חברים דמאנסי מאניטירט משכונות סיטואציע אין טעקסעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

חברים דמאנסי מאניטירט משכונות סיטואציע אין טעקסעס

שליחה דורך יהורם »

איינער קען מיר ערקלערן די מאדנע געשעעניש וואס האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת?
ֿ
עס איז פארגעקומען א דראמאטישע משכונות פארכאפונג אין טעקסעס. א מוסלמענער יונג האט פארכאפט א רעפארמער ראביי מיט עטליכע מתפללים אין א שול, די פאליציי און די סוואט איינהייט האבן זיך געשטארקט אויף אים און אומגעברענגט דעם טעראריסט און באפרייט די פארכאפטע מיטן אויבערשטנס הילף.

אבער צוויי מערקוודיגע טוויט׳ס האב איך געקריגן. די ערשטע איז געקומען פון די ראמאפא פאליציי וועלכע האבן פארזיכערט די מאנסי און ספרינג וואלי איינוואוינער אז מען זאל זיך נישט שרעקן, ווייל זיי האבן צוגעלייגט וואך ביי אלע בתי מדרשים און אידישע צענטערן אין די אומגעגנט. אקעי, איך פארשטיי, זיי כאפן א טרעמפ אויף די פאפולעריטעט פון די אנגייענדע געשיכטע, און זיי ווילן אז יעדער זאל וויסן אז זיי זענען גרייט צו אפהיטן אין יעדע סיטואציע.

אבער...

חברים דראקלענד האט באשלאסן אז עס פעלט זיך אויך אויס פון זיי א מעסעדזש. זיי האבן ארויסגעשיקט א מעלדונג אז זיי טוען מאניטירן די משכונות סיטואציע פונדערנאנט, און אז דער עולם זאל שפירן סעיף און פארזיכערט.

און אזוי בין איך רואיג געגאנגען שלאפן וויסנדיג אז חברים דראקלענד היט אויף די אידן אין מאנסי. מיין פראגע איז נאר צו זיי האלטן טאקע אז מיט זייערע פלעשלייטס קענען זיי אומברענגען טעראריסטן, אדער איז דאס גאר א ביליגער אומגעלונגענער מארקעטינג שפיצל.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר