וואס איז די שווערסטע מצוה אין די תורה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3108
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8514 מאל

וואס איז די שווערסטע מצוה אין די תורה?

שליחה דורך שמן למאור »

אלץ קינד אין חדר געדענק איך ווי מען האט זיך אמאל ארומגע'טענה'ט וואס די שווערסטע מצוה פון די תורה איז, וועלכע פון די תרי"ג מצות איז די שווערסטע מקיים צו זיין, זה אומר בכה וזה אומר בכה, מיט אלערליי טענות מיט סברות לכאן ולכאן.

הגם עס איז בעצם א נארישע שמועס, ווייל מען דארף מקיים זיין די גאנצע תורה נישט קיין נפק"מ ווי שווער עס קומט נאר נישט אהן, דאך איז עס געווען א שיינע אינהאלטסרייכע פארברענג,

איך געדענק שוין נישט וואס די קינדער האבן דאן ארויפגעברענגט, און איך האב שוין אויך פארגעסן וואס איך האב דאן געהאלטן, אבער לענ"ד, איז עס א פסוק אין די וואכעדיגע סדרה פרשת מצורע, וואס מען גיבט אזא זאג אפ ביים מעביר סדרה זיין, און מען טראכט אפילו נישט אריין וואס מען האט דא געזאגט, און די ווייטגרייכענדיגע קאנסעקווענצן וואס עס ברענגט מיט מיט זיך,

די פסוק זאגט אזוי ביי די פרשה פון טהרת המצורע, פרק י"ד פסוק ט':
והיה ביום השביעי יגלח את כל שערו את ראשו יאת זקנו ואת גבת עיניו, ואת כל שערו יגלח, וכ' ורחץ את בשרו במים וטהר, א חלק פון די פראצעדור פון זיך רייניגן פון טומאת נגע, איז זיך צו שערן "אלע" האר פונעם גאנצן קערפער!!!

לעצטנס איז ארויסגעקומען א סעריע פון קאמיקס ביכער, מיטן נאמען "מיטגעלעבט" וואס צייגט די אמאליגע מעשיות פון חז"ל ווי עס וואלט פארגעקומען היינטיגע צייטן,
איז לאמיר לכבוד פרשת מצורע אביסל אראפלייגן די מושג פון נגעים אויף א אופן כאילו עס וואלט געווען שייך היינטיגע צייטן:

ר' נטע איז פון די אנגעזעהנע חשוב'ע אידן אין די קהילה, ער איז שוין א עלטערע איד העכער די זעכציג, מיט א שיינע שניי ווייסע בארד, מיט שיינע געקרייזעלטע פיאות,
ער האט זיך יארן צוריק געמוטשעט אויפצישטעלן זיין ביזנעס, אבער היינט ב"ה פארט עס שוין א מחיה, עס ווערט בעיקר געפירט דורך זיינע קינדער, און ער פארברענגט רוב טאג אינעם ביה"מ, מיט לערנען און אויפטון פאר אידישקייט, ער איז היבש טעטיג אין די קהל'ישע ענינים, ער ווערט באטראכט דורך מאנכע ווי די סגן ראש הקהל, בקיצור, מ'קען ביי אים רואיג זאגן אז ס'איז "תורה וגדולה במקום אחד".

אין איין שיינעם טאג זיצט זיך אונזער ר' נטע ביי א מיטונג, און אזוי נישט וועלנדיג, האט זיך ליידער ארויסגעגליטשט א לשון הרע'לע פון זיין מויל, נו, ס'מאכט זיך ליידער ביי די שענסטע און די בעסטע, און די מיטונג איז ווייטער געפארן, ווען קיינער געדענקט ניטאמאל וואס ר' נטע האט דא ליידער געטון,

די נעקסטע אינדערפרי ר' נטע שטייט אויף פרי פארטאגס כנהוג, און ס'ווערט אים שווארץ (לייען: ווייס) פאר די אויגן, "איך האב א נגע"!!!!
אויש, נאר דאס פעלט מיר יעצט אויס? אין דריי טעג ארום איז דאך מיין אייניקל'ס חתונה, און נעקסטע חודש איז דא א פדיון הבן, וואס טוט מען דא?

ער ריפט שנעל אהן זיין חבר הרב כ"ץ, הרב כ"ץ ווינדערט זיך אויף אזא פריע פאון קאל, "יא" וואס איז אזוי פרי? פרעגט הרב כ"ץ מיט א ווינדער, "הער", איך דארף דא א כהן עמערדזשענסי! מ'קען נישט רעדן איבערן טרייבל, קענסט פליז אריבערקומען ווי אמשנעלסטן?

הרב כ"ץ קומט שנער אריבער און באשטעטיגט די שוידערליכע נייעס, די נגע איז "טמא"! דו מוזט זאפארט ארויסגיין מחוץ למחנה...

ר' נטע פאקט פעק, לייגט אריין עסן גענוג פאר א וואך, און, מ'פארט קיין קאנטרי, יא! אינמיטן ווינטער אינעם וויסטן קאנטרי!! א ברירה האט מען?

בליץ שנעל האט זיך פארשפרייט די נייעס, ר' נטע איז א מצורע! אוי די בושה איז גרויס, אבער, ווער האט דיר געבעטן צו בארעדן א צווייטן...

די וואך איז נישט לייכט פאראיבער, די איינזאמקייט איז געווען שרעקליך, אבער יעצט קומט די עיקר, די "טהרה פראצעדור". און איך רעד נישט פון די פייגעלעך מיט די עץ ארז ושני תולעת, דאס איז פון די אינטרעסאנטע חלקים, נאר איך רעד פון די פסוק וואס מען האט ציטירט אויבן, מען מוז זיך יעצט שערן אלע האר פונעם קערפער!!

די גאנצע שיינע ווייסע בארד מיט די פיאות אראפ, אפילו די אויגן ברעמען דארף מען אראפשניידן, כ'וויל אפילו נישט טראכטן וויאזוי אונזער ר' נטע זעט יעצט אויס... חלשות.. רח"ל ממש א מגולח,
וויאזוי וועלן יעצט אויסקוקן די חתונה בילדער? וויאזוי וועט ער יעצט קענען זיצן אויבן אהן ביים פדיון הבן? אוי! די בושה איז שרעקליך!!!, עס וועט לכאורה נעמען א גוטע יאר ביז עס וואקסט געהעריג צוריק,

די בושות איז שרעקליך, און ר' נטע האט זיך נישט געקענט קוקן אין שפיגל, אין פילן זינען פון ווארט. עס איז צו א גרויסע בושה זיך צוריקצוקערן יעצט צו זיין וואוינארט, ער קען נישט אריינטרעטן אין סמעדריש, ס'וועט ווערן ששון ושמחה, ס'טייטש? די גרויסע ר' נטע מיטן ברייטן בארד און לאנגע פיאות, זעט מיטאמאל אויס ווי מנחם טאקער, אדער ווי עפעס א חבר כנסת צו וואס,

למעשה איז ער מחליט, מען גייט קיין ארץ ישראל, איינע פון נטע'ס קינדער האט אים ארויפגעברענגט א פעקל ביזן קאנטרי, ער האט ניטאמאל געוואלט אריינטרעטן אין זיין הויז פאר איין מינוט, וואס טוט ער אויב פונקט באמערקט אים א שכן, און כאפט נאך גאר א בילד דערפון, עס וועט ווילד פארשפרייט ווערן, און ער איז פיניש פאר לייף,

ער שפאצירט אריין אינעם לופטפעלד, ער קוקט דא און דארט, ער ציטערט פון יעדע שאטן, וואס טוט ער אויב איינער וועט אים דערקענען? ער גיבט איבער זיין פאספארט פארן באאמטע, ער קוקט אזוי אויפן פאספארט, און צוריק אויף ר' נטע וחוזר חלילה, ר' נטע ווערט רויטער און רויטער, אייי עס ציפט... דער באאמטער גיבט א שיס אויס אין א געלעכטער, זה אתה?? דברת לשון הרע, האא?!?!

אהה עס שטעכט...

ער קומט אהן קיין ארץ ישראל, אהה דא פילט ער זיך אביסל רוהיגער, מען קען אים דא ווייניגער, אבער אוי... ער זעט איינער וועמען ער דערקענט פון זיין חסידות אין אר"י, ער לויפט שנעל אין א זייט און דרייט זיך אויס די קאפ ביז יענער גייט פארביי,

זיך אויפהאלטן אין ירושלים אדער בני ברק איז צו א גרויסע ריזיקע, ער איז צו א חשובע פרעזענליכקייט און דאך וועלן אים מענטשן דערקענען, ער גייט זיך מוזן אויפהאלטן אין עפעס א פארווארפענע מושב אין גליל עד יעבור זעם, ביז די בארד וועט אנהויבן ארויסצושפראצן,

עס איז נישט גרינג, עלנד אליין אין א פרעמדע ספרדישע דארף, אבער ס'איז נישטא קיין אנדערע אויסוועג צו פארמיידן די בושות, יעדע פאר מינוט, גיבט זיך ר' נטע א צי די ביסל בארד וואס איז שוין דא, אולי יחוס עס וועט וואקסן אביסל שנעלער, אפשר וועט מען קענען אהיימגיין מיט אפאר טעג פריער,

די שמחות אין אמעריקע מוז ער ליידער פארפאסן, אדער מיטהאלטן מיט (one way) זאאם, עס איז ווייט פון בע'טעמ'ט צו הערן ווי מ'רופט אים אויס צו מצוה טאנץ, און ער מיז נעמען זיין אייגענע גארטל, און עס צובינדן צו א הענטל פון א טיר, און אזוי טאנצן אהין און צוריק....

איז עס דען נישט די שווערסטע מצוה אין די תורה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר