גייען מיינע קינדער אויך זיין חיות???

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8403 מאל

גייען מיינע קינדער אויך זיין חיות???

שליחה דורך שמן למאור »

עס עפענען זיך דא נייע אשכולות איבער די גורע טעראר ווי שוועמלעך אינמיטן א רעגן, יעדער איינער מיט זיין קנייטש און פיר סענט מיט זיין אייגענארטיגן בליק איבער די נושא, וגם אני אענה חלקי, לאמיר אויך זאגן וואס עס ליגט מיר אויפן הארץ:

איך האב מיר איינגעהאלטן ביז היינט מאנטיג צו פארציילן פאר מיין ווייב וועגן די לעצטערע שרעקליכע גור'ע פאגראמען, זי נעמט שווער אויף טראגעדיעס און שלעכטע נייעס, עס האט איר גענומען א וואך זיך צו בארוהיגן נאך די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון פארגאנגענע יאר, און א שיינע פאר טעג נאך די סורפסייד מעשה און די מעשה פונעם עראפלאן אין אוקריינע איז איר געווען שווער צו שלאפן, מילא האלט איך מיר צוריק פון איר מיטטיילן שלעכטע נייעס.

אבער היינט האב איך מחליט געווען אז איך מוז עס פארציילן, עס איז אונז צו שטארק נוגע צו איגנארירן, עס איז נישט סתם נאך עפעס א טרויעריגע נייעס וואס קומט פאר אויף יענע עק וועלט, ניין! עס האט שוין איינמאל מיט אונז!

ווי ערווארטעט האט זי פשוט נישט געקענט אראפשלינגען די פאקט אז ערליכע (?) אידן שותו"מ שלאגן אנדערע אידן עד זיבת דם, וויאזוי האבן זיי די הארץ צו טון אזא זאך? פארוואס שלאגן זיי אנדערע ערליכע אידן וואס האבן זיי גארנישט שלעכטס געטון? וויאזוי נעמט מען אפילו אריין אזא זאך אין קאפ??? וועגן איינער האט זיך מתחצף געווען קעגן דעם רבי'ן? נו, וועגן דעם איז שוין יעדעמס בלוט פון די גאנצע חסידות הפקר? שטייט דען אין די תורה לא תרצח חוץ כשנפגעים בכבוד הרעבע?

דאן האט זי געגעבן א פיר אויס די ערווארטעטע, די זאך וואס ליגט מיר אין קאפ זייט די טעראר האט ליידער אויסגעבראכן, אז ביי "אונזער" חסידות איז ב"ה נישטא די זאכן, און "אונזערע קינדער" ווערן נישט אויפגעצויגן צו די געמיינע דרכים,

איך האב מיטגעשאקלט מיטן קאפ, און איר בארוהיגט אז ב"ה ביי "אונז" איז עס נישטא, אבער צו בין איך דען גערעכט?

יא, איך געהער טאקע נישט אין סאטמאר, באבוב, קלויזענבורג, וכדומה, ווי עס איז דא אן אפעציעלע מחלוקת מיט די צווייטע פארטיי, אונזער חסידות איז רעלאטיוו שטיל, אלעס איז בשלום ובשלוה, און איך האב אויך קודם געטראכט, שלום עלי נפשי, איך קען שלאפן רוהיג, ביי "מיר" וועט עס נישט געשען, "מיינע קינדער" וועלן קיינמאל אויפהייבן א האנט און צעשלאגן א צווייטע איד ח"ו.

אבער צו קען איך דען זיין אזוי זיכער??

וועגן מיין רבי האט גראדע נאכנישט קיין קאמפעטישן מיינט עס אז עס וועט קיינמאל נישט פאסירן?? און וואס וועט זיין נאך ער גייט פון די וועלט און עס ברעכט אויס א מחלוקה צווישן צוויי ברודערס? וועט מיין זון טאקע איינרוען ווען א דיין הקהילה שרייבט א בריוו אז עס איז א מצוה גדולה צו מוחה זיין "כדת של תורה" אויף כבוד פונעם רבין?

אונזער חינוך סיסטעם איז אזוי פארקרימט, אז אנשטאט איינזען און מחנך זיין די קינדער ווער אמת'ע צדיקים זענען, און ווער די עכטע תלמידי חכמים זענען, און ביי וועמען כבוד תלמידי חכמים גייט באמת אן, ווערט די CEO פונעם קאמפעני און פארטיי ממש ווי גאט אליין, מען טאר נישט אנרירן זיין בענקל, מען טאר אים נישט ווייזן די ריקן אפילו ביי בואי בשלום, ער איז ממש א מלאך השם צבקות, און שטייצעך אויב בארירט איינער זיין כבוד דאן איז אחת דתו להמית!

די קינדערלעך זענען נעבעך ווי א סטאדע בהמות, כמעט קיינער ניצט נישט ליידער די אייגענע שכל, וואס אימער די הייליגע וועד/הנהגה זאגט נאר, דאס ווערט די חובת השעה אפגעזען ווי וואנזיניג די הכרזה איז,

קיינער פון די גור'ער בחורים האט זיך נישט געגעבן קיין שטעל אפ פאר א מינוט און געטראכט, איין מינוט!! וואס טו איך דא? פארוואס גיי איך דא אריינווארפן מיסט אין א פרעמדע איד'ס בעקעריי? פארוואס זינג איך מחה תמחה את זכר עמלק אויף א צווייטע איד? וואס איז יענעמס מזוזות שולדיג אז מען מעג עס אראפרייסן אינמיטן שבת?

אבער אנשטאט צו טראכטן פאר א רגע, פארן אלע בהמות פונעם שטאל נאך דעם פארמער, און אלע לויפן אראפ דעם קליף צום תהום אהן אפילו טראכען קיין צוויי,

און אנשטאט די גרויסע גורע חכמים זאלן כאטש פראבירן צו פארשענערן זייער אימעדזש אין די גאס, צו זאגן אז עס איז בלויז מעשה יחידים, קומען זיי נאך ארויף אויף די טעלעוויזיע זיך צו פארטיידיגן, אז די פורשים האבן פשוט איבערגעטרויטן א רויטע ליניע מיטן אנרירן די "רעבע".

זענען זיי אלע פון קאפ געפאלן? זעט אויס אז קיין קאפ האבן זיי שוין פון לאנג נישט, און יעצט דארף איך נאך אפקויפן אז דוקא לב טהור איז א קולט, אבער סתם חסידות'ן נישט...

יא עס איז גוט צו מישן די קאשע ביי יענעם, @כולל נייעס פאסמאקעוועט זיך מיט יעדע טראפן בלוט וואס די גור'ע פארגיסן, אבער ווי טייל האבן שוין ארויפגעברענגט, איז שוין געווען כמעט די זעלבע מעשיות ביי רוב קהילות קדושות בישראל,
אין סקווירא האט מען פארברענט א איד למען קדושת בית רבינו, און די רוצח איז זאגאר א "חשובע משפיע" היינט אין די ישיבה,

ר' ישראל'טשע האט מען אראפגעטראסקעט אלע טרעפ למען קדושת הישועות משה,

אין סאטמאר איז מען איבערגעפארן אידן מיט קארס, זיך געריסן ביי די קעפ "יענע" שמחת תורה,

וכן אין באבוב, בעלז, קלויזענבורג, וכ' וכ' וכ', אטו כי רוכלא ליחשיב וליזיל? עס איז אלעס דברים ידועים ופשוטים,

יא, מען קען דעבאטירן אויב דא איז ערגער ווי די אמאליגע געשלעגן, און איך האלט אז עס איז טאקע יא ערגער אין געוויסע הינזיכטן,
אבער די אלע מעשיות עד היום, איז מיר גענוג שלעכט צו קענען טראכטן אז מיינע קינדער ווערן ערצויגן צו אזעליכע אוממאראלישע פאררוקטע ווירדן.

ווען עס קומט צום רבי'ן, ווערט יעדער צושרויפט, יעדעס ביסל מענטשליכקייט און נארמאלקייט ווערט פארשווינדן, מען פירט זיך אויף ביליגער ווי די כוליגאנעס אין הארלעם,

און יעצט שטיי איך אין די זייט, ולבי נוקפי, וועגן די נגע רע האט נאכנישט דערגרייכט מיין היים, מיינט עס אז עס וועט קיינמאל נישט דערגרייכן? צו קען איך זיין אזוי זיכער מיט זיך, ווען די חינוך איז אייגענטליך די זעלבע איבעראל ובפרט ביי די ענינים, בלויז וועגן די געלעגנהייט פון שלאגן און רצח'ענען איז נאכנישט אנגעקומען???

איך מיין אז יעדער האט אן אייגענע אחריות אויף זיינע קינדער, זיי צו מחנך זיין צו ניצן די שכל, מען דארף אין זיי אריינבאקן ישרות באצייטנס, ווייל ווען די פייער פון קנאות אויסגעמישט מיט טיפשות ברענט שוין, קען שוין אמאל זיין צו שפעט,

מיין זוהן טייערע, נאר וועגן דיין גאנצע ישיבה גייט גיין שלאגן א צווייטע איד ווערט עס נאכנישט נארמאל אדער ריכטיג, אפילו די משגיח האט געשריגן אז די אנדערע פארטיי איז עמלק, וועל איך נאכנישט פארלירן מיין שכל, שלאגן און טשעפענען א איד איז אייביג שלעכט,
טו נישט קיין נארישע שריט וואס דו וועסט נישט צו לאנג שפעטער חרטה האבן אויף דעם פאר דיין גאנצע לעבן!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר