) אויב דיינע עלטערן זענען שוין אנגעקומען לעת זקנה, מאך נישט דעם טעות פון זיי אריינשטעלן אין א מושב זקנים אנשטאלט.
אפגערעדט פונעם פאקט אז דו ווילסט נישט זעלבסט דארט אנקומען, לייגט זיך נישט אויפן גלייכגעוויכט אז מען זאל טאן אזא גרויזאמען אקט אנטקעגן די אייגענע עלטערן, כאטש אפילו דו קלערסט אז דו וועסט זיכער מאכן צו גיין באזוכן כסדר, דאס אריינשליידערן עלטערן אין א מושב זקנים, איז ווי זיי באדעקן מיט טייטל בלעטער און זיך אייננארן אז דאס קומט פון בייהילפיגקייט, ווען אין די זעלבע צייט לאזט מען זיי ווערן איינגעגעסן, פארגעסן און טייל מאל אנע עסן (קאוויד).

פארשטייט זיך עס זענען פארהאן אויסנאמען, א שטייגער אויב מען דארף חלילה צוקומען צו ספעציפישע מעדעצינישע געברויכן א.ד.ג.

*** .

וְאַבְרָהָם זָקֵן בָּא בַּיָּמִים וה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכּל..

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר