שרעקליך: 21 טויטע אין סאטמאר תלמוד תורה (פאראדיע)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בעל בעמיו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

שרעקליך: 21 טויטע אין סאטמאר תלמוד תורה (פאראדיע)

שליחה דורך בעל בעמיו »

הקדוש יואלי ווייס הי"ד
הקדוש חיים נחום גרין הי"ד
הקדוש משה לעפקאוויטש הי"ד
הקדוש ברוך ראזענבוים הי"ד
הקדוש חיים הערש טייטעלבוים הי"ד
הקדוש יואל חיים ווידער הי"ד
הקדוש חזקי גרינפעלד הי"ד
הקדוש שלומי ווייסמאן הי"ד
הקדוש נפתלי נתן שווארץ הי"ד
הקדוש יענקי כהנא הי"ד
זיין ברודער הקדוש נטע יחזקאל כהנא הי"ד
הקדוש יודי ליבערמאן הי"ד
הקדוש יוסף גדליה מאסרי הי"ד
הקדוש אהרעלע לאנדא הי"ד
הקדוש יואלי גליק הי"ד
הקדוש משולם זושא כ"ץ הי"ד
הקדוש יענקי ראזענבערג הי"ד
הקדוש וואלווי פריינד הי"ד
הקדוש משה מיטטעלמאן הי"ד

הקדוש רבי אברהם משה שפירא הי"ד
הקדוש רבי חיים מענדל פריעדמאן הי"ד

ניינצן קינדער און צוויי מלמדים.
זיי זענען געשאסן געווארן דורך א בלוט-דארשטיגער מערדער, א שונא ישראל, וואס האט געזיכט צו הארגענען ווי מער אידישע קינדער.

ליידער.

ארץ ארץ אל תכסי דמם!

דער מערדער שר"י האט גענומען אן AK-47 און אריין אינעם סאטמאר'ן תלמוד תורה אין א גרינעם דינסטאג און זיך גענומען שיסן רעכטס אויף לינקס.

ליידער האט קיינער גארנישט געקענט טוהן, חוץ פון דיך באהאלטן אין די צימערן און פארפאנצערן די טירן מיט טישן.

עס האט גענומען מינוטן ביז די פאליציי זענען אנקומען, און נאך אפאר מינוט ביז זיי זענען געווען גרייט אריין צו שטורעמען און הרגענען דעם מערדער.

ווען די נייעס האט זיך פארשפרייט אין די גאסן זענען עלטערן געקומען צו לויפן מיט שרעק און פיינונג, נישט וויסענדיג וואס עס איז די מצב פון זייערע קינדער. די געטרייע חברה שומרים זענען געקומען צו פליען און אפגעשפארט די גאסן און דערעקטירט דעם טרעפיק. חברים האט געברענגט וואסער און געטיילט פאר אלע צושויבערטע עלטערן. יעדער הצלה מאן וואס האט נאר געקענט איז דארט געווען דערמונטרען די עלטערן.

פון מינוט צו מינוט איז דער מצב געווארן שרעקעדיגער און שרעקעדיגער. יעדער מינוט האט אויסגעזען ווי א יאר. עלטערן האבן געשריגן אויף די פאליציי וואס האבן גענומען זייער צייט זיך צו גרופירן. שומרים האט גערעדט צו די הויפט פאליציי זיכער מאכן אז די פאליציי גייען אריין ווי שנעלער. ר' נפתלי משה אינדיג האט גערעדט מיטן מעיאר, וואס האט אויסגעדריגט זיין צער און ווייטאג.

"מיין מחשבה און געבעטן זענען מיט די אידישע קאמיאנעטי, וואס זענען א חשובער חלק פון די ניו יארק'ער באפעלקערונג," האט דער מעיאר געזאגט. "מיר וועלן טוהן אלעס אויף דער וועלט זיכער צומאכן אז די משפחות האבן אלעס וואס זיי דארפן."

ביני לביני איז אנגעקומען דער קאמענד סענטער פון חברים, ווי יעדער וויכטיגער חברים און שומרים מעמבער האט געקענט אריין און ארויסגיין פונעם טראק, זיכער צו מאכן אז אלעס איז מסודר. מיטגלידער פון אלע הצלה, שומרים, און חברים ארגענאזאציעס פון אלע עקן פון ניו יארק זענען געקומען צו פליען. מען האט געקענט טאפן דעם אחדות אין כלל ישראל ווען מעמבערס פון די ווייטע פלעטבוש האבן געארבעט האנט ביי האנט מיט די מעמבערס פון וויליאמסבורג. מי כעמך ישראל.

נאך א צייט וואס האט אויסגעזען ווי עס וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגן, האט די פאליציי ענדליך געשאסן דעם מערדער שר"י. תיכף ומיד זענען די חברה הלצה אריינגעלאפן צו ראטעווען וועמען מען קען.

ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט א בילד וואס קיינער האט נישט געקענט חלומען. איין אין צוואנציג נפשות טהורות, ניינצן פון זיי קינדער, זענען דערמארדעט געווארן על קידוש השם.

עס איז שווער אראפצולייגן וואס עס האט זיך אפגעטהון אינדרויסן ווען עלטערן האבן באקומען דעם בשורות איוב. טאטעס האבן זיך געריסן די האר פון קאפ. מאמעס וואס האבן נארוואס ארויפגעלייגט זייער זון אויפן באס מיט א הארציגן קיש, האבן באקומען די בשורה אז זיי וועלן שוין קיינמאל נישט מער זעהן דאס קינד. טייל פון זיי זענען געפאלן חלשות.

כלל ישראל איז אריין אין א מצב פון וויינען. אין אלע עקן פון די וועלט זענען אידן צושויבערט געווארן הערענדיג די נייעס אז ניינצן טייערע קינדער שלא טעמו טעם חטא זענען אומגעקומען על קידוש השם.

"איך האב נישט קיין ווערטער," האט ר' משה דוד נידערמאן, דער פירער פון די פאראייניגטע אידישע ארגענעזציעס, געזאגט ווען טרערן רינען פון זיינע אויגן. "שרעקליך, שרעקליך," האט ער געוויינט.

ר' חיים יצחק מאנדל, דער אדמיניסטראטאר פונעם מוסד האט געשריגן, "מיין לעבן וועט קיינמאל נישט זיין דער זעלבער! איך בין געווען אחריות אז די קינדער זאלן קומען און אהיימגיין בשלום, און יעצט גייען אהיים ניינצן קינדער ווייניגער ווי עס זענען געקומען!"

די געטרייע חברה קדישא מיט די הילף פון מתעסקים, וואס האבן געברענגט אלע זייערע טרעקלעך, האבן זיך גענומען ארבעטן די שווערע ארבעט פון צוזאמען קלויבן די נפטרים און די אברים. די געטרייע חברה קדישא וואס האבן שוין געזען מצבים, האבן געוויינט אויפן קול.

"איך קען נישט מער," האט ר' מענדל ראזענבערג דער פירער פון חסד של אמת געוויינט. "הייליגער באשעפער, עד מתי!" האט ער געשריגן.

ביינאכט איז פארגעקומען די לוויה אין וויליאמסבורג. גאנץ וויליאמסבורג איז געווען געשפארט ווען צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען געקומען מלווה זיין די קדושים. אלע גרויסע שטאטישע טאטעס האבן זיך באטייליגט.

ווי שיין איז געווען ווען כלל ישראל האט געהאט א מאמענט פון אחדות. ביידע סאטמאר רביס האבן מספיד געווען. דאס איז געקומען נאכדעם וואס די פירער פון ביידע קהילות האבן אויסגעארבעט די דעטאלן אז יעדער רבי זאל זיך שפירן באקוועם. איין סאטמאר רבי האט מספיד געווען דער ערשטער און דער אנדערער סאטמאר רבי דער לעצטער, אזוי קען יעדער זאגן אז זיין רבי האט געהאט דעם חשובסטן הספד.

"אוי, אוי, אוי," האט דער סאטמאר רבי געברעטשעט. "אוי ואבוי," האט ער געוויינט, נישט קענענדיג קומען צום ווארט פאר לאנגע מינוטן. כלל ישראל האט מיטגעוויינט מיטן רבין. עס איז נישט געבליבן איין טרונקען אויג.

דער רבי האט מספיד געווען פאר עטליכע צוואנציג מינוט און גערופן פאר תיקון המעשים. "מה השם אלוהיך שואל מעמך," האט ער געשריגן מנהמות לבו. "יעדער דארף זיך פארנעמען עפעס. דער מערדער האט געהרגעט אונדזערע קינדער מיט א כלי משחית." האט ער געשריגן און געוויינט מיט זוידיגע טרערן. "מען זאגט אונז פון הימל אז מיר דארפן זיך פארנעמען נישט האבן די טרייפענע כלים, וואס איז א כלי משחית!"

"און צו די בית יעקב אלו הנשים," האט דער רבי געזאגט, "דער מערדער איז געווען א פארדרייטער מענטש, דארפט איר אייך פארנעמען נישט צו גיין מיט די געדרייטע שייטלען!"

בשעת דעם רבין'ס הספד איז געווען א שטיקל רודער ווען דער רבי איז אריבער די צייט וואס איז געווען באשטומט אז ביידע רביס מעגן רעדן. דער אפמאך איז געווען אז יעדער רעדט נאר פינפצען מינוט, בשעת דער רבי האט גערעדט מער פון צוואנציג מינוט. כדי נישט חלילה צו מאכן א מחלוקה אין אזא צייט, איז שנעל באשלאסן געווארן צווישן ביידע צדדים אז דער אנדערער סאטמאר רבי וועט אויך רעדן מער פון צוואנציג מינוט.

נאך עטליכע אנדערע מספידים, האט דער אנדערער סאטמאר רבי מספיד געווען.

"לבי לבי על חלליהם," האט דער רבי אנגעהויבן זיין הספד. דער רבי האט געוויינט און נישט געקענט קומען צום ווארט. "חלליהם זענען אונדזערע קינדער! די צאן קדשים. הייליגע קינדער וואס זענען געקומען אין חדר מחונך צו ווערן אויף דעם דרך פונעם רבין זכרונו לברכה, און יעצט זענען זיי חלל, וואס איז א לשון פון געלעכערט," האט ער געוויינט און געברעטשעט.

"אלע צדיקים הקודמים זענען דא," האט דער רבי געזאגט. "דער רבי זכרונו לברכה גייט בראש פון אלע צדיקים מקבל צו זיין די קדושים, די הייליגע קינדער וואס מ'האמיר געברענגט אויפן מזבח."

"יעצט אז דער רבי איז דא, דארפן מיר זיך פארנעמען אז מ'גיימיר זיך פארבעסערן און לערנען דעם רבינ'ס ספרים און געבן צדקה פאר די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה הטמאה," האט דער רבי געפאדערט.

"רבונו של עולם," האט דער רבי געבעטן. "מיר האבן נישט קיין קשיות, אבער מיר בעטן און וויינען אז די זאלסט דיך מרחם זיין אויף אונז און ברענגען משיח צדקנו, וואס וועט קומען ארומגענומען מיט די טייערע קדושים וואס מיר האבן היינט געשיקט פאר דיר."

נאך די לוויה האט מען ווידער געקענט זעהן דעם אחדות אין כלל ישראל, ווען ביידע רביס האבן זיך געגעבן די האנט. ווי אויך האבן די חברה קדישא פון ביידע קהילות געארבעט אינאיינעם זיך מטפל זיין מיט די קדושים, נישט קיין חילוק אין וועלכע בית החיים דער נפטרים זענען באערדיגט געווארן.

נאך די לוויה האט זיך אנגעהויבן די צייט פון קשיות. עפעס א שטיקל אויפגעקלערטער אינגערמאן, וואס ווייסט נישט אז אלעס איז ביד השם, האט געלייגט אויף זיין סטעטוס א קשיא, "פארוואס האט נישט דער מוסד געהאט א סיקירעטי סיסטעם? ווי אזוי האט א פארברעכער געקענט אריינשפאצירן אינעם מוסד אן דעם וואס דער טיר האט אפילו געהאט א שלאס?!"

דער סטעטוס האט שנעל געמאכט זיין וועג אויף אלע וואטסעפפ גרופעס, ווי מענטשן האבן אנגעהויבן דעבאטירן אז אונדזערע מוסדות האבן נישט די מונדערסטע סיקירעטי.

איינער איז געגאנגען אזוי ווייט ווי עס ארויפלייגן אויף איי וועלט. גאר שנעל איז עס אראפגעפלויגן פון דארט, און דער ניק איז נחסם געווארן לעלמי עד.

אנדערע וואס האבן געשפירט אז אונדזערע פירער זענען אונטער אטאקע, האבן שנעל אנגעהויבן צו פרעגן פארוואס די פאליציי האבן גענומען זייער צייט בעפאר אריין שטורעמען אינעם מוסד. אויף איי וועלט האט איינער געשריבן:

"אודאי איז אלעס אפגעשריבן פון אויבן, אבער מען מוז פרעגן די שאלה פארוואס ס'האט גענומען פאר די פאליציי מינוטן פאר זיי זענען אריין. איך האב גערעדט מיט איינעם פון די הויכראנגיגע שומרים מעמבערס און ער זאגט מיר אז דאס איז אומדערהערבאר. ער זאגט אז שומרים וואלט דאס געמאכט איינס צוויי, אבער די פאליציי האט נישט אריינגעלאזט שומרים! מיר דארפן פארלאנגען א אויספארשונג אויף די פאליציי, וואס זענען שולדיג אין דעם טויט פון אונדזערע קינדערליר!"

גאנץ שנעל איז דער איי וועלט מעסעדזש געווארן דער אפיציעלער טאלקינג פוינט פון כלל ישראל. אגודת ישראל האט געשריבן א שארפן בריוו צום מעיאר און צום הויפט פון די פאליציי.

"אונז אלץ פארטרעטער פון כלל ישראל פארלאנגען מיר אז די פאליציי זאלן ווערן אויסגעפארשט פאר זייער נאכלעסיקייט און באהאנדלען דעם שיסעריי אינעם סאטמאר'ן חדר," האט הרב צוויבל, דער וויצע פרעזידענט פון אגודת ישראל, געשריבן אן קיין פחד ומורא.
********
רבותי, די שאנסן אז די מעשה זאל פאסירן איז זייער, זייער גרויס. עס זענען דא אסאך שונאי ישראל וואס לאקערן אויף אידישע קינדער. נעמט אפאר מינוט אין לייענט וואס דער מערדער פון באפעלא שרייבט איבער אידישע קינדער. די שנאה איז עד אין לשער. מיר זענען לאקי אז ער האט באשלאסן ענדערש צו הארגען שווארצע ווי אידן.

אבער דער נעקסטער קען באשלוסן צו מערדערן אידישע קינדער!

און וואס טוהן מיר דערפאר?

גארנישט!

אונדזערע מוסדות זענען א שטח הפקר. יעדער קען אריין גיין דארט. מ'האמיר נישט קיין פארמאכטע טירן, קיין גארדס, קיין טרענירונג.

גארנישט!

אונדזערע קינדער זענען אויף הפקר. זיי לעבן אויף געבארגטע צייט, אויף די גוט-ווילן פון מערדער וואס באשלוסן צו הארגענען שווארצע ווי איידער אידן.

און ס'איז נישט אז די מוסדות האבן נישט קיין געלט דערפאר. די רעגירונג גיבט שווערע געלטער פאר די מוסדות פאר זיכערהייט געברויכן. וואס טוהן די מוסדות דערמיט? לאמיר נישט רעדן. יעדער ווייסט וואס עס גייט פאר.

דאס איז רציחה ממש!

ווען דאס ערגסטע וועט געשען, וועט מען באשולדיגן וועמען און וואס מען קען. פון די פאליציי ביז די סמארטפאונס. פון צניעות ביז ציונות. אבער מיר וועלן נישט קענען זאגן אז ידינו לא שפכו את הדם הזה ועינינו לא ראו. אויב טוהן מיר נישט די מינדערסטע השתדלות אז אונדזערע קינדער זאלן נישט זיין פארזיכערט, וועלן מיר אלע האבן בלוט אויף אונדזער האנט!

מיר דארפן אויפהייבן א געשריי פאר די מוסדות אז זיי זאלן דאס נעמען ערנסט. אז יעדער מוסד זאל האבן א זיכערהייט פלאן!

אם אין אני לי מי לי. די הנהלת המוסדות קערן זיי נישט אדער פארשטיין זיי נישט דעם געפאר וואס שוועבט אויף אונדזערע קינדער. מיר דארפן דאס פאדערן פון זיי, בכל לשון של בקשה.

אודאי איז א סיקירעטי פלאן נישט קיין געראנטי אז מ'זעמיר באהיטן. אבער יעדער שטיקל אפהאלט פאר א מערדער, ראטעוועט לעבנס. אויב למשל א מערדער דארף זיך באפאסן מיט א שלאס, נעמט עס אוועק פון זיין רציחה צייט. אויב דארף ער באהאנדלען א שומר ביים טיר, קען ער אין דעם צייט נישט הרגענען קינדער.

מיר מוזן מאכן זיכער אז אונדזערע קינדער זענען פארזיכערט דאס מערסטע וואס עס איז שייך, ווייל אויב נישט, קען דער מעשה
וואס איר האט יעצט געלייענט ווערן דער שרעקלעכער מציאות.

אונדזערע מוסדות מוזן ערנסט נעמען דאס זיכערקייט פון אונדזערע קינדער. ויפה שעה אחת קודם!

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר