איך בין אויך א מענטש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 398 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

איך בין אויך א מענטש

שליחה דורך מי ימצא »

די נושא פון פרויען זאלן מעגן דרייוון, ליגט שוין אין מיין מח צוקוועטשט פון די 16 יאר.

איך וואלט הנאה געהאט אויב דער עולם קען אריינקומען מיט זייערע תגובות. ווי למשל -

וואס איז דער מקור פון דעם, - סאיז בכלל דא?

פארוואס אין די חסידישע וועלט איז עס אזוי אפגעפרעגט, - און ביי אלע אנדערע נישט.

האסטו אדער דיין ווייב עס דורך געבראכן, - געב ארויס עצות פאר אנדערע.

ביי מיך איז עס נישט געווען שייך ביז יעצט, נאר די חלק פון לאמיך אליינס מאכן מיינע באשלוסן אליין. ווארף נישט אלעס ארויף אויף אידישקייט.

לעצטנס איז מיך עס יא געווארן זייער נוגע, וואס עס וועט מיך אסאך פארגרינגערן און טאג טעגליכן לעבן. למעשה אבער ציטערט מיין מאן זייער שטארק פון די היט, וואס עס גייט קומען פון זיינע עלטערן אז אונז טראכטן אויב עס איז ווערד. (נישט גע'דאגה'ט דערווייל לערנט ער מיך אלעס אויס. שא! זאגטס נישט אויס.)

למעשה האבן אונז אפגעמאכט יא זיך צו ריקן ווייטער מיט די פלענער, נאך א זיסע מעשה'לע פון איינע פון אונזערע קינדער.

וואוינענדיג אין א גוישע געגנט, ווי ביי יעדע הויז איז דא געפארקט (ווייניגסטנס) צוויי קארס, איז כמעט נישט דא קיין קאר סערוויס. אובער ארבעט בכלל נישט.

איין טאג דארפענדיג ערגעץ צוגיין מיט א קינד, האט מיין מאן פלוצלינג נישט געקענט מיך נעמען. פאר מיינע קינדער איז עס געווען א גרויסע אנטוישונג. און אזוי אינמיטן טראכטן וואס צו טאהן ווייטער, רופט זיך אן דאס קינד ''מאמי, פארוואס קענסטו נישט זיין א נארמאלע מאמע אזוי ווי אלע מאמעס וואס דרייוון? ווען דו וואלסט געקענט דרייוון וואלסטו אונז געקענט נעמען.''

איינער קען מיך ביטע מסביר זיין וואס הרב 'אידישקייט' האט חוטא געווען, מיט דעם וואס מען ווארפט ארויף אלעס אויף זיינע שוואכע פלייצעס?

איך ווייס נישט, אפשר בין איך נישט גערעכט, אבער מיט וועלכע חלק זענען פרויען אנדערש אז זיי טארן נישט דרייוון. ווער רעדט נאך פון טראכטן, השם ישמרנו ווי אזוי דיינע קינדער וועלן אויסקוקן, שרייען אנדערע. ווער זאגט אז דאס איז ריכטיגע אידישקייט? פארוואס זאל איך נישט קענען אויפציען מיינע טייערע, מיט א געשמאקע אידישקייט?!
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.

דער אשכול פארמאגט 61 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר