נטע אויף די בערג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

נטע אויף די בערג

הודעהדורך הבל וריק » מוצ"ש יולי 23, 2022 10:36 pm

טראץ דעם ערווארטעטען שאק וואס באנעמט יערליך די געוויסן ביים ניינטן שבת פונעם קאנטרי סעזאן איבער דעם איבערגעטריבענעם זוממער טרוים, וואס לויפט פארביי שנעלער ווי ליכטיגקייט קען דאס זעהל גרייכן, קומען די מאסן מאדערנע דארפסלייט און גרויסע געזונדל מיט א פרישקייט ארויס פונדאסניי, בלינד צו די שנעל גאלאפּירנדע טעג און טוץ לעבנס פראגעס אפווארטענדיג ביים שוועל פון דעם צייטווייליגן כאטקע פיל מיט פליגן,לשון הרע, און אייסיס.

פארבלענדעט מיט עקסטאז און ערווארטונגען פון די טויטע קעטסקילס בערג איז דער עמפפינדליך, צרות-געפלאגטער פאלק, וואס לעכצט נאך אביסל לעבן.

דער זעווענטין שפרידלט מיטאמאל.
פארסאפּעטע אלטע סיענעס מיט ביציקלעך אויפן אחור, לאנגע לוקסוסעריעזע סובּערבּאַנען מיט פעקלעך אויפן קאפ, צוטומלטע כולל לייט אין פיצעלע מאשינען, טראגן אלע ארויס די שטאף באוואפנטע פאמיליעס גרייט און מער פאר כלערליי געברויכן וואס קענען נאר אורנטערקומען דורכאויס די דאזיגע ניין וואכן.

פאר די קליינע סילקי צום ביישפיל האט מיסיס מארקאוויטש מיטגעבראכט פיר ערליי שיך. ברוינע לאופערס צוגעפאסט צום סעזאן, אוף-ווייט שבת שיך פאר שול; וואו סילקי קומט אריין שמייכלען שעמוועדיג צו די טאטעס ביים ליינען און קריגט א קניפּל מיט א קענדי פון דעם ארכי געשמאקן קענדי טיילער. "נעטיוו'ס" פאר פראקטישע געברויכן, א שטייגער ווי די טונקל נאסליכע שלש סעודות שטונדן ווען די מאסקיטאס דערקלערן א פראגראם אויף דער מענטשליכער מין, און בּוצעס! בוצעס פארן זוממער. "זאל זי פלאטשקען אין די בלאטעס מיט פארגעניגן" זאגט א צופרידענע מרת מארקאוויטש, שוין אויפן פארדעשטן זיץ, הויעך אין די לופטן אויפן טראוויי, מיט אן איבערפלוס פון שמחה געפילן.
נאך א שווערע וואָך פון ראַנגלעריי און קולות אין די שפעטע נאכט שטונדן, איז ענדליך די שטוב אין א רואיגע שטימונג און די עלטערן אין א פרידליכן שמועס.

אוי א פארגאנגענהייט איז די נאיווע צייטן פון א 9/11 עפאכע, ווען א סעללאזע צירקל פרויען מיט טורבּאנען, אין פרימיטיווע פאנג'עלאוס, האבן די וואכן פארברענגט אין די אנטיק קאלאניעס, איבער שטילע, נאקעטע, געשעפן-ריינע בערג, נייענדיג איבער פּלעפל, שווימענדיג מיט פארגעניגן, און מיט די גראבע ווידעא קאמעראס שעות אפגעכאפט פון אן אנגעבראכן קינד מיט א הוילן קאפ, אומוויסנד איבער דער גארער וועלט'ס וואוילזיין און די מענער'ס רייצנדע געדאנקן אויפן געלעגער, אין די וויסטע, אלט-וויליאמסבורג דירה'לעך.

און די מענער וואס האבן דען יא געקייעט סיידן א מאלצייט ביי גאטליב'ס און רעבישע פאליטיק. האבן טונקעלע נשמות א גלאט בחור'ל אפּגעטראפן, באַטאפּט און פארלעצט, פאר א שטונדע פארגעניגן, און די פארגעשריטענע ארויס אויף צובייס ביי קאושער דעלייט, ערנערענדיג זיך מיטן די שמייכלען פון די יונגע קעלנערין.

גרופעווייז דרייט מען זיך מיט די דוממע, מאפעלאזע אייזענע קאַר'ן, אויף די וואכע און רייצנדע 'סמך און די סיטי' גאסן, מיט די פיאות פארשטעקט, און א אומבאלאכטענעם סעליולער אויף די ברייטע הויזן.

אינעם ווירבלנדן טעאטער שארן זיך אפּאר מאנרא בויעז אריין, אונטערן שלייער פון קליינע האלב-רימלעסס זין גלעזער, קוקן א פילם, וואו מען זעהט א נאקעט בריסט און א נאסע קוש מער ווי איין מאל.

אין א מילד באלאכטענעם אפיס, שפעט אויפדערנאכט, זיצט דער עקס-כולל, פרישע ארבעטסמאן, צומישט ביים פעטצאו קאמפיוטער, האלב אנגעליינט, כמעט אויסגעריבן, אינגאנצען צומישט,
אינדערצייט וואס זיינע יוגנט פריינט, די אויסגעשאלטערטע איידעם-לייט דרייען זיך מיט די כאלעטלעך און ישיבה גלעזער, נאיווע אונטער'ן בוים.

די קינדערלעך דרייען זיך פריידיגע, גאנץ אהן א פעלער, אין א אייגענעם וועלט. ביים קוואדער הונגעריגן טעלעפאן ווארט מען אין א רייע צו הערן עפעס פונעם מוטער מיטן קארדלעס אויפן נוגגאַט.
"מינדי איז כלה!" הערט יענקעלע די אויסטערלישע בשורה.
קען ער גראדע מינדי'ס חתן, דער שטראמער ליידיגייער פון בראשוב וואס רויכערט אפ דעם בין הזמנים מיט דעם רעש'יגן גערופע. יענקעלע ציטערט פון די באָקעס. אין זיין קאפ דאכט זיך אים אז זיי זענען אומשטאנד אים אומצוברענגן, דערווערגן מיט די שבת גארטלעך אונטערן תחת.

שפירט ער זיך מעכטיג און אפילו אומזיכער, אז דער בלאָנדער מאָכי גייט חתונה האבן מיט זיין אייגענע שוועסטער. רעספעקטירט ער שוין דעם שוועסטער מינדי'ן אויך אין איינוועגס, און וואגט מער נישט איר נערווירן אין די לאנגע ווינטער נעכט.

מינדי זעלבסט איז אין די הימלען. "פשש.. די יונגסטע פון אזא שיינעם שטוב" גראטולירט דער פעטער וואס טרעפט א וועג אריין צו זיין אינסטרומענטאל ביי יעדן שידוך איבער די גארער פאמיליע. שטילע געשפרעכן אין א שלאפצימער פארשפארט, שפרעכט די מאמע מיט דעם 'אינסטרומענטאל' פארפאלק - די פארשטענדליכע פעטער און מומע. "ליסטען מ'קען נישט אלעס קריגן, איך האב שוין אויך געכאפט א גוטע פאר פראַסקעס ביז איך האב באקומען שרולי'ן מיין צדיק'ל; האב איך טאקע פארקוקט אויף די ברוין באבע" ערקלערט די שטאלצע מומע רעכי.

האט מען ביי דעם מאָכי'ן טאקע פיין פארקוקט. געהערט האט מען אז ער איז נישט "קאָט אוט" צום לערנען, אבער אין וויסטן חלום האט דער נאבעלער פאטער, דער שלייפער פון 47th סטריט, נישט געחלומ'ט אז דער חתן 'מרדכי צבי' איז א פולשטענדיגער בּאַדי בּילדער וואס מאכט טעגליכע איבונגען מיט בּריטני ספּירס אויף הויכע טענער, און עסט גולאש אהן א קאפל.

צו די חתונה איז מאָכי פולשטענדיק ארויסגעקומען פון בחור קלאזעט.
א שאָק האט דעם דערהויבענעם מחותן באנומען באגעגענעדיג די גלאנציגע, הארטע לאָקן צום ערשטן מאל, ביים יום החופה.

שווער האט דער פרישער שווער געשלינגען ווען דער חתן האט דעם שטריימל א ווארף געטוהן און זיך ארויסגעלאזט אין א ווילדע האָרא טאנץ מיט די ציצית'לאזע חברים אין שמאלע הוטן, ווי נאר מיכאל האט דעם צווייטן טאנץ אנאנסירט, דורכדרינגענדיג דעם זאַל און אירע ביישויער מיט א מעכטיגן פאמעליכן יאמאמיי.

קונצליכע טאנץ תנועה'לעך האבן די פלינקע פיס אין דעם טויטן הארא אריינגעשטעקט, און לאנג אינדערנאכט אריין געהאפּקעט; ווי א שמחה איינס אין דעם ליידיגן לעבן.

דעם ליבן מינדי'ן האט מאָכי ווי זיין אייגענעם נעטעלי פּארטמאן באטראכט. און א ווייסן לימאו באשטעלט זיי אהיימצופירן די פיר בלאקס פונעם זאל.

א שווערע ארבעט האט ער אין דעם הארטנעקיגן מינדי אריינגעלייגט. האט זי זיך געשעהמט צוערשט פון אירע חברטעס מיט די פיינע מענער אין קינגסטערעס, פלייסענדיג זיך איבער בשר וחלב און מליחה, אינדערצייט וואס איר מאן איז גלייך אין אפיס אריין.
אבער מיט צייט, מאוויס, און א צאל ביזנעס רייזעס מיט מאָכי אין א פּאָלאו שירט, האט זיך מינדי געפענט און פון איר שאלאכץ ארויס.

א שייטל מאכערין איז זי געווארן. איז פון איר קורצן שייטל געווארן ערשט א לאנגע, נאכער צוריק קורץ. די בענד איז אויך ערגעצוואו פארשוואונדן געווארן, צווישן די אומצאליגע זינטאג'ס ביי גרויסע מאללס.

געשלינגען האבן די צוריקגעשטאנענע עלטערן ביזן שעפּן נחת פון דעם באָמישן פארפאלק, אבער א וואוילע שטוב האט זיך צו יעדן'ס וואונדער אויסגעשטעלט. האט היינט מאכי א שיעור, אפאר דאלער, און העכסט וואוילע קינדער, און אידענטיפיצירט זיך שוין אלס ר' מרדכי.

---

אויך יואלי'ן האט מען די פריידיגע נייעס איינגעמאלדן אז די מוטער האט זיך געפרוכבארט. יואלי האט שוין באלד בר מצוה אבער האט פון גארנישט געוויסט. מיס נויאוויטש זאגט אפילו נישט איר כלה מויד אויס אז זי איז טראגעדיג קע"ה. א גאר פארפּאנצערטע אטמאספערע הערשט אין דעם נויאוויטש שטוב.

חלומ'ט קיינער נישט אז די טאטע מאמע זענען עפעס מער ווי לעבנס באגלייטער.
די מאמע'ס טושנדע געשטעל איגנארירט מען ווי א בחור'ל ביים היטש פלאץ.

מעג עס רעדן פון זיך אליינס,
ס'עיקר אבער אז מ'רעדט נישט דערפון. מיס נויאוויטש רעדט נישט.

---

א בהלה טוט זיך אפ א זינטאג אין מיידל קעמפ.
לאנגע קאראוואנען שלייכן זיך שווער אריין און ארויס דעם זאמדיגן באגעגונס ארט. פּעסי לעקט א פאַקסי אויף די גראז מיט פריינדינעס ווען זי הערט פלוצים איר נאמען אויפן מייק. די פאטער, הערשל, איז דא מיטן ווייב, וואס זיצט אויסגערישט דערנעבן; ווי א מאדאם ביי א לוויה.
א ספעציעלע ווארדראובּ האט ס'פרוי אוּדי, אוועקגעלייגט פאר דעם פארמאַלן באגעגעניש.

פּעסי'ס ברוין פארדעקטע פיס לויפן גיך אראפ דעם פארנומענעם בארג, מיט א יונגע אפשפרינג. חלומ'ט זיך קיין פערזאן אז אונטער אט דעם אויסגעשלאגענעם בלאסן געזיכט איז א מויד פארשטעקט,
אנטפלעקן וועט זיך א שיינהייט צום יום החופה מיטאמאל.

אט באלד, אין א קארגע חודש צוויי, קען זי ביסלעכווייז אנהייבן די ליפן גלאנצן אויף א קאזינע'ס א חתונה, די באקן פארויטלען צו א חבר'טעס וואָרט, און די אויגן ענדליך פארבן צום אייגענעם תנאים.

נאך א העכסט פארמאלע באגעגעניש ביים צוים, שלייכט זיך די ס'מיידל אריין אונטער א זיץ ארויס פון קעמפ, קויפן ראגעלעך.
אוי וועט די העד-אוידי ברויזן אויף דעם אקט. טופּען וועט זי מיט איר פרומע לאפעס, און א שארף זידל ארויסברומען פון אונטער די קעזיגע ציין.

"די רישקע" פלעגן איר די מיידלעך רופן. א הויכע פרוי מיט א שטערן טיכל, און א מענערישע שטומע, פלעגט זי סימפאטיעלאז טרייבן די מידע און לעבעדיגע צום שלאף מיט שעפערישע קנסות און מעטאדן.
ס'האט זיך פון איר אומגאנג דערקענט איר שווארץ בליק אויף לעבן און איר מאנגל פון באדייטענדע ליבע.

---

אזוי מענעריש ווי ביי די מוידן האט אויסגעקוקט, איז ביי די בחורים א שפּאן אוועק, א פארקערט בילד געווען.

אין די געדעכטעניש פון די וועלדער זענען בלאנד און ברוין נאקעט געשטאנען און זיך געהאלזט פאר אן אייביגקייט. נישט אלע. די ערליכערע זענען נישט דורכגעפאלן, אבער שטענדיג מיט דעם תיקו פארבליבן צו זיי האבן דערמיט דערלייגט אדער פארדינט.

שטעלט זיך אויס לפנים אז זיי זענען גוט אפגעקומען מיטן בלייבן ביי די גמרא אין א פלאם מיט תאוות ווארים די יעניגע פון וואלד, מיט די גרויע האר און פארוואקסענע קערפער, ווילן היינט פארגעסן פונעם ווילדן יונגט, שפאצירענדיג אראפ בעדפארד עוועניו מיט די נחת'לעך צו די זייט, א לשנה טובה נאכט.


און די אינגלעך אין קעמפּ, וואס האבן דען געהאט.
אין א באראק אהן לופט, אויף פארדארבענע מאטראצן; אויסגעפלאַכט און אויפגעפּראלט פון פינף יאר שלאף, האט מען די הייליגע קינדער פלאצירט.
אין די פריע פארטאגס שטונדן האט דער מאנסטערישן ווייאברירער-אלארם, דעם נעבעכדיגן כתה' ו' אינגל, א מידער אין די לופטן געווארפן, ביז דער 'ערבך ערבא צריך' איז אריינגעקומען קיצלען און עפענען דאכנענס.

האט מען דעם איינעם פעטצאו לאַקער פארמאגט, און א טראסק דערפון געמאכט. קונצליכע שניצעריי, שלעסער און העקעלעך, מלאכת מחשבת, האט מען אין איר אריינגעבויעט. פלאצירן דערין האט מען די פינף דאלארדיגע קאובּי העדפאון'ס, א פּאר בעטאריעס פארן רעקארדער, און א שפריצער פאר די ברילן און סידי'ס.

אזוי הייס ווי ביי די נאכט, אזוי קאלט איז אינעם חדר-טרעילאר געווען, ביים קאלטן מלמד, וואס האט בלויז מיט שטרענגן געוועלטיגט. זענען די קינדער איינגעשלאפן מיט שפייאכץ אויף די געבינדענע גמרות, פון די טאנען ווייס ברויט אין די קליינע בייכער און די רואיגע גערויש פון די הויכע ביימער, ביז א פראסק האט דערוועקט צו מיטאג.

---

דאנערשטיק שפעט אויפדערנאכט, ווארטן צען זויבערע קינדער אויף א בעט אינעם פרוזדור פונעם הילצערנעם כאטקע, ווי עס גריזשעט א קליינעם עיר קאנדישאן אנגעלייגט מיט טויטע פליגן, די טאטע זאל זיך שוין מיט די אייער באקסעס פאר שבת באווייזן. אפילו מילך אויף מארגן ברענגט מען פון שטאט.

ענדליך הערט זיך א זעץ אויפן פליג-שיצער טיר. פארפרעמדעט שפירט ער זיך פון די צושטרויבלטע קינדער און פוילע ווייב, וועם ער ווארפט אזא גרימאס'ל צו, מיט א שטיקל פארהאלטוג פארן האבן א רואיגע וואך - אינדערצייט וואס אים האבן צוויי חברים אויסגעמיטן פאר א נאכט פארברענג, דורכאויס דעם לאנגן עלנדן וואך.

צומארגנס, פארט מען אביסל חלה און קנויטן קויפן, צו דעם איינעם געשעפט פון איבער די גארער קעטסקילס. פון נעפּאנעק ביז פיאלקאפס שלעפּט מען זיך פאר א פיצאַ, און דעם לאנגן ליניע ווארט מען אויס מיט רואיגקייט, אהן א קאמפיוטער, צופרידן גענוג.

א פארגאנגענהייט אין צייט,
א גאלאפּ פון מיר ווייט,
א נאסטאלגיע טאל,
דאס לעבן פון אמאל,
ריין אין מיין זיכרון,
דאס קאנטרי פאָרן,
מעלה און חסרון,
פון אמאליגע יארן,
ת.נ.צ.ב.ה

-----

אט אט קומט מען שוין אן, די אומוטיגע קינדער מאכן זיך נאריש פון פרייד אין זייערע האקעלע הערצער. אבער ביים פארדעשטן זיץ איז אויך די שטימונג פיווערדיג. יודא לייב'ן כאפט שוין א שארך טראכטענדיג פונעם באגעגעניש ס'ערשטע פרייטאג צונאכטס. רויזי פאַרעכט זיך די שייטל אין שפיגל, און לייגט צו נאך א לעיער אויף די מאַראָן ליפן הארט ביפארן זיך אריינציען אינעם קאלאני.

א וואויל פארפאלק זענען די יאקאבאוויטש'ס. פאר צען יאר צוריק וואלט זיך קוים געחלומ'ט ווי אזוי ס'לעבן וועט זיך זיי אויסשטעלן.

פלעגט יידל אין אפּטע שוהל מיט תנוקות אפּזיצן, אין די פריע נאכט שטונדן, מיט א פארעווע קאווע, און אפשמועסן זיין פינף און דרייסיג דאלער איבער א צופּיצלטן פאום קאפ.
היבש אפאר מאל האט אים ס'אינגל פארויטלט מיטן אויספלאצן אין א הילכיגן געלעכטער אזש ס'גאנצע קאווע האט זיך אויסגעגאסן. איינמאל און נאכאמאל זענען ביידע געלאפן כאפן טישו'ס פונעם האלטער ביז מ'האט די שאדן מצליח געווען צו שטיקן.

ביי רויזי איז אויך נישט צו רויזיג געווען די אומשטענדן. טראגעדיג מיט א דריטן איז זי ביים בּיגל-בּרעט אינעם קאלאמענטי קיך אפגעשטאנען, וואשענדיג וועש, און ביגלענדיג יידל'ס בראכסאוני העמדער. פונעם איין צימערדיגן אפארטמענט האט מען אין די לאנגע שבת נאכמיטאג'ס פון פענסטער ארויסגעקלאצט, קיין מאנהעטן און אירע וואלנקארצער, פאר אן ענפער צום לעבן.

בלית ברירה האט דער חשובער יודא לייב, די משפחה אראפגעלאזט און זיך מיטאמאל א בעלעבוס דערקלערט. שטילערהייט איז ער אין קאר אפגעזעצן ביז די שפעטע נאכט שטונדן מיט א צוקראכטן טאבלעט, וועבענדיג א פרנסה.

ארויסגעשטורעמט האט ענדליך רוזי פון איר געצוימט לעבן.
דעם אויליגן שייטל האט זי אויפן צולעכערטן שייטל קאפ פארלאזט און פארשידענע נייע סטיילס געלאזט שניידן, פאר טעגליך און חתונה עקסטער.
"שי ביקעים בעטטער" האט מען אונטער איר זיך געשושקעט.

פון די טרייסטע קליענטן ביי קלעיד און וואָפּיס איז רויזי געווארן. קיין ווינטער שוך האבן די קינדער, פסח מער נישט געטראגן און קיין מאנטל פון געשוויסטער מער נישט גע'ירש'נט.

ביז א קורצע פאר יאר, האבן די יאקאבאוויטש'ס, די באשיידענע עלטערן צו א לחיים געלאדענט, אינעם נייעם בלאסן דירה אויף סקילמאן.

זענען זיי נישט די איינציגסטע דא אזוי אין דעם קאלאני.

א שיינע צאל אינגעלייט האט זיך ס'לעבן א דריי געטוהן אומגעראכטן. אברהמי גאנץ'ס מזל האט ממש אין קאוויד צייטן אויפגעשיינט.
שוין א שטיק צייט וואס דער פלאטשיגער אברהמי האט זיך א נאמען ערווארבן אלס 'בעלעבתיש'.
אין זיין קליינעם שוהל ביים קארנער האט ער שוין איטליכע מאל נר למאור און שלש סעודות געשאנקען.

שטעלט זיך אויס אז דער אברהמי האט זיך אויך אויף עמעזאן טאקע געבויעט. זאגן זאגט מען ער פארקויפט פלאסטישע קאנטעינארס, הייסן הייסט עס אז ער האט דעם ביזנעס פאר פערציג מיליאן פארקויפט.

בלילה ההוא - פון יענעם נאכט אָן, איז ער אן אנדערער מענטש געווארן.

פלעגט דער אברהמי אמאל אפזיצן ביים ליינען אינדרויסן, שעפּן הערינג שטייעדיג, פלוידערן הויעך וועגן עשירים און ביליגע גאסיפּ. הייזעריק איז ער געווארן ביז איינער האט אן אויער צוגעלייגט צו א מיינונג זיינער.
מיטאמאל, איז ער ביי די קארגע דרייסיג אן איש מכובד געווארן. גרויסע רביים שמייכלען צונעם, עלטערע געלטגייער זאגן ער האט א זעלטן הארץ, און פיפיגע אידן באלעקן זיך מיט זיינע גוטווערטער. קוקט ער זיך זעלבסט אויך אנדערש אָן. פּאסט אים מער נישט גרויסע שטיקער פון זיין פארגאנגענע אויפפירונג, וואס ער וואלט געקענט באשטיין צו מעקן פונעם געדענקעניש.

אבער אזוי ווי אברהמי האט דעם פרנסה פראגע געלייזט, האבן פארשידענע לעכצענישן אנגעהויבן עגבערן. שמעקט אים מער נישט ס'איבריג הענגנדע פעטנס איבער זיינע האריגע קערפער, און ס'ליידיגקייט פון אינעווייניג.
הויעך איז ער נישט, געבויעט אוודאי נישט, געלערנט אינגאנצן נישט. שפירט ער א געוואלדיגן דראנג און מעגליכקייט איצטערט זיך אפצוגעבן מבית ומחוץ.

אין הייסע אונטערוועש ליגט ער איעדן אינדערפרי אויף די פריש באנייטע מארבל פאדלאגע, מיט א פריוואטע טרענער וואס העלפט אים הייבן א לאפּע אינדעהייעך.

אזוי אויך צו תורה האט זיך ווילד גענומען. מיט א בלויע גמרא שפאנט ער אראפ די א.ג "האמינגבירד" קאלאני ראוד, קיין בית מדרש לערנען, מיט א כאניאק פאר א באצאלטן חברותא.

אבער גארנישט האט זיך אזוי ווייט געטוישט ביי אברהמ'ל - ווי ער לאזט זיך היינט רופן, ווי די גרימאסן זיינע. פארשוואונדן איז דער אמאליגער ליסטיגן שמייכל, און ריקן וואס מ'האט געקענט א קלאפ טוהן. מיט א וויכטיג אנגעצויגן געזיכט קען מען נאר אברהמ'ל טרעפן. דער אדעלמאן איז ערנסט.

ווען א בחור'ל פרעגט אים צו ס'גייט זיין נאך א מנין שאקלט ער אזא שטייטע בלית ברירה'דיגן 'יא' - ווי צו זאגן "יא אבער מיך פרעגט מען נישט".

-----

אט אין דעם קאנטרי האט זיך אויך נטע א הייזקע געדינגען, פארן ערשטן האלב.
מאנכע וואלטן געראטן ליבערשט דינגען די צווייטע האלב זוממער, ווען מען ווערט שוין באפרייט פון די נאכאנאנדע שטרויכלונגען - די טרויעריג בארימטע (פ"נ פּאָן) עסנלאזע און שווימלאזע טעג וואס לאזן נישט הוליען רואיג.

צווייטנס, וואלטן די זעלביגע מאנכע געזאגט, וואספארא טעם האט דען די ערשטע האלב אויב ווייסט מען אז דערנאך איז מען צוריק איזאלירט מיט די ראַטן אין ברוקלין, אבער נטע איז צופרידן מיט וואס מ'געט אים. פאקטיש האט עס אים די שווער געדינגען, אנדערש וואלט ער בכלל נישט געפארן, און זיכער נישט צו אזא פארגעשריטענעם קאלאני.

מיט אומגעפער ח"י יאר צוריק האט מר. בערקאוויטש, א פארמעגליכער איד מיט א הערליכע שטוב, אפירגעקליבן נטע - דער באמבע פון קאמעניץ.

א בחור וואס וועט "בלייבן זיצן און לערנען" האט ר' הערשל דעם שדכן טורענהיים - וואס האט אים דאס טריי אפירגעזוכט - אנגעזאגט.

א פיינער אינגערמאן איז דער נטע ווירקליך, וואס האט שוין אלס יונג בחור געשטרעבט צו וואקסן א בן תורה.

אין הויכע שווארצע ספרים האט זיך דער יונגער בארדלאזע למדן דעם נאמען און דאטום אריינגעשריבן, פארבאטנדיג אנדערע דאס צו נעמען אן רשות.

נאכן אפליינען א צאל קאלירפולע ביכער און איבערגעטריבענע ביישרייבונגען איבער די גדולים און זייער לעבנסגאנג האט דער חסידישער נטע'לע דעם ליטווישן שטייגער אינגאנצן אדאפטירט און בלויז מיט תורה זיך אינדענטיפיצירט.

ביי די קנאפע פופצן יאר האט ער דעם סדר מיט א שיעורים מעסטער באשיינט אויסרעכנעדיג דעם שטיקל כזית לויטן חזון טיש.

---

ס'ערשטע יאר לפרט קאנטרי האט דער שווער ס'ניי פארפאלק מיט די שווערע גארמאנט-בעגס ארויסגעברענגט, פארן עולם ווייזן.
"א תכשיט פון א אינגערמאן" האבן זיך די קאנטרי-לייט אויף אים אויסגעדריקט.
אין די שווערע היצן איז נטע מיטן ראזשאוואלקע און א מקראות גדולות'ל ביי לכה דודי געשטאנען. געטאנצן און געוואקלט האבן די האָר פונעם עכטן שטריימל ביים כגוונא התלהבות.

האט נטע די ערשטע פאר יאר פון א זיס לעכטיג לעבן גענאסן, ווען ס'ווייב איז ביים פאטער געווען איינגעשטעלט און ער האט זיך אין פלעטבוש געפלייסט, אין א פענסי כולל.

טעגליך איז מען אינעם אלטן ווען אנגעשטאפט מיט סמעטענע מענער, אפגעפארן אויפן טאג מיט די סאלאטן, און זיך געספראוועט בלויז מיט לעבנס פראגעס א שטייגער ווי קדשים אדער איזהו נשך לערנען.

קוים האבן זיך נטע מיט רייזי אין שנה ראשונה געזעהן, צווישן איר לויפן מיט די פרישע שבע ברכות קליידער צו פריינדינעס מזל טוב'ס און זיין נאכט כולל סדר. אפילו שבת מיטאג האט ער זיך מיטן חברותא אפגעשמועסט.

אבער פון די רייכע ידיעות אין הלכות נדה איז אים אבער קיין סאך נישט געבליבן צו פראקטיצירן הלכה למעשה.
צו צעהן חודש האט ער א אינגעלע אין דעם פינסטערן וועלט אריינגעברענגט, טיילענדיג ביר אויף א ווינטער נאכט. די אנדערע פיר זענען נאכגעקומען שנעלער ווי די צאל סיומי מסכתות וואס נטע האט זיך געראכטן.

געבליבן זיצן איז נטע איבערהויפט. לערנען קומט שוין אבער אן שווערער, זייענדיג פארנומען מיט פאמיליע אנגעלעגנהייטן, ווארים דאס לעבן'ס גאלאפירנדע אנטוויקלונגען בייסן ביסלעכווייז אראפ פון אלע זייטן.

פארסאפעט איז דאס לעבן ביי די כץ'לעך. צופרי דארף מען זיין הילף, און ביינאכט כח.

ס'פארמוטשעט ווייב'ל פאדערט ענדליך נטע'ן צו שטייגן אינעם דערנעבנדיגן אומגעגנט און לאזן די ווייטע כוללים פאר די יונג-שטרעבנדע לומדים.

טרעפט ער זיך לויפן, בין סדר לסדר, מיט וויגעלעך צו מיטאג באסעס, און האנטוך צו אלטע וואנעס. פארשטעלטע בּעקער און כהנים פון דריי יאר נעמט ער באמאכטע און וויינעדיג פון באס אראפ.

שווער קומט אים שוין אן זיך משלים זיין אין די שבתות. פרייטאג האבן די אומשטענדן אפיציעל דערקלערט זיין טאג. נעמט ער ארויס די קינדער - א דובּל קעריזש מיט צוויי קריכעדיגע, און שלעפּט זיך א פארסאפּעטער ארום, צו די פארנומענע געשעפטן, בארואיגענדיג א צווייטן קינד יעדן עק גאס מיט שווערע סטראשעס.

די שיינע לעבנסלענגליכע דירה וואס די פארפאלק האט באקריגן צום הייראטן, איז אויך מיטאמאל ענג און אויסגעדינט, גענוג אויף קיין מנוחה דערין נישט צום געפינען.

קומען אלע פראבלעמען אבער נישט צו צום פרנסה פראגע. אויף שפעזן האט דער שטאלצער שווער שטארק נאכגעלאזט. ס'ווייב מאכט קוים עפעס צו דעקן און די בודזשעט שטייגט ווי א טאג.

ס'ווייב וויל אסאך, זי איז דאך א בעלעבתישע פון אפשטאם. נטע זעלבסט וויל אויך מער. קומט ער גראדע אויך אריגינעל פון א שטיקל בעלעבתישע שטוב. זיין באבע איז א געווען פון די גאר נאנטע ביים רעבעצין אלטא פיגא ע"ה.

א שיינעם טשילאר הענגט נאך ביי די כץ'לעך משנים קדמוניות, ווען די צוויי מחותנים האבן זיך מיט שטאפיר פארמאסטן. פּאפּירענע שמעקערס ליגן אריינגעשטעקט ווי אימער. א לינען קלאזעט האט ער איינס און אזאלכעס, און אויפן זילבער שאפע זעהט זיך נאך אן אפצייכענונג פונעם מעגא סיט-דאון תנאים וואס מ'האט פאר דעם תורה'דיגן פארפאלק אפגעראכטן.

אבער אין ווירקליכקייט איז נטע א פולשטענדיקער ארעמאן, וואס איז קנאפ מסתפק במועט. אזוי ווי ער גלייכט דעם בלאט גמרא, אזוי האַסט ער דעם 'אין קמח'.

איבערהויפט עגבערט נטע'ן די עלנדע זוממער'ס אינעם פארלאזטן שטאט.
ערשעפט פון היץ און לאנגווייליגקייט וואַכט ער די נעבעכדיגע הויזגעזינד, אויף די גרינע בענק אין די שטאטישע פּארקס, אינדערצייט וואס זיין גליקליך פּאָר לויפט פון ספרינקלער צום מאנקי בּאַר אריינשטופּענדיג שטיקלעך פלייש מיט געוואלד פון א רויט פארפלעקטן קעטשאפּ טעלער.

א פעשליך און באוואקסענער נטע קומט צוגאסט צום שוויגער אויף שבת נחמו, פינף יאר נאך די חתונה.
אויסער די שטריכן געוועזענע יופי אינעם אויסגעוואַקסענעם שטריימל, זעהט זיך אבער נישט קיין שפּור פונעם פארגאנגענעם תכשיט.

שבת מיטאג שפארט ער זיך דאסמאל יא אן, און שאקלט מאָכעלע אױפן סווינג, יונה'לע אויפן גליטשער, ביים זין אונטערגאנג.
איז ער נאכאלץ פון די עשרה ראשונים אינעם קאלטן שוהל ביפאר מנחה מיט לאנגן טלית קטן איבער א גרויסן שולחן ערוך, אבער דער חלום פון וואקסן א תלמוד חכם איז קענטיג אריינגעלאפן אין פארשידענע שטרויכלונגען.
איז גאנץ קלאר אז א גענצליך אנדער פלאן האט דיך דעם נטע'ן אויסגעשטעלט.

זענען די שוויגער עלטערן מיטן טאכטער א שיינעם טאג צום החלטה געקומען אז טרעפן א פּאָסטן, ערגעצוואו אינעם תורה פעלד וואלט כדאי געווען.
איז ער א שטיקל שואל ומשיב אין א ישיבה קטנה געווארן.

די שטוב האט אויפגעשיינט מיטאמאל. די מאגערע פרנסה קוואל האט ס'ווייב עטוואס בארואיגט און ביי די משפחה האט מען ווידעראמאל גערעדט פון 'נטע דער מגיד שיעור'.

נטע'ן זעלבסט האט אויך דער פאזיציע באפרידיגט. דעם כולל באנק האט ער געלאזט פאר די שׁנוקעס מיט די כאלאטן, די פּיסטע נאכטשטונדן צו פאָרקוקן ענדליך
געניצט, און די שטורעמישע 'אויפטוהן' געפילן באראיגט דורכ'ן רעדן צו בחורים און געבן הדרכה.

אלנפאלס, אזוי ארום האט זיך א שטיקל מגיד שיעור'ישע לעבן פאר די כץ'לעך אוועקגעשטעלט. בעלעבתיש אויף א בכבודיגן שטייגער, אדער פארקערט. האט די באבע פון ליטל פילאו אויסשטאפירט, די מאמע פאר די שמחות אויסגעקליידעט, די זיידע די ברית'ן באצאלט, און דער פאטער די טעקסעס געפיילט. און היי יאר, מיט א געזונדל פון זיבן און ערוואקסענע אין שטוב האט די שווער באשלאסן זיי צו דינגען א זוממער היים פאר א האלבן זוממער.

----

אויף דעם גור'לדיגן דאנערשטיג אויפדערנאכט שלייכן זיך די כץ'לעך אדורך די צוויי מייעסטעטישע צוימען פונעם באנייטן 'גרינמאונטאן' קאלאני.

די קינדער שפרינגען ארויס אין אן אטעם און טאנצן שוין אויפן טארעסע פון/מיט עקסטאז. פון די הויעכע שיפע דאך קענען זיך נישט איבערקומען. "א געהעריגע האטעל!" שרייט דער צוועלף יעריגער מיט די פריצייטיגע שווארצע וואנצעס.
נטע זעלבסט שפירט אויך ווי אין א רעזארט. די גרויסקייט, פלאנצונגען, און ריזיגע שווימבאסיינען, איבעראשן זיינע פשוטע השגות.

"טאטי קוק א Q8" שרייט דער קליינער וואס ליגט אין קארס - מיט א פארשלאפע שטימע און צושטרויבלטע פיאות "און זעקס BMW's א רייכע קאנטרי זיכער!".

נטע באמערקט גוט די לוקסוס וואס גיסט זיך אומעטום. די שטיינער אויסגעפלאסטערט ארום די ווילאס, גרויסע מולטי ברענער וועבּער גרילן, פייער גרובער, לעקטער אלע ערליי, און טענענהאלץ קיך.

די כאראקטערס האט ער נאכנישט באגעגנט אבער ער שפירט שוין פארפרעמדעט און ווייניגער פילייכט, מיט זיין מינימאלע שטייגער.

די הערליכע בעקיטשעס קומען זיך ענדליך צוזאם פרייטאג צונאכטס, יעדער שושבינין אויסגעקליידעט, און די קינדער מיט די מאשני'ס, פאסיקלעך, און ווייסע הויזן. א באשיידענער נטע שפאנט אראפ די נאסע געל באלאכטענעם געגאָסענע פּעך, וואס שלענגלט זיך צווישן די הויכע דופלעקסן.
א געשמאקן ווינטל בלאזט זיין בארדע און די גראזעלעך, און אן אינערליכע פרייד, ווי ביי א ווינטער פרייטאג צונאכטס, באנעמט זיין עלנדער זעהל. "אַהה די לופט דא" דריקט ער זיך אויס א צופרידענער.

אונטער א דערהויבענעם גייסט קלויבט ער זיך א חסידיש ספר און פלאצירט זיין איידעלען געזונדל אויף אפאר שמאלע טישן.

א קלאפ אין ריקן צוטרייסלט אים פון זיינע געדאנקען. "שלום עליכם אינגערמאן אפשר גייסטו צו" געט אים דער גבאי א ווארימע האנט. "ווי הייסט א איד? אה הרב כ"ץ פשש... קוקט אויס ווי א חשובע גאסט, רב כ"ץ העט צוגיין יא?" שרייט ער אויס צו א טיש פיל מיט צושפאלטענע פּאפּיטעס און פּראסטע לייט.

פארמאגט גראדע נטע דירעקט א שיינע שטימע און גלייכט ס'דאווענען, שמעקט אים אבער נישט זיך ארויסצוגעבן מיט א דאווענען. אז מ'וויל אים דווקא הערן, קען ער פילייכט א שטיקל שיעור זאגן, צו א ווארט ביי שלש סעודות, אבער נישט סתם א תפילה.

"וועמענס איידעם ביסטו" פרעגט אים א לעבעדיגער גרויער איד נאכן דאווענען. "בערקאוויטש? אהה כ'קען גוט דיין שווער. דעיס אידעך אייזיק'ס איידעם" צייגט ער נטע'ן פאר א צווייטן. "האסט געקויפט דא?"
"עה, געדינגען פאר א האלבן זוממער.. מ'דארף דאך אביסל ארויסקומען.." ענפערט נטע מיט א שמינית קאמפלעקס שוין.

דער עולם שמועסט אפ די וואך'ס געשעענישן, פאליטיק, ביזנעס, און ווער ס'האט וואס געקויפט.
אן איזאלירטער נטע ניצט אויס דעם געלעגנהייט צו מעביר סדרה זיין. א זעלטענעם תענוג איז ס'מעביר סדרה זיין אין די פרעמד אויף נופש, א מעגליכער אינהאלטרייכער ערשיינונג פאַרן רעטעניש איבער מענטשהייט'ס באדייט און קירקוגארד'ס פלאגעניש.

גייען אלע אהיים צו די הייליגע, פעטע, מאיסטעטישע סעודה'ס און ווארעמע גוט שבת'ן, אבער ביי דעם נטע טוט זיך א געטומל אין הארץ. אינערליכע אומזיכערקייטן שטורעמען מיטאמאל נטע'ס אייזערנעם פארהאנג - א דאנק דעם סאציאלען קאנטרי דורכגאנג.
קען ער אפילו נישט אינדענטיפיצירטן די געפילן גענוי, וואס ראבעווען אים די חלה אפעטיט, און מוחין צו קידוש.

נטע איז בכלל נישט צו באהאווענט מיט די אידענטיטעט אנגעלעגנהייטן. יארן פירט ער שוין א זעלבסטזיכערן לעבן, אָן זיך ספראווען מיט פראגעס א שטייגער ווי "ווער בין איך" אדער "וואס וויל איך". איצטערט פאברענגענדיג מיט אנדערע סארט מענטשן, שפירט ער א נאטורליכע דראנג צו פעסטשטעלן זיין וועג ביי זיך, און מוטשעט.

'פילייכט איז דער פלאץ פשוט נישט געאייגענט פאר אן ערנסטער מענטש' פרובירט ער די געפילן אין קאפ ארונטערשטופן, אבער אן ערפאלג.

גאנץ שווער האט עס נטע די לעצטע צען יאר. טעגליך מוטשעט ער זיך צו דעקן דעם אסטראנאמישן לוקסוס-פרייען לעבנס דעפיציט, מיט א קנאפע פרנסה, שטענדיגע זארג, און הילף פון אלע זייטן.
פארגעס פון פארגינען זיך אדער די קינדער עפעס עקסטערס, צו אפאר טאג וואקאציע מיטן ווייב. די פריקן שלש רגלים קען ער נישט דעקן.

פון זיין גרויסן בחור טראכט נטע, וואס ער נארוואס אין קעמפ אפגעשיקט מיט אלטע גאטשעס און אפּאר בּראוני בּארס, אין א מילך קעסטל, אויף אן ענדלאזן הייסן באָס, טאקע ווייל ער די זיבעציג דאלאר גאזאלין געשוינט.

האט אים קיינער קיינמאל געצווינגען דעם ארעמען ארבטייל אויסוועלן, אפילו נישט זיין מזל. נטע זעלבסט גלייכט דעם תורה יאָך איבער עול הפרנסה.
חיי עולם האט נטע געקליבן, און ארבעט קיינמאל אין באטראכט גענומען.

פון יונגווייז אן האט שוין נטע באשלאסן צו וואקסן בלויז א 'בן תורה' - דער אינגערמאן וואס די מגידי שיעור, מחנכים, און די עלטערן וועלן ווייזן און זאגן כזה ראה וקדש. אט דער איז א ווערדיגער בחור.
איז ער געשעצט און געריהמט ביי די גארע פאמיליע שטענדיג געווען. "פאר מיין נטע'לע דארף איך סאָמטינג ספעשל" קלינגט אים נאך די מאמע'ס ווערטער אין די שדכן'ס אויערן.
און טאקע א פיינע מויד, א הויכע קלאס לערערין, "די בעסטע פון די גרעיד" האט אים ווירקליך מקדש געווען.
געטשאטשקעט האט זיך דער שווער דער חנווני, מיטן חשובן אייטעם, און געצייגט פאר גוטע און שוואכע אידן צוגלייך.

אנטשלאסן איז א יונגער נטע שוין דאן געווען נישט אראפצולאזן זיך און זיין וועלט ארום. מעג דאס לערנען נאכלאזן און די קאסטנס ארויפגיין, אבער פון א פאך שטייט ער ווייט, און א בן-תורה פארבלייבט.

אין אמת'ן האט ער שוין מער ווי איינמאל געטראכט אז דער צושטאנד טויג נישט. ס'ווייב איז אים שטענדיג אויסגעמוטשעט און איבערגעפלייסט פון ארבעטן און מאַמענען אויפאמאל, און ער שפירט ווי זי האט זאגאר דעם רעספעקט פאר אים פארלוירן.

אפילו פון זיין גרויסער פריידל, די כלה מויד, באקומט ער דעם געפיל אז זי גלייכט נישט דעם לעבנסשטייגער און וואלט ליבערשט געגליכן א מאן מיט פלייצעס און א פלאן.

ווי נישט ווי קען מען אים כסדר אין פארלאשענע שטיבלעך טרעפן, אין די שפעטע נאכמיטאג שטונדן, מיטן שטאפן הוט און רבינו תם'ס ארומגעוויקלט, טלית'לאז ווי א בחור, אדער עלף אויפדערנאכט מיט א גלעזל סעלצער איבער א חבצלת השרון.

ליגט ער נישט ממש אזוי אין לערנען אז ער זאל א געשעפט'ל נישט קענען פירן - וואס וואלט היבש געלינדערט די אנגעצויגקייט אין שטוב.

אבער דא אין קאנטרי איז ס'ערשטע מאל וואס ער שפירט מיטאמאל א דראנג פאר פולקאמע זעלבסטשטענדיקייט און קלערט צו וואלט ער נישט ענדערש הנאה געהאט פון נהמא דלא כיסופא, אדער בכלל מער נהמא און ווינציגער צייט.

און צוגאב צו דעם שפירט ער זיך נאיוו ווי א בחור'ל. אויסגעטוהן פון די וועלט. דינסטאג איז ער שוין פארנומען מיט שיינע געדאנקען אויף די סדרה, און דרימלט אפ א נאכמיטאג אויף א ישמח ישראל אינדערצייט וואס אנדערע מוטשען שווער אפאר גראשן צו לייזן צו קענען די זש"ק חתונה מאכן.
אט באלד קען ער שוין אויך ס'ערשטע אונטערפירן.

א קנאפע פּאָר מאנאטן זענען די כץ'לעך אין שידוכים מיט די עלטסטע טאכטער פריידל אבער זיי הערן שוין אויס. זענען זיי גרייט געווען קיין לאנדאן איר שיקן פאר די ריכטיגע, און ביי פרישוואסער זיך געלאזט אנטראגן. האט אבער דער שדכן איינגעמאלדן "נישט אינטערסאנט פאר יעצט". זענען זיי "צו אונגאריש" פאר די פרישוואסער'ס, צו בעלעבתיש פאר די פארהאנד'ס, און נישט פאסיג פאר די שלעזינגער'ס.

עטוואס אנגעצויגן איז שוין ביי די כץ'לעך צוליב דעם קריזיס. במסורה האבן פון זייערע עלטערן אז א טאג נאך אכצן, דארף מען שוין איינרייסן. א חשד האבן זיי אויך אז דער פריידל טראגט א נאמען פון 'א בעסערע שמעקער'. "ווער וועט איר נעמען" טראכט די מוטער אויף איר געלעגער ביים צווייטן אשמורה.
דער שווער זאגט אבער, נישט איינגיין אויף עפעס ווייניגער ווי פדווא אדער כאטש וואס תורה וגדולה'דיג.

מיד איז ער שוין, נטע, פון זיין קרויאזן שווער. באמת איז זיך דער שווער אויך ווערד ס'געלט - וואס ער געט נישט. 'פונקט ווי פרעה' טראכט נטע, צוגעזאגט א דירה מיט האב און גוטס פארן לעבן, און אים פארקנעכטעט תחת כנפי השכינה.



----

א פרישקייט דערוועקט נטע'ן שבת אינדערפרי. מיט א שאַל קאווע זעצט ער זיך אונטערן זין, איבער א גמרא. א געוואלדיגע תענוג שבת איז פארשפרייט אין די אטמאספערע פונעם געדינגענעם ווילא. אריין און ארויס דעם סליידינג טיר גייט ער פאר קאווע און ספר און לערנט מיטן בחור'ל הויעך אויפן קול ביז זמן שחרית.

אזא דאווענען, ווי ביי 'גרינמאונטען' האט שוין נטע געהערט, מ'שטיינס געזאגט. א האלבע עולם אנגעקומען שפעט און סיידן צוווארפן דעם תנועה'לע ביי קדושה האט זיך דער חזן גארנישט געמיהעט,
אבער אזא טיש און באנק שלעפעריי ביי מוסף האט ער נאכנישט בייגעוואוינט. יונג און אלט, גרויס ביז קליין, ווארפן יעדער א האנט אריין. דער לייגט טישטוך, דער טראגט קוגל, אפילו דער גרויער ווארפט גאפל.
טעצער טריקענע פליישלעך, נאסע פישלעך, הארטע גאלע, און קוגל לפנים משורת הדין, ברענגט מען אריין, און ליידיגע עליטע ברוינפן באטלעך טראגט מען ארויס.

מיט אן ערנסטע מינע, גייט נטע פאַרן ראזשאוואלקע באלד נאך אנעים זמירות, "דאס איז נישט פאר אונז" האלט ער דעם קליינעם אפ.

האט מען זיך ביינעם איינגעבעטן.
אברהמ'ל גאנץ, דער גביר אליינס, האט זיך צו אים געוואנדן און געזאגט "וואס בלייבט איר נישט מאכן קידוש".
איז ער געבליבן, געגעסן, און א לחיים געמאכט, עטליכע מאל.
"וואס בלייבט 'איר' נישט מאכן קידוש" קלינגען אים די ווערטער אין די אויערן. דער אברהמ'ל שעצט אים ווארשיינליך, שמעקט נטע'ן.

דער אמת איז אז אברהמ'ל איז טאקע שטילערהייט פון דעם נטע אנטציקט. אן איבל באנעמט אים שוין פון זיין אויבערפלעכליכן לעבנסשטייגער און זאפּאסן פרעס און שוואוילטאג וואס ער ריקט אריין א יאר.
פון איין באַל צום צווייטן נאגט מען א חיות, פון איין תאווה צום צווייטן א באדייט, געלט אן איינעם אמביציע ביז מ'קען שוין נישט עפעס אנדערש, די טעג א שווינדל פון געשעהנישן אז ס'געדענקט זיך גארנישט דער נעכטן היינט, און די געברויכן אהוי - אין לך יום שאין תאותו מרובה מחברתה, יעדן טאג ברויך מען און וויל מען פרישע און גרעסערע זאכן.
"אט האסטו א חשובע איד", טראכט ער אויף נטע - דער מגיד שיעור, און זיין פאמיליע. דאס זענען צופרידענע מענטשן וואס ברויכן גארנישט.

אזוי זיצענדיג ביים פארברענג, צווישן די הויכע געשרייען פון זויפער, נשמת געזאנג, און אנדערע אויסגעדראשענע קידוש לידער, עפנט זיך נטע אויפאמאל, אונטער די שוץ פון אלקאהאל.

"דאס איז דיין בחור?" פרובירט ער מיט אברהמ'ל א שמועס.

"יא דאס איז מיין עלטסטער" באשטעטיגט א קענטליך שטאלצער אברהמ'ל
"ער לערנט אין אלכסנדר - ביי ברוך'ן. יעצט געווארן אכצן".

"איך האב אויך א מיידל יעצט"

"אפשר זעמיר זיך משדך"
פליהט פליצלונג א בייזן שגגה פון נטע'ן ארויס.

אברהמל ווערט פארויטלט, נטע ווערט בלאס און א צווייטער שמועס פארמירט זיך שנעל.
האבן ביידע אבער פון דעם כמו שיכור'ן שמועס נישט פארגעסן, און א פלאם צינד זיך ביי די צוויי קאנטרי לייט אָן.

טרעפט ענדליך נטע, דער תורה'דיגער ארעסטאנט, א וועג ארויס פון דעם האפענונגסלאזע לאגע מיט א מחותן א גביר וואס וועט אים און די פארפאלק באקליידן און באגילדען און מעגליך זאגאר די צווייטער האלב זוממער באצאלן. נישט אז נטע איז געלטגייציג, אוודאי פארקוקט ער נישט אויפן קרן. פונקט הערט ער אז דער בחור איז די בעסטע פון זיין יארגאנג, ועוד לקרא - פאקטיש ברויך מען דאך די נויטיגע גראשן פארן כלה ארדער ביי ווילהעלם'ס און אויף צום טייערן חופה אונטערפירן.

אברהמ'ל ווײטער קען אויך נישט איינשלאפן טראכטענדיג פון דעם בייפאל. שמעקט אים איבערהויפט דעם מחותן א מגיד שיעור. אויב קען ער נאר א האנט לייגן אויף דעם נאבעלן שטוב מיט די שיינע זיידעס, און הערליכע פעטער'ס, מיינט עס באשיינפערליך אז 'ער האט עס געמאכט'.

ביים זינטאג נאכטמאל, איבער שניצל און א פלעסטיק טישטוך, ברעכט אויס דער געראנגל צווישן די כ"ץ פארפאלק.
ארויפגאפּלענדיג א רויטן פאטעטא, פארציילט נטע די גאנצע געשיכטע, ווי אליעזר פאר לבן'ן און די מאמע.

"איך האב א חלום" זאגט נטע אויף דעם שידוך.

אבער רייזי שטעלט א גראבע פיס. זי וויל נישט הערן פון דעם פּראסטן גאנץ און זיין פרוי. "די נעבּ פון סקול איז זי געווען" פראטעסטירט זי. דאסמאל איז אבער נטע אנטשלאסן.

זאל די ווייב פראטעסטירן, די דבר יום הייבן ברעהמען, וועלן די פעטער-מומע שטוינען, און די שדכנים באגייסטערט זיין, מעג די גאס פלוידערן, די נאמען שטינקען, און דער שמייליגער שווער אויפן רויטן ים גיין. ער וויל דעם שידוך.

וואס טוט מען?
שיקט מען ר' יעקב מאיר די נעמען, צו ריבניץ א געבעט, פארט מען צו די אבות, און צום רעבין פאר הדרכה, און ס'מיידל זעלבסט טוט מען דעם אויסוואל שטעלן.

ונשאלה את פיה, וואס וויל פריידל?
תורה'דיגע אדער בעלעבתיש?

אזוי קלאפן די צוויי לעבנס באגלייטער אויף פריידל'ס טיר.

"ווער האקט אויף מיין טיר?!" שרייט פריידל א נערוועזע און שטעקט שנעל דעם באהאלטענעם אייפּאד פלינק צווישן די פאלם טייץ אריין, זאל חלילה קיינער זעהן ווי זי ראַקט צו טעילאר סוויפט'ס 'קארטיגען' בשעת'ן צאמלייגן די קינדער וועש.

אבער ס'איז צו שפעט.
דריי בלאסע מענטשן טרעפן זיך שטיין אינעם פּינקן צימער שאקירט און געפּלעפט.
נטע כאפט זיך ביים קאפּ.
"א סמארטפאון?!?" געט די מוטער א קוויטש.

א טעלעפאן קלינג האקט איבער דעם דראמאטישן סצענע. מען רופט פון ר' יעקב מאיר'ס שטוב, זאגט דער פון אנדער זייט טרייבל.
די מוטער און פריידל קוקן מיט שפאנונ און דער צובראכענער פאטער הערט פארזיכטיג צו.

מיטאמאל פארלייכטערן זיינע קנייטשן אויפאמאל און ווי דער נץ אין מדבר זיין געזיכט שיינט אויף,

"ברוך השם!!!" שרייט נטע אויס מיט א קרעפטיגן שפּרינג,

"די נעמען שטימען!"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הבל וריק אום מיטוואך יולי 27, 2022 11:19 am, רעדאגירט געווארן 8 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » זונטאג יולי 24, 2022 2:15 am

אוי ביסטו גוט! איך בין נאכנישט זיכער וואס איך האב דא צוזאמגעליינט, איין זאך ווייס איך, די נעמען שטימען...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 11:30 am
האט שוין געלייקט: 781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 976 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג יולי 24, 2022 9:15 am

איום ונורא!

עס איז מורא׳דיג ווי עס ברענגט ארויס סיי די איידיעלייזד עקספּעקטעישאנס פון לעבן ווען מען איז אינג און נאַאיוו, לעומת די פארשטאנד פון די פאקטן און רעאליטעט פון דאס לעבן ווען מען ווערט עלטער. ווי אויך סיי דאס וואס מ׳באטראכט אלס׳ן זיין סאָבּסטענטיוו אין לעבן: מאטעריעליזם/העדאָניזם ווס. ווירטוּ וכדומה - און ווי די באטראכטונג פון דאס אלעס טוישט זיך אינעם מענטש ווי ער/זי ווערט עלטער. און דערנאך די אינטערסעקשאן פון דאס אלעס. ‏(אביסל ענליך צו מיין באאבאכטונג אויף @הבל וריק’ס מייסטערהאפטן ״וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת״.)

און ווי איך האב געזאגט לגבי @הבל וריק׳ס ליטעראטור, שטימט אויף זיינע באאבאכטונגען די פסוק (קהלת א ב) הבל הבלים אמר קהלת הבל הבלים הכל הבל. און ר׳ יונתן זאגט (שהש״ר א י) אז שלמה המלך ע״ה האט געשריבן קהלת לעת זקנותו, שפעטער אין לעבן וואס איז כנ״ל די געדאנק פון @הבל וריק׳ס ארטיקל, כשקורא אדם הבל על הכל ע״ש.

און דאס סערטש פאר די ריכטיגע מיִניִנג אין לעבן איז (תהלים קכא א) אשא עיני אל ההרים [די ״בערג״] מאין יבא עזרי. ובפרט אז די ארטיקל ברענגט ארויס דעם אינקאַנגרוּאיטי, בפרט ביי שידוכים, צווישן די עלטערן, וואס זענען שוין עלטער אין לעבן, און די קינדער וואס זענען נישט אויפ׳ן זעלבן פּעידזש, און זענען אויך מער נאַאיוו. און די מדרש (ב״ר סח א) דרש׳נט אויף דעם פסוק פון די ווארט ״הרים״ צו ״הורים״. און די פסוק איז דאך טאקע פון קהלת׳ס ״טאטע״.

גאונות!

נ.ב. דאס אויספיר פון ״ב״ה! די נעמען שטימען!״ האב איך פארשטאנען אלס אַן אנטיפרעסיס צו דעם געדאנק ווי ״נטע״ וויל יעצט מער די מאטעריאליסטישע מהלך, וואס איז בעצם קעגן זיין ״נאמען״, והיינו זיין פריערדיגע שטרעבונג פון ״וחיי עולם נטע וכו׳״. און איז דאס די ״ענדע״ אדער טוישט זיך דאס ווייטער?
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4159
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 11832 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3987 מאל

הודעהדורך מונטסורי » זונטאג יולי 24, 2022 9:47 am

מתוק מדבש יעדעס ווארט! אזא אבסטראקט פיעס אויף ארט אלל אווער די פלעיס!
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 11, 2019 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 413 מאל

Re: נטע אויף די בערג

הודעהדורך הבל וריק » זונטאג יולי 24, 2022 1:33 pm

מי אני האט געשריבן:איום ונורא!

עס איז מורא׳דיג ווי עס ברענגט ארויס סיי די איידיעלייזד עקספּעקטעישאנס פון לעבן ווען מען איז אינג און נאַאיוו, לעומת די פארשטאנד פון די פאקטן און רעאליטעט פון דאס לעבן ווען מען ווערט עלטער. ווי אויך סיי דאס וואס מ׳באטראכט אלס׳ן זיין סאָבּסטענטיוו אין לעבן: מאטעריעליזם/העדאָניזם ווס. ווירטוּ וכדומה - און ווי די באטראכטונג פון דאס אלעס טוישט זיך אינעם מענטש ווי ער/זי ווערט עלטער. און דערנאך די אינטערסעקשאן פון דאס אלעס. ‏(אביסל ענליך צו מיין באאבאכטונג אויף @הבל וריק’ס מייסטערהאפטן ״וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת״.)

און ווי איך האב געזאגט לגבי @הבל וריק׳ס ליטעראטור, שטימט אויף זיינע באאבאכטונגען די פסוק (קהלת א ב) הבל הבלים אמר קהלת הבל הבלים הכל הבל. און ר׳ יונתן זאגט (שהש״ר א י) אז שלמה המלך ע״ה האט געשריבן קהלת לעת זקנותו, שפעטער אין לעבן וואס איז כנ״ל די געדאנק פון @הבל וריק׳ס ארטיקל, כשקורא אדם הבל על הכל ע״ש.

און דאס סערטש פאר די ריכטיגע מיִניִנג אין לעבן איז (תהלים קכא א) אשא עיני אל ההרים [די ״בערג״] מאין יבא עזרי. ובפרט אז די ארטיקל ברענגט ארויס דעם אינקאַנגרוּאיטי, בפרט ביי שידוכים, צווישן די עלטערן, וואס זענען שוין עלטער אין לעבן, און די קינדער וואס זענען נישט אויפ׳ן זעלבן פּעידזש, און זענען אויך מער נאַאיוו. און די מדרש (ב״ר סח א) דרש׳נט אויף דעם פסוק פון די ווארט ״הרים״ צו ״הורים״. און די פסוק איז דאך טאקע פון קהלת׳ס ״טאטע״.

גאונות!

נ.ב. דאס אויספיר פון ״ב״ה! די נעמען שטימען!״ האב איך פארשטאנען אלס אַן אנטיפרעסיס צו דעם געדאנק ווי ״נטע״ וויל יעצט מער די מאטעריאליסטישע מהלך, וואס איז בעצם קעגן זיין ״נאמען״, והיינו זיין פריערדיגע שטרעבונג פון ״וחיי עולם נטע וכו׳״. און איז דאס די ״ענדע״ אדער טוישט זיך דאס ווייטער?
א דאנק @מי אני! גוט געליינט, ווי שטענדיג, און שיין גע'דרש'נט.

איבער די פראגע צו דאס איז די ענדע: נישטא עכט קיין ענדע, און אפילו די ענדע זעלבסט איז רחבה מני ים צו ביישרייבן...
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יולי 24, 2022 3:56 pm

ער’ הבל וריק: כ’האב זיך באלעקט מיט די פרישע חמין למוצאי שבת, ושפתיים קישאק...

אז מען רעדט פון די נעמען וואס שטימען, האב איך זיך דערמאנט וואס כ’"ק דער יארמער רב זז"ג האט דערציילט אז מען געהאט אנגעטראגן זיין זוהן פארן טאכטער פונעם פילאנטראפ ר’ משה רייכמאן פון טאראנטא און אלעס האט אויסגעקוקט פאסיג און גלאט, אחוץ וואס די נעמען האבן נישט געשטימט, "יאנקל מיללער" שטימט עפעס נישט מיט "משה רייכמאן"....

דרך אגב, דער נאמען "הבל וריק" שטימט עפעס אויך נישט מיט אזעלכע רייכספולע און תוכנ’דיגע ארטיקלען, כה לחי!!!
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 573
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 11:46 am
האט שוין געלייקט: 772 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 683 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יולי 24, 2022 7:14 pm

מיר קוקט עס אויס ווי הבל וריק זיצט א גאנץ יאר און שרייבט אן ארטיקל אויף זומער, און יעדע זומער קומט ארויס אזוינס און אזעלכעס כמו שכתוב.

אביסל צופיל מאחורי אויסדרוקן אפשר, אבער אדערווייז איז דאס משוגע צו ווערן!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15935
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 19472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19948 מאל

Re: נטע אויף די בערג

הודעהדורך הבל וריק » זונטאג יולי 24, 2022 8:28 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:מיר קוקט עס אויס ווי הבל וריק זיצט א גאנץ יאר און שרייבט אן ארטיקל אויף זומער, און יעדע זומער קומט ארויס אזוינס און אזעלכעס כמו שכתוב.

אביסל צופיל מאחורי אויסדרוקן אפשר, אבער אדערווייז איז דאס משוגע צו ווערן!
א דאנק. א משהו אראפגעציפּט איבעריגע לשון.
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג יולי 24, 2022 8:53 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:אביסל צופיל מאחורי אויסדרוקן אפשר, אבער אדערווייז איז דאס משוגע צו ווערן!

לפי וואס כ'האב אויבן מסביר געווען אז די געדאנק איז לרמז כמו ספר קהלת שכתב לעת זקנותו כשאדם קורא הבל על הכל, זענען די "מאחורי אויסדרוקן" די אנטיטיסיס דערפון, וכמו שיר השירים שכתב בימי נערותו לפי ר' יונתן, שאז אדם משיר דברי זמר של אהבה וכו' ע"ש, ודוק.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4159
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 11832 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3987 מאל

Re: נטע אויף די בערג

הודעהדורך צוזאמגעדרייט » זונטאג יולי 24, 2022 9:09 pm

WOW!
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

הודעהדורך סביב העולם » מאנטאג יולי 25, 2022 7:27 am

WOW

אין מילים. דער האט דא צאמגעפלאכטן בקיאות מיט חריפות, אפגעהויבלט דעם כמים-לים-מכסים'דיגע דעקע אין וואס דער גאנצער אנש ביכל איז איינגעהילט, אפגעשטויבט און ערקלערט די אומגעזאגטע געזעצן און למשפחותיהמ'דיגע ניואנסן פון דעם היימישן ציבור. א פוליצער פרייז אין משפחה'לאגיע!!

און די שריפט, יוישששש.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
סביב העולם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 300
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 9:48 am
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

Re: נטע אויף די בערג

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יולי 25, 2022 11:07 am

Wow! אייזן!
אשאד זומער איז נאר צוויי חדשים אין יאר, אילו זכינו ווען זומער וואלט ווען געווען א גאנץ יאר אדער כאטשיג רוב חדשים אין יאר וואלטן מיר ווען זוכה געווען צו מער ארטיקלעך פון @הבל וריק! כ'ווייס נישט צו די נעמען שטימען, אבער די מעשה שטימט זיכער, מעשה בכל יום!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1329
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 5:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 5894 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2657 מאל

הודעהדורך כפתור » דינסטאג יולי 26, 2022 12:05 am

א מעסטער פיעס! דיין הומאר איז געוואלדיג

דאס דארף מען שטייט דורך ליינען אונטערן בוים מיט א קאווע, צו קענען אלעס ארייננעמען.
בעסער צו האבן א חבר דערנעבן , כדי ווען מ'פלאצט אויס פאר געלעכטער זאל די שכנ'טע נישט מיינען אז ס'איז 'עפעס פאני מיט אים'.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

הודעהדורך צפת » דינסטאג יולי 26, 2022 6:14 pm

איך (מיט נאך אסאך אנדערע) האפן, אז עס קומט נאך... מיר ווילן אלע ליינען א המשך צו הבל וריק'ס באשרייבונג, ס'איז מתוק מדבש און באהאלטענע רמזים דורכגעפלאכטן דא דארט.
צפת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 4:30 pm

שטארקע לויב ווערטער

https://mobile.twitter.com/a_a_viswanat ... 5912711173
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1387
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1464 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 8:33 pm

הבל וריק: אפריון נמטייה להבל וריק. אדם להבל דמה. למען לא ניגע לריק. א יעדע שורה און א יעדעס ווארט ליינט זיך אומאויפהערליך, און ס'ציעט צו הערן און זעהן נאך. ווייל ווען מ'ליינט דיין ארטיקל שפירט מען אז מ'לעבט מיט די אלע פרייליכע און שרעקעדיגע מאמענטן.

מיר (אלע) ווארטן שוין אויף דעם המשך, ווען נטע איז אהיימגעקומען פון די בערג, און זיך צוריק אריינגעזעצט מיט זיין געזינדל אין די ענגע וויליאמסבורג'ע כאטקע מיט די ראטן, און וויאזוי די חתונה פון זיין פריידי מיט אברהמ'ל'ס זון איז צוגעגאנגען.

איך קען נטע (כ"ץ'ן) אין ריעל לייף. איך בין חושד אז דיין באשרייבונג איז באזירט אויף די (אלמאוסט) אמת'ע פאקטן... יישר כחך, וחילך לאורייתא...!

זייער א סאך סטעיטמענטס האט די (אמת'ע) ווייב פון די (עכטע) נטע כ"ץ טאקע געזאגט...!

זי האט גע'טענה'ט צו איהר איידעם אז נישט פאר דעם האט (הרב) נטע כ"ץ געטון דעם שידוך... (יו פיל אין דהע בלענקס)... נאר זי האט פארגעסן איין פאקט. אז זי האט געטון דעם (פראסטן) שידוך ווייל איהר טאכטער האט געשטאטערט. דאמאלס פארמאך דיין מויל און זאג גארנישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17671
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21667 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12678 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט