"אוי בין איך געווען דורשטיג"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

"אוי בין איך געווען דורשטיג"

שליחה דורך פרייוויליג »

"אוי בין איך געווען דורשטיג"! ווער האט נאכנישט געהערט די מעשה פון א מענטש וואס איז געזיצן אויפן באן, און דער שכן נעבן אים האט אים דערקוטשעט די יארן, "איך בין דורשטיג", "איך בין דורשטיג" האט ער כסדר געמורמעלט. דער מענטש האט געזוכט לויז צו ווערן פון אים, איז ער אים געגאנגען ברענגען וואסער, מיט די האפענונג אז ער גייט איינענעמען א שווייגעניש. "אוי בין איך געווען דורשטיג", האט דער מענטש פארגעזעצט מיט זיין מורמעלעריי נאכן אויסטרינקען די וואסער. און אים נישט געלאזט במנוחה.
א סך מאל איז פשוט אוממעגליך זיך אויסצוטון פון א נודניק.

וואשינגטאן שרייט יעצט: "אוי בין איך געווען דורשטיג". פאליטיקס איז א פארשטינקענע זאך, אבער אז פאליטישאנס זאלן פארוואנדלט ווערן אין פרעכע ביליגע נודניקס איז א חידוש עצום מאד.

פאר מער ווי 5 יאר צייט האט וואשינגטאן און די גאנצע מעינסטרים מידיא געשריגן "אוי בין איך דורשטיג". אלעס איז פארכאפט געווארן אין א היסטעריע. נעמליך די ענדע פון ציוויליוואציע דערנעטערט זיך מיט די דיסענדינג פון די דעוויל דונאלד טראמפ.

מען האט געשפילט מיט א פולע דעק פון קארטס. יעדע סארט וואפן וואס מען קען נוצן צו אומברענגען איינעמס קערעקטער האט מען אקטיוויזירט. מען האט פאבריצירט סקאנדאלן (רוסיא-קאלוזשען) און צודרייט געמאכט די מענטשהייט אז אט אט גייט די וועלט אריינגיין אין א נוקלעארע מלחמה, די עקאנעמיע גייט גיין פייפן, און אלעס וואס מיר האבן אלץ געוויסט פון די קאלירפולע וועלט גייט חרוב גיין. טראמפ איז אומסטאביל, טראמפ איז משוגע, ער קען נישט פירן דאס לאנד, לאמיר אים אימפיטשען פאר א פאליטישע טעלעפאן געשפרעך. און עווענטועל לאמיר אים ארויסוועלן פון אפיס.

"וואשינגטאן האט שוין געטרינקען". טראמפ האט פארלוירן די וואלן, און האלב אמעריקע האט אפגעאטעמט אז ענדליך גייט מען פטור ווערן פון טראמפ-דירענדזש-סינדראם. עס גייט זיך אויפהערן די נאכאנאנדע אטאקעס. און איצטערט קען מען ערווארטן רואיגקייט, און א פרישע טשעפטער אין די וועלט פון פאליטיקס.

אבער "אוי בין איך געווען דורשטיג". טראמפ האט פארלאזט די ווייסע הויז אויף די זעלבע וועג וויאזוי ער איז אריין. אום יאנאוואר 6 האט טראמפ געהאלטן א ווילדע פאליטישע רעדע וואו ער האט פארדאמט די סורטיפיקאציע פון די עלעקטעראלע שטימען. לויט טראמפ האט מען געפעלטשט די וואלן, און האט געמוטיגט זיינע שטיצער צו גיין פראטעסטירן אין פראנט פונעם קעפיטל, און די איבריגע איז היסטאריע.

יעדער וואס האט אנטייל גענומען אין די ווילדע פראטעסטן האט באצאלט א טייערן פרייז, און נישט נאר דאס, נאר דער פרעזידענט אליין אויך. מען האט נאכאמאל אימפיטשט טראמפ.

טראמפ איז ארויס א צוביילטער פון אוועל אפיס. נאך הונדערטער אינוועסטיגעשענס, טויזענטער נעגאטיווע ארטיקלען, זייער א בייסיגער פרעס, צוויי אימפיטשמענטס, און אוועקגעסטריפט זיין טוויטער-פלאטפארמע. און יעצט נאכן פארלאזן דעם ווייסן הויז איז מען ווייטער פארנומען מיטן אים אינוועסטיגעטן.

יעצט ווען די וועלט איז ביים שוועל פון א טיפע רעסעסיע און די גאזאלין פרייז שטייט ביי רעקארד הויכע פרייזן. איז מען פארנומען מיטן רעדן פון די דורשט.

וואשינגטאן שפילט יעצט אויף אן איינזייטיגע שאוי "ווי מען גייט נאכאמאל רעדן פון די יאנאווער 6 אומרוען".

טראמפ האט זיך זייער מיאוס אויפגעפירט אום יאנעווער 6, עס איז קלאר אז זיין באנעמענוג דיסקוואלעפייד אים פון נאכאמאל לויפן פאר פרעזידענט. מיר זענען שוין זאט פון אים, אבער אויך פון רעדן פון די דורשט. טראמפ האט שוין געכאפט זיין פארציע פאליטישע-עסעסענעשן, מען האט אים ווידער אימפיטשט, ארויסגעשליידערט פון אפיס. אבער וואס מען טוט יעצט דארף אויפשוידערן יעדער רעכטדענקעדיגער מענטש.

מען האט פארמירט א קאמיטע פון עשרת בני המן, ארכי-שונאים פון טראמפ וואס האבן אנגעפירט די ערשטע אימפיטשעמנט, און מען גייט פראבירן פון דאסניי צו אינדייטן טראמפ. א קאמיטע וואס איז איינזייטיג, אן קיין אדוואקאטן פון די דיפענדענט, אן קיין ערלויבעניש פאר קראס-עקזעמענעשן. א פאליטישע שאוי-טרייעל מיט געשטיקעלטע בילדער און האנט-געקליבענע נעגעטיוו קוואוטס, צו אנקומען נאכאמאל צו א פרי-דעטערמענט אורטייל אז טראמפ איז באגאנגען מיסברויכן.

אייראפע פלאקערט, אפגאניסטאן איז אין אנארכיע, אמעריקע האט נישט קיין בעבי-פארמולע, אמעריקע צאלט איבער $5.00 דאלער פאר א פלעשל געזעלין, אינפלעשן איז העכער די וויליס-טאוער, אינטרעסט-רעיטס איז אסטראנאמיש, די פרייזן פון עסן דאפלעט זיך יעדן פארבייגייענדן טאג, אבער "אוי בין איך געווען דורשטיג".

וואשינגטאן שטינקט, פאליטיקס איז פינסטער, און די אמעריקאנער פאלק ליידט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר