דער חילוק פון די אמאליגע מחלוקת און די גור'ער טעראר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14864 מאל
קאנטאקט:

דער חילוק פון די אמאליגע מחלוקת און די גור'ער טעראר

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך רעד נישט פון די זאפטיגע מחלוקת'ן וואס האבן זיך אפגעטון 'דערהיים אין יוראפ, נאר איבער די היימישע מחלוקת דאהי אין אמעריקע.

ראש וראשון פארנעמט דעם אויבנאן די מחלוקת פון די ארונים/זאלונים/בני יואל. דאס צווייטע חשוב'ע ארט פארנעמט די (גרויסע) באבוב'ער מחלוקה, צי ס'איז 48 אדער 45, אדער גאר קארטשין. נאכדעם די קלענערע מחלוקת'לעך, ווי בעלעד 58 און סתם בעלעד, צאנז קלויזנבורג/שפע חיים, קראסנא/כונת הלב.

דער צד השוה אין אלע מחלוקת'ן, גרויסע און קליינע, איז אז ס'איז דא 2 אדער 3 צדדים. ביידע דערלאנגען גוטע פארציעס איינער פאר'ן צווייטן. פאר א דרויסנדיגן מענטש וועלכער האט נישט קיין ענגע אינטרעסן אין איינס פון די גרופירונגען, איז בעסער אז ער שטייט ווייט אוועק פון דעם, מ'נעמט נישט קיין צד אין די רייסערייען. משא"כ דער פאל מיט דעם טעראר וואס דער גער'ער רבי שליט"א לאזט אין גאנג אקעגן הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א און זיינע מענטשן דארף זיין א יעדן'ס געשעפט, ווייל דער טעראר איז איינזייטיג. אן אריינגיין אין ווער ס'איז גערעכט, אדער ווער ס'האט געטון דעם ערשטן שריט פון פירוד, די גור'ער עסטאבלישמענט מיט דעם רבי'ן בראש פירן אן א טעראר קמפיין, און ר' שאול און זיינע מענטשן טוען גארנישט צוריק. ס'איז אן ענין פון לא תעמוד על דם רעיך. א יעדער איד איז מחוייב מוחה צו זיין און צוריקהאלטן אויף וויפיהל מ'קען די טעראריסטישע שטיק וואס די גערער חסידים, בהסכמת רבם, פיהרן אן...!

ווער ס'האט פראקטישע עצות וויאזוי מ'קען העלפן די אומשוליגע אידן אין דעם מצב ווערט געבעטן זיך אנצורופן. ותשועה ברוב יועץ...!

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר