הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

הגאון ר' מנשה רייזמאן: אוקריינע זאל גיין אין די ערד!

שליחה דורך קריינא דאיגרתא »

באקאנטע גאון וידען מופלג רבי מנשה רייזמאן וואס איז באקאנט מיט זיינע הערליכע שיעורים אויף אלע ענינים האט די וואך גערעדט וועגן די מלחמה אין אוקריינא און נישט מער און נישט ווייניגער ער האט געזאגט אז ס'איז א שמחה אז פוטין האט געמאכט א מלחמה קעגן אוקריינא ווייל זיי זענען געוועהן שרעקליכע רשעים ביים וועלטס קריג, און מ'טאר נישט מתפלל זיין אז אוקריינא זאל געווינען. אדרבה, זאל פוטין געווינען.

ער טענה'ט אז אין אוקריינא איז דא 900 מאסן קברים ווייל מ'האט דארטען גערצח'עט צענדליגע טויזענטער אידן ר"ל און די אוקריינער זענען בלוטיגע מערדער.

בכלל פארשטייט ער נישט פארוואס עס גייט איינעם אהן און אז מ'פראבירט צו העלפען. ס'האט גארנישט מיט אידן.

איך בין ממש שאקירט געווארן הערענדיג די דרשה ווייל איך בין א חסיד פון הרב רייזמאן און הער אפט זיינע שיעורים, און כ'קען נישט פארשטיין ווי אזוי א מענטש מיט א טראפ שכל, אפגערעדט א קלוגע מענטש, זאל קענען אזוי רעדן.

צום ערשטען ביז ווי לאנג גייען מיר ווילן אז אוקריינער זאלן ליידן? אויב וואלט עס געשעהן תיכף נאך די וועלטס קריג וואלט געוועהן איין זאך. אבער יעצט איז דאך שוין 80 יאהר שפעטער!! ממש מ'דארף זיין פרייליך אז דריי יעריגע אייניקלעך פון רוצחים ווערן גע'הרגע'ט?

און ווי קומט דא אריין די אמאליגע רוצחים? אוקריינא באשטייט פון 44 מיליאן מענטשען. אפילו אויב א מיליאן פון זיי זענען רשעים, ווי אזוי קען מען זיין קאלטבליטיג קעגן די איבעריגע 43 מיליאן אנשים נשים וטף??? און רוב אוקריינער האבן נישט היינט צופיל פיינט אידן ווען זייער פרעזידענט איז גאר א איד.

און וואס איז מיט די טויזענטער אוקריינא אידן??

און וואס איז מיט וואס די גאנצע פרייע וועלט האלט אז איין מדינה טאר נישט פליצלינג אינוואדירן א אנדערע מדינה. איז נישט א שרעקליכע צער אז די וועלט ארדעדונג פון שלום ושלוה פון די לעצטע 80 יאהר ווערט געשטערט דורך אזא צודרייטער ווי פוטין??

דער אשכול פארמאגט 55 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר