חסידי סאטמאר דערהערן דעם רוף פון אידישע אוקראינער פליטים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

חסידי סאטמאר דערהערן דעם רוף פון אידישע אוקראינער פליטים

שליחה דורך העניך »

נאכדעם וואס עטליכע פון זיינע חסידים האבן זיך אריינגעלייגט צו העלפן ראטעווען אידישע פליטים פון די אוקראינישער פלאמען, איז האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר ארויסגעקומען מיט א וויי-געשריי צו דערוועקן דעם הארץ פון כלל ישראל צו העלפן אידן וועלכע געפונען זיך אין אזא שרעקליכער צרה.

דער סאטמארער רבי האט מיט ווייטאג דערקלערט אז ביים חורבן האבן די אייראפעאישע אידן געוויינט, "וואו זענען די אמעריקאנער אידן?" און האט אויסגעפירט, "היינט זענען מיר די אמעריקאנער אידן!"

ווי מ'הערט טוט זיך טאקע א מאסיווע רעטונג אפעראציע אין שטאט סיגוט, וואו הונדערטער אידישע פליטים האלטן זיך אויף, און מ'שטעלט זיי צו אכילה שתיה ולינה, אויף וויפיל עס איז מעגליך לויט די אומשטענדן.

אויב איינער ווייסט וויאזוי מ'קען שטיצן די הילף-אפעראציעס, ביטע דא לייגן די אינפארמאציע.

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר