...אן ערדציטערניש אין ארץ ישראל...!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19793
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
קאנטאקט:

...אן ערדציטערניש אין ארץ ישראל...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו האסט נישט געהערט די לעצטע נייעס? נישט פון אוקראינע און רוסלאנד. נייערט פון די קאפל ליאור שליין און מרב מיכאלי. די עלטערן פון אורי...!

לאמיר צוערשט אנהייבן מיט דערציילן א ביסל דעם יחוס פון ביידע זיינע עלטערן. דער טאטע ליאור שליין שליט"א איז א ..."זשורנאליסט"... ס'הייסט ער האט א טי.ווי. שאו. וואו ער מאכט ליצי ליצנות פון אלץ און אלעמען. אנגעהויבן פון (געוועזענעם) פרעמיער בנימין נתניהו ביז, להבדיל הרב חיים קאניעווסקי שליט"א. און ער איז זייער שטארק מצליח. זיין שאו האט זייער הויכע רעיטינגס. דער יחוס מצד האם איז , אז די רעבעצין מיכאלי תליט"א איז אן אייניקל פון רודאלף קאסטנער. דער פון די באן פון סאטמאר'ע רבי'ן זי"ע. עטץ זאלט נישט מיינען אז זי האט נישט קיין יחוס עצמה. זי איז פון די הויפט אנפיהרערין'ס פון די וואמענ'ס ליבערעישן מאוומענט. אויך פון די ל.ג.ב.ט. קיו.קאנסטיטשוענסי.

דער אבי הבן, ליאור האט זיך אייביג בארימט אז ער איז אן אטהעאיסט און ער האלט נישט פון ברית מילה. יעצט ווען ס'איז געקומען צו זיין אייגענעם זון האט ער איהם געלאזט מאכן א ברית כדת וכדין.נאר איין זאך בארואיגט אונז ר' ליאור הי"ו. דער ברית איז נישט פארגעקומען מיט די געוויינליכע צערעצמאניעס פון אייער קיכל מיט הערינג. און די באטייליגונג פון רבנים.

אונז וועללן דא נישט אריינגיין אין די גאנצע ..."זוגיות"...פון די2 אויפגעקלער'טע מענטשן. די פאן טרעגערס פון דעם פאוסט ציוניזם פון דעם העכסטן שפיץ. אויך פון פאוסט נארמאטיווע מענטשליכקייט. אויך צי דער יונגל איז עפ"י הלכה זיין זון. געבוירן דורך אן אם פונדקאית. א סוירראגעט מאמע. ווייל די מאמע האט איהם נישט געקענט (אדער געוואלט) געבוירן דעם נאטורליכן וועג. אבער אין מדינת ישראל פון 2022 פארט אלעס געשמירט. די קאפל זענען מאן און ווייב. דער יונגל איז זייער קינד. אבער די גאנצע מדינה איז אויפגערודערט. אלעס גייט כאדאראם. ער, ליאור און זיין ..."ווייב"... די געשוואוירענע אטהעאיסטון און אנטי רעליגיע פראפאנענטן, זיי זאללן מאכן א ברית פאר זייער קינד. דאס איז שוין נישט צום אויסהאלטן...!

אבער אונז זאג מיר (ושכינה מה אומרת.)...אפילו פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון...מענטשן וועלכע האלטן נישט ביי גארנישט. נאר ווען ס'קומט די ..."רגע האמת"...ווי די איזראעלי מידיא רופט עס אן, קענען זיי ביי זיך נישט פועל'ן נישט צו מאכן א ברית מילה פאר זייער קינד.

נ.ב.: הרב חיים שלמה בערגער שליט"א. ביטע זאג מיר וואו די ציוניס'טן זענען?

ווער ס'האט עפעס צו צו געבן אדער מוסיף צו זיין ווערט געבעטן זיך אנצורופן...ויישר כח למפרע...!

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר