שראבעריי פארמעסט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בעל בעמיו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

שראבעריי פארמעסט

שליחה דורך בעל בעמיו »

דער עולם איז אויף (אדער שלאפט) מיט דעם אז קאווע שטיבל שלאפט. די אלטע צייטן ווען דער שטיבל האט געלעבט זענען פאריבער. היינט צוטאגס איז עס א שטיבל פאר אפאר חברה וואס שרייבן דא כסדר און נאך אפאר חברה וואס קומען אריין פון צייט צו צייט. מ'דארף דאס אויפלעבן, שרייט דער עולם. אבער דער עולם איז אובד עצות וואס צו טאן אז דער שטיבל זאל ווען מער ווייברענט.

איך האב אן עצה דערצו. שמעו נא רבותי דיינים מומחים.

קאווע שטיבל זאל פראקלאמירן א שראבעריי פארמעסט. דער פארמעסט וועט פארקומען יעדע שטיק צייט. אפשר איינמאל א חודש אדער איין מאל יעדע צוויי וואכן.

דער פארמעסט וועט צוגיין אזוי:

יעדער זאל שרייבן אן ארטיקל איבער אן אפגעשמיסטער טאפיק. ס'קען זיין עניני דיומא, זכרונות פון אמאל, עתידות, פרשות השבוע, וכו'. יעדער וואס וויל זיך באטייליגען אינעם פארמעסט וועט שרייבן אן ארטיקל. אלע ארטיקלען אויף דעם טאפיק וועט מען נאכדעם שטעלן פאר א וואלן, און יעדער וועט שטימען וועלכע ארטיקל איז דאס בעסטע. דער געווינער וועט זיין דער מלך השרייבער ביז צו די קומענדיגע וואלן.

לאמיר דאס אביסל צולייגן אויף קליין געלט:

וועד הנושאים

דער וועד הנושאים וועט באשליסן דעם טאפיק. ווען ס'איז דא עפעס א ווערטפולע געשעעניש ביי כלל ישראל, וועט דאס זיין דער טאפיק. לדוגמה, מחשבות אויף כינוס נשי כלל ישראל, ברלנד, קאנטרי, וכדומה.

ווען עס איז נישט דא קיין ספעציעלע געשעענישן, קען דער טאפיק זיין אנדערע זאכן. לדוגמה, זכרונות פון חדר, א טאג אין מיין עלטערנ'ס שטוב, ווי אזוי גייט דער וועלט אויסקוקן הונדערט יאר ארום, וועלכער אמאליגער צדיק האט געהאט דאס גרעסטע השפעה אויף דיר, וכדומה.

וועד הבחירות

בחירות האב איך געזאגט? טפוי! חס ושלום! מיר באטייליגען זיך נישט אין קיין בחירות חלילה. שוין, זאל זיין א באורד אוו עילעקשאנס. דער באורד וועט זיין ממונה אנצופירן די וואלן. זיי וועלן דארפן אויפקומען מיט א פלאץ צו שטימען (האט קאווע שטיבל אזא אפציע?), ווער עס איז שטים בארעכטיגט (נאר מעמבערס וואס שרייבן כסדר? יעדער? נאר מעמבערס וואס זענען שוין מעמבערס 30 טעג? נאר מעמבערס וואס שרייבן זיך איין צו וועלן?), און ווי אזוי אריינצוגעבן אן ארטיקל פארן פארמעסט (עפענען אן עקסטערע אפטיילונג אויף קאווע שטיבל פארן שראבעריי פארמעסט? יעדער קען לייגן אן ארטיקל ווי ער וויל, אבער מ'דארף אנצייכענען אז ס'איז אן ארטיקל פארן פארמעסט?).

פארשטייט זיך אז מ'וועט אריינרופן מארק עלייעס צו גנב'נען די וואלן, מייק לינדעל מיט סידני פאול אויפצודעקן די שווינדלערייען און דערקלערן אז דער עכטער געווינער איז דער מלך אפילו מ'זעהט ליידער מיט די פליישיגע אויגן אז דער גנב איז מלך, אפילו מיט האגע שאוועס האב איך שוין גערעדט און ער'ט מנדב זיין די מאשינעריי.

מלך אדער מלכים

דער געווינער וועט באקומען א טיטל, לאמיר זאגן "בעסטער שרייבער". מ'קען אויך מאכן אז ס'זאלן זיין קלענערע געווינער ווי בעסטע ראיונות, בעסטע שפראך, וכדומה.

געווינער וועלן באקומען א טיטל וואס זיי וועלן האלטן ביז צו די קומענדיגע וואלן, ווי אויך באקומען א פערמאנענטע שטערן (גאלד פארן הויפט געווינער, זילבער פאר די אנדערע געווינער?) וואס וועט ווערן צוגעטשעפעט צו זייער נאמען, להראות העמים והשרים אז דער מעמבער איז א שרייבער שאין דגמתו. מיט די צייט וועלן זיך מעמבערס אנזאמלען כוכבים עד אין מספר, וואס זיי וועלן קענען ווייזן פארן שדכן ווען זייערע קינדער וועלן זיין אין מסכת שידוכים, לאמר איך בין נישט עפעס סתם א שמויגער, איך בין א 437'גער קאווע שטיבל שטערן טראגער און איך בין ראוי פאר א מחותן וואס דרייווט א לעקסאס מיט אן ארטסקרול גמרא אויפן דעשבארד.

מיר האבן אסאך טעלענט אויף קאווע שטיבל, אבער עס ווערט נישט אויסגענוצט. מיטן געבן פארן עולם א סיבה צו שרייבן, וועט האפנטלעך דער עולם נוצן זייערע כשרונות ליהנות בו בני אדם.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר