עזרא פריעדלענדער שרייבט א בריוו צו סקווערע חסידים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 599 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 753 מאל

עזרא פריעדלענדער שרייבט א בריוו צו סקווערע חסידים

שליחה דורך ששון ושמחה »

לכבוד המערכת אנ"ש דחסידי סקווירא שיחי'
 
כ'האב באמערקט וויאזוי איר טוט אויסרעכענען ווי אדמורי"ם רבנים וואס זענען געקומען מנחם אבל זיין כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א ל"ע, האב איך אייך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז אז ווען איר האט אויסגערעכנט מיין טאטע כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א האב איך באמערקט אז איר האט געשריבן אויף אים "הגה"צ אב"ד ליסקא שליט"א, האב איך געוואלט וויסן אייער מהלך criteria ווי אזוי איר קומט צו דער מסקנה ווער עס איז א אדמו"ר, א גאב"ד, אדער א אבד"ק?
 
איך האב איך באמערקט אז אז איר האט געשריבן דעם טיטול "כ"ק" אויף געוויסע רבי'ס און אויף געוויסע רבי'ס האט איר אויסגעלאזט דעם טיטול. וואלט איך געוואלט פארשטיין ווי אזוי איר קומט צו פארשטיין וועלכע געהערט צו וועם.
 
אויב אייער טיטול'ן ווענט זיך אויף די צאל און מספר פון די חסידים אדער מוסדות, אדער גרויסקייט פון זיין בית המדרש, דאן האב איך נישט וואס מער צוצולייגן. אויב האט דאס מער מיט א מסורה'דיגע א היסטורישע באצואונג וואלט איך אייך געוואלט אופמערקזאם מאכן אז דער ליסקא דינאסטיע האט א גאר שטארקע שייכות צו חסידות בכלל, און פאר חסידות אונגארן בפרט. לדוגמא הרה"ק המפורסם בעל אך פרי תבואה זי"ע, באקאנט אין די וועלט אלץ רבי הירש'עלע ליסקא איז געווען דער וואס האט פארשפרייט חסידות און אונגארן און אסאך פון די אויסגערעכנטע וואס איר האט באטיטול'ט אונטרן טיטול 'אדמו"ר' זענען זייערע זיידעס געפארן קיין ליסקא.
איך ברענגט דאס ארויס צוליב עטליכע סיבות:
איר שרייבט אויף פאפא, וויען, אלץ אדמו"ר, פרעזענטליך האב איך נישט קיין פראבלעם אז איר באטיטולט זיי כ"ק אדמו"ר", אבער עס איז איראניש אלס היסטוריש גערעדט האבן זיין בכלל נישט פירגורירט אלס א חסידות בכלל. אויב וועט איר מיר זאגן אז היינט צו טאג שפילן זיין יא בדרך החסידות טוט איר זייער גוט אז שרייבט אויף זיי "כ"ק אדמו"ר".
אבער, למעשה גערעדט, אויס צו לאזן דעם טיטול פון "אדמו"ר" אויף מיין טאטע, וועלכע איז פאקטיש דער נאכפאלגער פינעף דורות, בן אחר בן, וואס טראגט דעם נאמען פונעם פארשפרייטער פון חסידות און אונגארן, ווייזט דאס מיך אז ליידער איז היינט דא נאר איין זאך ווי אזוי חסידות ווערט געמאסטן, וואס דאס איז לויט די מספר החסידים, בניני מוסדות, א.ד.ג.
 
ווייל אויב וואלט מען געמאסטן דעם טיטול לויט דער יחוס, מסורה, ערליכקייט, תלמיד חכם'שאפט, וואס מיין טאטע פארקערפערט אין זיך, וואלט איר אים זייער גערן בא'טיטולט "כ"ק אדמו"ר", וויבאלד ער איז א רבי וואס איז פאר'דבק'ט אין זיינע אבות, זעצט פאר ווייטער דער מסורה פון דער הייליגע גזע וואס ציט זיך שוין צוויי הונדערט יאר, ביז צום היינטיגן טאג רעכענען זיך א גרעסע צאל אידן טוהן אנערקענען אז עס איז דא א ליסקא רבי וואס איז ממשיך דער שלשלת הקודש עד ביאת גואל צדק בב"א.
 
דרך אגב, איז זייער וויכטיג צו דערמאנען, מענין לענין באותו ענין, א עובדא וואס ברענגט שטארק ארויס מיין נקודה. מיין טאטע אלס בחור איז עטליכע מאל געפארן קיין סקווירא בימי חיותו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זי"ע, איינמאל האט מיין טאטע בימי בחרותו געוואלט איבער געבן א קוויטל פאר דער רבי ז"ל, האט דאס דער סקיווירא רבי ז"ל צוריק געוויסן אז ער וול נישט נעמען דעם קוויטל, זאגענדיג "אונז האבן געהאט די זעלבע זיידעס", ע"כ העובדא.
אויב דער מעשה ברענגט נישט ארויס – היינט צו טאג - דעם זעלבן אנערקענונג צו א חסידישע גזע ווי אזוי דער סקווירא רבי ז"ל האט עס אנגעקוקט, האב איך איך אייך ווייטער גארנישט מער וואס צוצולייגן.        
אמת, היינט צו טאג, מעסט מען דעם טיטול לויט די צאל בנינים/חסידים, אויב אזוי וויל איך ענדיקן אזוי ווי איך האב אנגעהויבן, זאלט איר לייגן קאטעגאריעס אויף ליסטעס אזוי: "גרויסע רבי'ס", "קליינע רבי'ס, און "גאר קליינע רבי'לעך", אזוי ווי מ'שרייבט עס היינט בלשון לע"ז.         
 
צום שלוס, וויל איך באטוינען אז דעם טיטול "אב"ד", איז נישט א באליידיגונג, נאר אויב מ'וויל זיך האלטן אמת'דיג צו מסורה אזוי ווי סקווירא באגערט, וואלט איר ווען געשריבן "כ"ק אדמו"ר" און צוגאב צו דעם טיטול "אבד"ק".
 
נאך א באמערקונג איידער איך ענדיג מיינע ווערטער, איך האב באמערקט אז ביי די שבעה ל"ע זענען געווען איינס צו צוויי גרויסע רבי'שע בענקלעך, וואס דערויף האט מען מכבד געווען צו זיצן נאר די וואס ווערן היינט אויסגערעכט לשיטתכם גרויסע רבי'ס. אבער אזא עלטערע רבי ווי מיין טאטע ווען ער קומט אריין וועט מען אים נישט מכבד זיין זיצן דערויף, כאטש ער איז קרובן לבן שמונים לאוי"ט, כאטש ער פארמאגט א געוואלדיגע רבי'שע יחוס, און איז א גאון עצום און א שטארקע מתמיד. נאר פאר דעם איינעם עבירה אז ער האט נישט קיין ריזיגע בנין/בנינים אדער פארמאגט נישט חסידים, זעצט מען איהם אוועק אויף א רעגלמעסיגע בענקל.

אגב איינע פון די רבי'שע בענקל איז נישט געווען באנוצט בשעת ער איז דארט געווען. אבער ווען עס וועט אריינקומען א רבי פופציג יאר יונגער ווי מיין טאטע כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א וועט מען אים יא געבן זיך צו זעצן אויף דעם רבי'שן בענקל.      
 
אפשר איז דאס נישט פון די גרעסטע פראבלעמען ביי כלל ישראל, אבער ווען דער יוגענט קוקט דאס צו, שיקט דאס א מעסעדזש אז מזאל אנדערש אנקוקן און זיך אויפירן צו אדמורי"ם רבנים וכיוצ"ב נאר לויט זייערע גשמיות'דיגע חיצוניות'דיגע ווירדן און נישט לויט זייערע עלטער אדער רוחניות'דיגע פארקערפערונג, וכיוצ"ב.
 
בכבוד רב,
פנחס עזרא פריעדלאנדער 
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה

דער אשכול פארמאגט 79 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר