חינוך אין די היימישע מוסדות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיפטראכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 26, 2022 10:40 pm
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

חינוך אין די היימישע מוסדות

שליחה דורך טיפטראכטער »

מושי לערנט אין סאטמארע חדר אין בארא פארק, ער דאווענט, לערנט, און טוט וואס אלע קינדער טוען.
פארוואס טוט ער דאס אלעס? ווייל אויב נישט גייט ער ברענען אין גהינום.
זיין רבי האלט אין איין אריינבאקן אין די קינדער: די הייליגע באשעפער האט אונז געגעבן א תורה וואס מ׳מוז פאלגן, אויב מ׳היט נישט די תורה גייט מען ברענען אין גהינום. און די רבי לערנט אויס פאר די קינדער וואס מ׳דארף און וואס מ׳טאר נישט טון לויט זיינע השגות.
מושי מאלט זיך אויס די אייבירשטער אלץ א זייער שטרענגע און שרעקעדיגע גאט, מאכט ער אפ אז ער מוז פאלגן די תורה, ער וויל נישט ברענען אין א גרויסע הייסע פייער.

ער גייט אריין אין ישיבה, ער טראכט צו זיך אז ער גייט זיין א ערליכע בחור, לערנען בהתלהבות, דאווענען מיט מנין אייביג וכו׳.
מושי איז 16 יאר אלט, זיין מח איז שוין גרעסער, ער האט שוין אייגענע שכל.
און זיין מח היבט אן צו פרעגן:
די איינציגסטע סיבה פארוואס איך היט די תורה איז ווייל א גאנץ לעבן האט מען מיך געזאגט אז מ׳מוז, און איך האב עס געגלייבט אזוי ווי יעדע קינד גלייבט אלעס וואס א ״גרויסע טאטע״ זאגט.
די קאטאליקן גלייבן אין יאשקע ווייל מ׳האט זיי געזאגט אלץ קינד אז דאס איז די אמת.
מוסלעמענער, בודהיסטן, וכו׳.
ער פאנגט ע״ס אן דורכטון, ער וויל דערגיין וואס די אמת איז.
ער היבט אן ליינען און הערן פון קלוגע מענטשן, מענטשן וואס טוען דורך די זאכן.
און ער זעהט אז ס׳גארנישט אזוי פשוט.
ער איז שוין אכצן יאר אלט. נאך אסאך טראכטן קומט ער צו די מסקנה אז ס׳איז דא א גאט. און די תורה קוקט אויס צו זיין די ריכטיגע דרך.
אבער וואס די תורה איז ווייסט ער נישט.
אין חדר און אין ישיבה האט מען ע״ס געמאכט פאר א שווערע זאך, וואס פאר יעדע קליינע עבירה באקומט מען גהינום.
ער טראכט צו זיך אויב דאס איז אידישקייט, איז עס אוממעגליך אנצוהאלטן.
ער האט פרובירט צו רעדן צו בחורים צו זען ווי אזוי זיי קענען זיין אזוי ערליך, און פרובירט צו דורכגיין מיט זיי פארוואס זיי האלטן וואס זיי האלטן.
אבער כמעט אלע בחורים זענען געווארן אויפגעשוידערט אז ער פרובירט צו נאכגיין וואס איז אמת.
לדוגמה לאמיר אנכאפן א שמועס וואס מושי האט געהאט מיט זיין חבר שלום, ווען ער האט פשוט געוואלט פארשטיין וואס איז ריכטיג.

מושי: שלום, ווי אזוי ווייסטו אז וואס מ׳האט דיך אויסגעלערנט אין חדר איז ריכטיג, אלע אנדערע רעליגיעזע מענטשן האט מען אריינגעבאקן עפעס אנדערש. האסט שוין דורכגעטון אלע רעליגיעס צו וויסן אז אידישקייט איז אמת?

שלום: (אויפגעשוידערט) וואס הייסט? מ׳טאר נישט אזוי רעדן, אוודאי איז עס אמת, ביזט משוגע?

מושי: ווי אזוי ווייסטו אז ס׳איז אמת?

שלום: מושי, וואס איז מיט דיך?

אזוי גייט עס, רוב בחורים זענען באקוועם ווי אזוי זיי זענען, און טראכטן אפילו נישט אז ס׳קען זיין אז זיי דינען א פאלשע רעליגיע.
אבער נישט מושי. מושי וויל וויסן וואס די אמת איז.
ווי מער ער טראכט הייבט ער אן צו פארשטיין אז ס׳איז דא זייער אסאך זאכן וואס מ׳קען נישט אדיר איז שווער צו פארשטיין.
ער האט אסאך דורכצוגיין, אבער ס׳גייט נעמען אסאך צייט.
ס׳גייט דורך צייט, און מושי ווערט שוואכער און שוואכער אין אידישקייט, ביז ער לאזט אלעס אפ.
ווייל ער האט נישט קיין תורה.
די תורה וואס מ׳האט אים אויסגעלערנט האט אים געגעבן א שנאה צו גאט.
אוטאמאטיש יעדע מטל ער האט געלייגט תפילין, זיך איינגעהאלטן פון רייכערן אין שבת, האט ער געטראכט, פארוועם טו איך דאס? פאר א גאט וואס געבט מיך גיהנום פאר יעדע קלייניגקייט? וואס לאזט נישט הנאה האבן פון לעבן? אלעס איז אסור. ס׳איז זייער שווער פאר אים.
היינט היט ער שוין גארנישט.
אבער ער זוכט נאכאלץ די אמת.
ער וויל פילן א טעם אין א מצוה, אבער ער קען נישט. ער וויל טרעפן די גאט וואס ער גייט ״וועלן״ דאווענען צו אים, טון מצות פאר אים וכו׳.



רוב מענטשן טראכטן נישט און גייען דורך זייער לעבן ווי אזוי מ׳האט זיי געזאגט.
אבער ס׳דא בחורים וואס טראכטן.
אזוי פיל נשמות זענען שוין פארלוירן געגאנגען פשוט ווייל זיי האבן אנגעקוקט גאט אלס שלעכט. און ווען זיי האבן פרובירט צו פארשטיין האט מען זיי געזאגט נישט צו פרעגן. אבער ווען מ׳זאגט נישט צו פרעגן מאכט עס נאר ווייניגער גלייבן וואס מ׳האט זיי אויסגעלערנט.
ווען די ראש ישיבה אסר׳ט עס די קארדס, איז עס זייער שווער פאר א בחור, בחורים היינט הערן אסאך מוזיק, און ווען דו נעמסט עס אוועק פון זיי, נעמסטו אוועק זייער לופט.
די ראש ישיבה הערט נישט אויס קיין מוזיק אזוי סאך ווי בחורים.
די ראש ישיבה פארשטייט נישט ווי שווער ס׳איז פאר א בחור נישט אוסצוהערן מוזיק.
און די זעלבע מיט אלע אנדערע זאכן וואס מ׳אסר׳ט.
די ראש ישיבה פארשטייט נישט ווי שווער ס׳איז צו אויפהערן רייכערן, ווייל די ראש ישיבה האט נישט גערייכערט. ווי אזוי קענסטו באשטראפן א בחור פאר דעם ווען דו פארשטייסט נישט ווי שווער ס׳איז?

אנשטאטס אויסלערנען אז מ׳דארף היטן די תורה, ווייל אויב נישט גייט מען ווערן באשטראפט.
אנשטאטס אסר׳ן יעדע זאך וואס קען צוברענגען צו א א.ג. עבירה.
באק אריין אין קינדער א ליבשאפט צו גאט, זיי זאלן נישט וועלן טון עבירות נישט וועגן זיי האבן מורא, נאר ווייל זיי האבן ליב די אייבירשטער.
אז מ׳געבט אריין א ליבשאפט צום באשעפער וועט זיין א עליות הדורות.
און בעיקר לאזן יעדעם טראכטן, טראכטן איז א געזונטע זאך פאר מענטשן.
און אויב ער נעמט א אנדערע וועג ווי דיך, רעספעקטיר אים ווי אזוי ער איז.
ער איז געקומען צו די מסקנה אז דאס איז זיין וועג, נישטא קיין סיבה אים אראפצוקוקן.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר