עס עפענען זיך דא נייע אשכולות איבער די גורע טעראר ווי שוועמלעך אינמיטן א רעגן, יעדער איינער מיט זיין קנייטש און פיר סענט מיט זיין אייגענארטיגן בליק איבער די נושא, וגם אני אענה חלקי, לאמיר אויך זאגן וואס עס ליגט מיר אויפן הארץ:
איך האב מיר איינגעהאלטן ביז היינט מאנטיג צו פארציילן פאר מיין ווייב וועגן די לעצטערע שרעקליכע גור'ע פאגראמען, זי נעמט שווער אויף טראגעדיעס און שלעכטע נייעס, עס האט איר גענומען א וואך זיך צו בארוהיגן נאך די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון פארגאנגענע יאר, און א שיינע פאר טעג נאך די סורפסייד מעשה און די מעשה פונעם עראפלאן אין אוקריינע איז איר געווען שווער צו שלאפן, מילא האלט איך מיר צוריק פון איר מיטטיילן שלעכטע נייעס.
אבער היינט האב איך מחליט געווען אז איך מוז עס פארציילן, עס איז אונז צו שטארק נוגע צו איגנארירן, עס איז נישט סתם נאך עפעס א טרויעריגע נייעס וואס קומט פאר אויף יענע עק וועלט, ניין! עס האט שוין איינמאל מיט אונז!
ווי ערווארטעט האט זי פשוט נישט געקענט אראפשלינגען די פאקט אז ערליכע (?) אידן שותו"מ שלאגן אנדערע אידן עד זיבת דם, וויאזוי האבן זיי די הארץ צו טון אזא זאך? פארוואס שלאגן זיי אנדערע ערליכע אידן וואס האבן זיי גארנישט שלעכטס געטון? וויאזוי נעמט מען אפילו אריין אזא זאך אין קאפ??? וועגן איינער האט זיך מתחצף געווען קעגן דעם רבי'ן? נו, וועגן דעם איז שוין יעדעמס בלוט פון די גאנצע חסידות הפקר? שטייט דען אין די תורה לא תרצח חוץ כשנפגעים בכבוד הרעבע?
דאן האט זי געגעבן א פיר אויס די ערווארטעטע, די זאך וואס ליגט מיר אין קאפ זייט די טעראר האט ליידער אויסגעבראכן, אז ביי "אונזער" חסידות איז ב"ה נישטא די זאכן, און "אונזערע קינדער" ווערן נישט אויפגעצויגן צו די געמיינע דרכים,
איך האב מיטגעשאקלט מיטן קאפ, און איר בארוהיגט אז ב"ה ביי "אונז" איז עס נישטא, אבער צו בין איך דען גערעכט?
יא, איך געהער טאקע נישט אין סאטמאר, באבוב, קלויזענבורג, וכדומה, ווי עס איז דא אן אפעציעלע מחלוקת מיט די צווייטע פארטיי, אונזער חסידות איז רעלאטיוו שטיל, אלעס איז בשלום ובשלוה, און איך האב אויך קודם געטראכט, שלום עלי נפשי, איך קען שלאפן רוהיג, ביי "מיר" וועט עס נישט געשען, "מיינע קינדער" וועלן קיינמאל אויפהייבן א האנט און צעשלאגן א צווייטע איד ח"ו.
אבער צו קען איך דען זיין אזוי זיכער??
וועגן מיין רבי האט גראדע נאכנישט קיין קאמפעטישן מיינט עס אז עס וועט קיינמאל נישט פאסירן?? און וואס וועט זיין נאך ער גייט פון די וועלט און עס ברעכט אויס א מחלוקה צווישן צוויי ברודערס? וועט מיין זון טאקע איינרוען ווען א דיין הקהילה שרייבט א בריוו אז עס איז א מצוה גדולה צו מוחה זיין "כדת של תורה" אויף כבוד פונעם רבין?
אונזער חינוך סיסטעם איז אזוי פארקרימט, אז אנשטאט איינזען און מחנך זיין די קינדער ווער אמת'ע צדיקים זענען, און ווער די עכטע תלמידי חכמים זענען, און ביי וועמען כבוד תלמידי חכמים גייט באמת אן, ווערט די CEO פונעם קאמפעני און פארטיי ממש ווי גאט אליין, מען טאר נישט אנרירן זיין בענקל, מען טאר אים נישט ווייזן די ריקן אפילו ביי בואי בשלום, ער איז ממש א מלאך השם צבקות, און שטייצעך אויב בארירט איינער זיין כבוד דאן איז אחת דתו להמית!
די קינדערלעך זענען נעבעך ווי א סטאדע בהמות, כמעט קיינער ניצט נישט ליידער די אייגענע שכל, וואס אימער די הייליגע וועד/הנהגה זאגט נאר, דאס ווערט די חובת השעה אפגעזען ווי וואנזיניג די הכרזה איז,
קיינער פון די גור'ער בחורים האט זיך נישט געגעבן קיין שטעל אפ פאר א מינוט און געטראכט, איין מינוט!! וואס טו איך דא? פארוואס גיי איך דא אריינווארפן מיסט אין א פרעמדע איד'ס בעקעריי? פארוואס זינג איך מחה תמחה את זכר עמלק אויף א צווייטע איד? וואס איז יענעמס מזוזות שולדיג אז מען מעג עס אראפרייסן אינמיטן שבת?
אבער אנשטאט צו טראכטן פאר א רגע, פארן אלע בהמות פונעם שטאל נאך דעם פארמער, און אלע לויפן אראפ דעם קליף צום תהום אהן אפילו טראכען קיין צוויי,
און אנשטאט די גרויסע גורע חכמים זאלן כאטש פראבירן צו פארשענערן זייער אימעדזש אין די גאס, צו זאגן אז עס איז בלויז מעשה יחידים, קומען זיי נאך ארויף אויף די טעלעוויזיע זיך צו פארטיידיגן, אז די פורשים האבן פשוט איבערגעטרויטן א רויטע ליניע מיטן אנרירן די "רעבע".
זענען זיי אלע פון קאפ געפאלן? זעט אויס אז קיין קאפ האבן זיי שוין פון לאנג נישט, און יעצט דארף איך נאך אפקויפן אז דוקא לב טהור איז א קולט, אבער סתם חסידות'ן נישט...
יא עס איז גוט צו מישן די קאשע ביי יענעם, @כולל נייעס פאסמאקעוועט זיך מיט יעדע טראפן בלוט וואס די גור'ע פארגיסן, אבער ווי טייל האבן שוין ארויפגעברענגט, איז שוין געווען כמעט די זעלבע מעשיות ביי רוב קהילות קדושות בישראל,
אין סקווירא האט מען פארברענט א איד למען קדושת בית רבינו, און די רוצח איז זאגאר א "חשובע משפיע" היינט אין די ישיבה,
ר' ישראל'טשע האט מען אראפגעטראסקעט אלע טרעפ למען קדושת הישועות משה,
אין סאטמאר איז מען איבערגעפארן אידן מיט קארס, זיך געריסן ביי די קעפ "יענע" שמחת תורה,
וכן אין באבוב, בעלז, קלויזענבורג, וכ' וכ' וכ', אטו כי רוכלא ליחשיב וליזיל? עס איז אלעס דברים ידועים ופשוטים,
יא, מען קען דעבאטירן אויב דא איז ערגער ווי די אמאליגע געשלעגן, און איך האלט אז עס איז טאקע יא ערגער אין געוויסע הינזיכטן,
אבער די אלע מעשיות עד היום, איז מיר גענוג שלעכט צו קענען טראכטן אז מיינע קינדער ווערן ערצויגן צו אזעליכע אוממאראלישע פאררוקטע ווירדן.
ווען עס קומט צום רבי'ן, ווערט יעדער צושרויפט, יעדעס ביסל מענטשליכקייט און נארמאלקייט ווערט פארשווינדן, מען פירט זיך אויף ביליגער ווי די כוליגאנעס אין הארלעם,
און יעצט שטיי איך אין די זייט, ולבי נוקפי, וועגן די נגע רע האט נאכנישט דערגרייכט מיין היים, מיינט עס אז עס וועט קיינמאל נישט דערגרייכן? צו קען איך זיין אזוי זיכער מיט זיך, ווען די חינוך איז אייגענטליך די זעלבע איבעראל ובפרט ביי די ענינים, בלויז וועגן די געלעגנהייט פון שלאגן און רצח'ענען איז נאכנישט אנגעקומען???
איך מיין אז יעדער האט אן אייגענע אחריות אויף זיינע קינדער, זיי צו מחנך זיין צו ניצן די שכל, מען דארף אין זיי אריינבאקן ישרות באצייטנס, ווייל ווען די פייער פון קנאות אויסגעמישט מיט טיפשות ברענט שוין, קען שוין אמאל זיין צו שפעט,
מיין זוהן טייערע, נאר וועגן דיין גאנצע ישיבה גייט גיין שלאגן א צווייטע איד ווערט עס נאכנישט נארמאל אדער ריכטיג, אפילו די משגיח האט געשריגן אז די אנדערע פארטיי איז עמלק, וועל איך נאכנישט פארלירן מיין שכל, שלאגן און טשעפענען א איד איז אייביג שלעכט,
טו נישט קיין נארישע שריט וואס דו וועסט נישט צו לאנג שפעטער חרטה האבן אויף דעם פאר דיין גאנצע לעבן!
גייען מיינע קינדער אויך זיין חיות???
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
גייען מיינע קינדער אויך זיין חיות???
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
אדער זאג עס אין קורצן.עצי שטים האט געשריבן: מיין זוהן טייערע, נאר וועגן דיין גאנצע ישיבה גייט גיין שלאגן א צווייטע איד ווערט עס נאכנישט נארמאל אדער ריכטיג,
אפילו די משגיח האט געשריגן אז די אנדערע פארטיי איז עמלק, וועל איך נאכנישט פארלירן מיין שכל, שלאגן אין טשעפענען א איד איז אייביג שלעכט
טו נישט קיין נארישע שריט וואס די וועסט נישט צו לאנג שפעטער חרטה האבן אויף דעם פאר דיין גאנצע לעבן
זוהן טייערע, לא המדרש עיקר אלא המעשה. די אלע דרשות קענען זיין פיין און וואיל, אבער ווען ס'קומט צו טון זאלסטי טון נאר וואס די רבי אליין טוט.
- לאמיר זאגן
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:45 pm
- האט שוין געלייקט: 53 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל
אויסער אויב דער רבי האלט אלעס מיט און זאגט נישט קיין פיפס. אין אזא פאל איז ער דען ווערד צו זיין דיין רבי? נישט זיכער.שמעון וואלף האט געשריבן:אדער זאג עס אין קורצן.עצי שטים האט געשריבן: מיין זוהן טייערע, נאר וועגן דיין גאנצע ישיבה גייט גיין שלאגן א צווייטע איד ווערט עס נאכנישט נארמאל אדער ריכטיג,
אפילו די משגיח האט געשריגן אז די אנדערע פארטיי איז עמלק, וועל איך נאכנישט פארלירן מיין שכל, שלאגן אין טשעפענען א איד איז אייביג שלעכט
טו נישט קיין נארישע שריט וואס די וועסט נישט צו לאנג שפעטער חרטה האבן אויף דעם פאר דיין גאנצע לעבן
זוהן טייערע, לא המדרש עיקר אלא המעשה. די אלע דרשות קענען זיין פיין און וואיל, אבער ווען ס'קומט צו טון זאלסטי טון נאר וואס די רבי אליין טוט.
באמת זענען דא רבי'ס וואס זענען אויסגעטון פון זאכן וואס טוט זיך אויפ'ן גאס, מען דערציילט זיי פונקטליך וואס מען וויל זיי דערציילן, און שוין. אבער א רבי וואס האלט יא מיט, און טוט גארנישט, איז ער דאך סתם בעל גאוה וואס פאר תאות השררה איז ער גרייט אויף אלעם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
איך בין זיכער אז אין גור זענען אויך דא אסאך וואס האבן געטראכט אז די רבי איז הייליג אבער זיי ווילן נישט זיין קיין שלעגערס
ביי מיין חסידות פארשטיי איך אויך נישט ווען מען האט געשלאגן און געראצחעט און אוודאי נישט מסכים געווען דערמיט
ביי מיין חסידות פארשטיי איך אויך נישט ווען מען האט געשלאגן און געראצחעט און אוודאי נישט מסכים געווען דערמיט
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דער אמת איז, אז מען קען זיך קיין סאך נישט פראטעקטען. עס איז דא מענטשן וואס בטבע זענען זיי שלעגערס און רצחנים. זיי האלטען זיך צוריק מחמת סאשעל נארמעס, אדער פחד פין דער געזעץ.
עס איז דווקא די שוואכע נאטורען, וואס ווען דער משגיח ראש ישיבה רבי משפיע זאגט אז זיי זענען עמלק, וועלען זיך צוכאפן צו דער מצוה. איינער וואס האט א געפיל צו א צווייטער מענטש, דארף מען שווער ארבעטען ער זאל ווערען א נאצי. און אפילו דאס איז מעגלעך, איז עס נישט לייכט.
ממילא, אויב דיין קינד איז פין דער נאטור, קענסטו קיין סאך נישט טוהן חוץ אריין ברענגען רחמנות און עמפאטיע פאר אנדערע. און האפענטליך וועט ער נישט זיין דער שלעגער ווען דער סאציאלער נארמעס פאלען אוועק.

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דער חורבן איז אז אפילו איידעלע בחורים ווערן מיטגעכאפט מיט די "מצוה", עס קומט טאקע אהן שווער פאר זיי, עס איז קעגן זייער נאטור, אבער וואס קען מען טון, נישט יעדע מצוה קומט אן גרינג
קוק למשל די ווידיאס ווי די גורע בחורים זענען געגאנגען צו מענטשן אינדערהיים טערעראזירן, עס זעט אויס אזוי ווי א כיתה פון די ישיבה איז יעצט געקומען, עס איז דא די ווילדע, די הויעכע, די וואס זינגען אין קלאטשן הויך מחה תמחה, און עס איז אויך דא איידעלערע וואס זענען פשוט מיטגעקומען, און שעמען זיך בעצם, און דעקן צו זייער פנים וכדומה, אבער דאך נעמט יעדער אטייל און די גרויסע מצוה
קוק למשל די ווידיאס ווי די גורע בחורים זענען געגאנגען צו מענטשן אינדערהיים טערעראזירן, עס זעט אויס אזוי ווי א כיתה פון די ישיבה איז יעצט געקומען, עס איז דא די ווילדע, די הויעכע, די וואס זינגען אין קלאטשן הויך מחה תמחה, און עס איז אויך דא איידעלערע וואס זענען פשוט מיטגעקומען, און שעמען זיך בעצם, און דעקן צו זייער פנים וכדומה, אבער דאך נעמט יעדער אטייל און די גרויסע מצוה
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איינער טענה'ט גוט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
@עצי שיטים תנוח דעתך! איך גלייב נישט אז דיינע קינדער גייען טיילן פעטש, אז דו זיצט דא אויף קאווע שטיבל און דו האקסט אויף אלע חסידות'ן גלייב איך נישט אז דיין זון וועט גיין פראסקענען למען קדושות החסידות פון וואס זיין טאטע לאכט אגאנצן טאג, חוץ טאמער דו ביסט אחד בפה ואחד בלב, און אין דערהיים פארציילסט מופתים וואס געשעהט ווען די רבי שליט"א דרייט מיט זיין פאטשיילע....
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעון וואלף: ניין. דאס טויג אויך נישט. גור יוכיח. די (העיליגע) כעבע איז מקיים הודאה שבשתיקה ווען מ'קלאפט הושענות אויף אנדערע אידן...!שמעון וואלף האט געשריבן:אדער זאג עס אין קורצן.עצי שטים האט געשריבן: מיין זוהן טייערע, נאר וועגן דיין גאנצע ישיבה גייט גיין שלאגן א צווייטע איד ווערט עס נאכנישט נארמאל אדער ריכטיג,