א גוט שטיקל פילעזאפיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 914 מאל

א גוט שטיקל פילעזאפיע

שליחה דורך ברוינשטיין »

ליבע ברידער קומט אריין אינעם האלצערנע
ביידל מאכט אייך באקוועם, טוהט אפ די ביר פלעשער פונעם אייז עמער שטויס אראפ איר דעקל און לאז די שויהם שפייען ווי כאילו ס'איז א מאדערענעם טעלער ברעכן, די רויכערער ווערן געבעטן הינטער צו צינדן זייערע לילקעס און לאזן רויעך שווימען ווי שיינע אָדלער, משולם ס'ציהט א קעלט אויב די קענסט ביטע אינטערצינדן דעם פריפעטשיק וועל איך זיין זעיר דאנקבאר, יא קענסט אויכעט אריינווארפן די קליינע העלצערלעך שכוח, ביטע נישט אריינברענגן די הינט נאר זיי ליבערשט לאזן אינעם פאָר צימער, נאך אלעם זענען רוב עולם דא אין קאווע שטיבל ארגינעל פון היימישע שטיבער און האבן טראמע פון הינט.

דער עולם מישט ליבליך אויס די קאווע מיט אייזערנע לעפלעך וואס קלאפן זיך אָן אין די ברייטע גלעזלעך און לאזן ארויס א רוהיגע סארט גערוישעלע וואס טוהט באלעסטיגן די אויער, די אלטע ווענט זענען באצירט מיט טשאטשקעלעך, א שטייגער ווי אויסגעשניצטע קונסט-ווערק פארעלטערטע גלאקן און באַמבאָ שטאנגעלעך, דער באָק-הערש וואס שטאַרצט ארויס פונעם וואנט באטראכט דער עולם ווי כאילו ער איז א לעבעדיגער, די ערד איז באדעקט מיט טונקל רויטע טעפיכער וואס זאַפּן איין די טריט פון אירע אָנטרעטער, עס גייט א גוי'שע סארט גערוך פון אפגעברענטע האלץ אין א שנייעגער ווינטער נאכט וואס לאזט די וועלט שלאפן און צווינגט אינז צו פארברענגען ווי לאנג די פאַקלען טוען פלאמען, מיינע נאכט שטיפערס זענען הונגעריג פאר א גוט שטיקל פילעזאפיע וואס וועט אפלאכן פון סיי וועלכע ערנסקייט און אויסשפרייטן א שמייכל אויף זייערע פארקנייטשטע געזיכטער, לחיים, לחיים, ( עטליכע וויסקי גלעזער האבן זיך צוזאמען געקלאפט)

---

בערל: נו, ווער גייט עס האבן אין 2024?

שמערל: וואס ווייס איך דען, די ליגסט און פאליטיק, נישט איך.

בערל: יא, אבער עפעס א שטעלע האסטו, לאמיך הערן דיין מיינונג, זייט ווען ביסטו אזא שעמעדיגער? הא?

שמערל: די ווייסט מן הסתם זוכער ווער ס'גייט עס האבן, ניין?

בערל: האלאו, האלאו, טשיל דאון! גארנישט איז נישט זוכער. זוכער איז איין זאך, אז מען שטארבט איין טאג..... הערסטע וואס איך זאג דיר? זוכער איז די טויט ! ! !

אן אלטער אויסשפרעך ס'שוין געווען מן הסתם שגור בפיו ביי לבן הארמי, פאפולער ווי ר' אילאן מאָסק'ן , אויסגעדראשן ווי צמחים וואס האבן נארוואס גענימען פּאוזע פון דעם טראדיציאנאלער קף הקלע פראגראם אינטערן פעלזן הארטע שטעיסל האמער, פערזענליך בין איך נישט אזוי זיכער אין דעם, נישט נאר בין איך נישט זיכער, נאר איך נייג מיך מער צום זייט אז... איך ווייס נישט וואס די 'אז' מיט עטליכע פּינטלעך מיינען אבער עפעס אנדערש ווי שטארבן.

איי, וועסטו הייבן דיינע אויגן ברעמען, וואס ברענגען מיט זיך עטליכע קנייטשן אויפן שטערן געוואנדן לויט דיין עלטער, איז ברידער מיינס מאכט אייך באקוועם אויף מיין וואגאן, לאמעך דיר מיטנעמען אויף דעם שיינע רייזע, איך גלייב און איך האף אז איך וועל מיך פיין קענען מסביר זיין, און ס'וועט אייך זיין א גייסטישע פארגעניגן, אגב ווער עס קען שוין דעי מעשה, זאל נישט אריין שרייען, ניין, ניין, ניין, דאס אויך נישט, מאך מיר נישט דעם אָהָאָהָהָהָ... גענוג, גענוג שוין, שששש.... שטיל! (בליקן)
פפססס, פפססס.., אברהמי,
זיי מוחל, גיי ברענג א גלעזל וואסער, שכוח.
וואָס? יא! פינעם מלמדים שטיבל, קענסט צולייגן אביסעלע לוילעך וואסער אויך.

אלזא, ערנסקייט!

שוין א לענגערע צייט וואס איך האב פייגלעך אין קאפ, אז לעבן און אלעס וואס איך זעה און שפיר, איז גארנישט מער פון אן אילאזיע,
דאס ערשטע מאל וואס אזא געדאנק האט ביי מיר אויפגעבליצט אין מוח איז געווען פאר עטליכע יאר צוריק, געגאנגען בין איך אויף א אויספלוג קיין מאנהעטן, צו אן אָרט וואס איך געדענק נישט די נאמען אויפן רגע, אבער איך גלייב אז פילע פון די ליינער וועלן גלייך וויסן פון וואָס איך רעד, די פארוויילונגס ארט איז ספעציעל באקאנט פאר זייערע ווירטואל ריאליטעט, זײער אן אינטערעסאנטע עקספיריענס
(פאר ווער עס ווייסט נישט וואס דאס איז, אונקארצן, מען טוהט דיר אן אזאנע עלעקטאראנישע ברילן, וואס געבן דיר דעם אויסקוק אז וואס די זעהסט יעצט איז אמת ויציב, די קענסט ארומדרייען דיין קאפ אויף אלע זייטן און עס שפילן זיך אויף סצענעס וואס זעהן אויס ווי ריאליטעט ממש, געווענליך וועלן אויך זיין בלאזערס, און די בענקל וועט זיך שאקלען ביינעזאם מיט די מאווי וואס שפילט זיך אפ אין דיינע ברילן. איך רעד נישט וועגן די געווענליכע "טרי די" סימילעטערס)

איך האב פון דארט ארויסשפאצירט ערשטוינט, פארוואונדערט, און באצויבערט, אן אבנארמאלע עקספיריענס, ס'האט מיר באמת געטראגן אויף א ווייטע ווייטע רייזע, איך בין צום ערשטן מאל געווארן באוויסטזוניג מיטן פאקט אז איך קען עקספיריענסן עפעס וואס איז ווייט פון ריאליטעט.

ס'איז זינט דאן אריבער אסאך צייט, און איך האב אנגעהויבן אויסברייטערן די טעמע, אז נישט נאר קען איך איבער לעבן אן אילאזיע, נאר קען גאר זיין אז איך בין יעצט אין אן אילאזיע, ס'איז אריבער נאך צייט און איך הייב אן קלערן אז נישט אפשר, נאר וויירשיינדליך בין איך אין עפעס א סארט חלום.

די חשבון גייט אזוי, אויב איר וועט גוט אריינקלערן אין א חלום וועט איר אוודאי אויפמערקן אז ( געווענליך) בשעת'ן חלום, חלום'ט איר נישט אז ס'איז א חלום, גערעכט? איר קענט זיך אין א פארוואלקענטע ווינטער נאכט חלומען ווי ס'איז אינמיטן די סאמע ברען פונעם טאג איר שפאצירט אריין אין א גארטן באצירט מיט העל גרינע גראז און פיין שמעקעדיגע רויזן וואס בעטן זיך פאר ליבע, אבער און (ווארהייט) איז יעצט א שווארצע נאכט, אייך איז נישט איינגעפאלן אינע'ם שלאפנדיגן חלום אז ס'איז א דמיון, איז היטצטערט מיין חבר זיי מיר מסביר מיט א כאָטש טיילווייזע לאגיק, פארוואס זאל איך אפקויפן די ליגנט אז די טאג טוהט טאגן? מיט וועלכע רעכט זאל איך זיך אויסדרוקן, ברור כשמש?

פאר צען שעה צירוק, ווען די הינער האבן זיך נאכנישט געווייגט צו קרייען, זיבן סעקונדעס פארן זיך ערוועקן, (לויט געוויסע פארשער, אזוי האט מיין רבי געזאגט) האב איך געוויסט אז ס'איז טאג מיט א זוכערקייט (כמעט אזוי זיכער ווי ברור כשמש) איך וועק מיך אויף, ס'איז דריי אזייגער פארטאגס, מכות חושך!

ווי איך שטיי יעצט זעה איך נאר דעם צד אז ס'איז א פאנטאזיע, ווייל איך ווייס אז איך גיי אדורך אזאנע "סטעידשעס" כסדר וואס פארנארן מיר מיט א אויסטערלישע קלוגשאפט און פארגעשריטענקייט,
אז דאס וואס איך זעה איז א פאקט האט מיר קיינער איבערצייגט, איך האב נאר אנדייטונגען אויף פארקערט זעהנדיג ווי גרינג און ווי אפט איך ווער פארנארט, ממילא קלער איך אז איצטערט בין איך אויך איינגענארט אין אן עלאזיע.

לאמיר צוגיין צום פאזע נאמער צוויי.
אויב די לעבן יעצט איז לכאורה א פאלשע, איז פשט אז אלעס וואס איר זעהט איז אויך א דמיון, פאר דיין נארישע פאנטאזיע זעהט זיך אויס אז ס'זענען דא שטעט, לענדער, טעכנעלאגיע, אויבן, אונטן, באנען, ביימער און וואלקן קראצער, איינער פון די אינטרעסאנטע זאכן אין מיין לעבעדיגע חלום איז טאקע מענטשן, זיי שטעלן מיר א פנים ווי זיי האבן געפילן, אמביציעס, ליבע, און פיינטשאפט, ווי אויך זענען זיי אלע כמעט די זעלבע ווי מיר פיזיש און גייסטיש, זיי קענען אפילו ארויסווייזן סימפאטיע מיט מיינע דורכפעלער, ועוד, יעדעס שטיק צייט ווערן מענטשעלעך אינעם דמיון פארשווינדן, מען רופט דאס טויט, געווענליך וועלן שטארבן מער די עלטערע, אבער פון צייט צו צייט שטארבן אויך יונגערע, עס קומען אויך אפיר נייע פיצעלע מענטשעלעך, זיי וואקסן גרעסער און גרעסער, די רוטין גייט אז ווי עלטער זיי זענען האבן זיי א גרעסערע שאנס ארויסציפאלן פינעם "געים".

גראדע, לאַך נישט פון מיר, איך גיי יעצט ווארפן א באמבע, אבער מאך עס נישט גלייך אוועק, איך זאג דיר עס ווייל איך ווייס אז די האסט א ברייטע קאפ, איך האף די וועסט דאס קענען דערהייבן.
אפשר?, ווער זאגט?, אז איך בלייב דא אויף אייביג?

אפשר מיט מיר וועט זיך אויך אויסשפילן דעם טויט, אזויווי ביי אסאך אינעם חלום?
נעעה, כ'מאך א ווערטל ס'איז גוט אמאל אזוי צו דמיונען.

פארוואס זאל איך שטארבן? ווייל אנדערע מענטשעלעך אין מיין לעבעדיגע חלום שטארבן? אויכעט וואָס געשעהט מיט מיר נאכדעם?
וואס? נעעע מאכט נישט קיין סענס.

למעשה גייט שוין מיין חלום אָן פאר צענדליגע יארן, איי מיין גוף ווערט עלטער און בייַ די מענטשעלעך איז דאס אן אנדייטאנג אז מען ווערט אויס, טויט. אקעי, אבער זיי זענען פאלטש, די איינציגסטער זאך וואס עקזיסטירט איז מיין באוויסטזיין, ווי אויך אינעם חלום קומען כסדר אויף פרישע טעכנעלאגיע, אפשר וועט ארויסקומען א טעכנעלאגיע וואס וועט מיר נישט לאזן שטארבן?

גראדע זעה איך א שטיקל ליכט אז דאס איז די וועג וויאזוי דער חלום וועט מיר ארויסדרייען פונעם טויט, ווייל די לעבנס ערווארטונג ווערט אלס העכער און העכער, מעדעצינישע פארשריט ווערט געמאכט א יעדעס טאג, איז זייער מעגליך אז איך וועל קיינמאל נישט קענען דערגרייכן צום ענדגולטיגן לעבנס ערווארטונג ווייל ווי עלטער איך ווער, אלס העכער שטייגט די לעבנס ערווארטונג, אבער נישט קיין חילוק עס קענען זיין נאך וועגן וויאזוי מיין חלום וועט זיך ארויסדרייען פינעם נארישע קשיא אז מן יאמר אפשר וועט געשען פאר מיר דאס זעלבע וואס עס געשעהט פאר די אנדערע מענטשעלעך אינעם אילאזיע.

כ'ווייס נישט וועגן ענק, אבער מיר ברענגט דאס בכלל נישט קיין שמחה, אפשר טאקע פארדעם האט גאט געמאכט מען זאל זיך איינרעדן אז ס'איז דא א טויט, כדי דער מענטש זאל זיך בלויז זארגן אויף די קומעדיגע צענדליגע יארן.-- האט איר שוין געלערנט היינט אביסל ר' אביגדור מילער...

זיכער איז! אז די טויט איז נישט זיכער.




Sent from my SM-A125F using Tapatalk

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר