שראליק מיט שמחה שמועסן איבער אומאן אין ראש השנה תשפ"ג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 10:16 am

Nanach האט געשריבן:איך טרעף נישט יעצט די יחוס, אבער א מחותן איז ער זיכער אפאר מאל מיט ר’ נחמן

יא. ווייל דו האסט נישט געלייענט די ספר'ל ראש ולענה, וואס דארט שטייט וויאזוי ער איז א מחותן.
וואס ס'שטייט נישט דארט, איז די נאמען פונעם איידים. און די נאמען איז ר' גדלי' ממאלין זצ''ל, און זיינע טעכטער זענען אנטלאפן פון עהם קיין טשערנאביל און ר' אהרן האט זיי מגדל געווען ווי קינדער, און זיי חתונה געמאכט מיט זיינע אייניקלעך.

צדיקים פלעגן זאגן, אז ווען נישט ר' נתן, וואלט מען געמאכט א שווייג פון הרה"ק ר' נחמן, ווייל פארט איז ער געווען א בנן של קדושים כמלאכים, ואם לא נתן, לא עיכב, אבער איינמאל ר' נתן האט אנגעמאכט זיינע שקרים, אלו ואלו נשרפין.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך מתבודד » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 11:07 am

_
אע"פ שחטאתי, אמונת לבי באלהותך לא השתבשה. וזה הוא אשר תחפוץ ותרצה מן האדם! (ראב”ע. תהלים, נ”א, ח)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 392
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 688 מאל

הודעהדורך נעקסט לעוועל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 1:37 pm

באהעלפער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:איך טרעף נישט יעצט די יחוס, אבער א מחותן איז ער זיכער אפאר מאל מיט ר’ נחמן

יא. ווייל דו האסט נישט געלייענט די ספר'ל ראש ולענה, וואס דארט שטייט וויאזוי ער איז א מחותן.
וואס ס'שטייט נישט דארט, איז די נאמען פונעם איידים. און די נאמען איז ר' גדלי' ממאלין זצ''ל, און זיינע טעכטער זענען אנטלאפן פון עהם קיין טשערנאביל און ר' אהרן האט זיי מגדל געווען ווי קינדער, און זיי חתונה געמאכט מיט זיינע אייניקלעך.

צדיקים פלעגן זאגן, אז ווען נישט ר' נתן, וואלט מען געמאכט א שווייג פון הרה"ק ר' נחמן, ווייל פארט איז ער געווען א בנן של קדושים כמלאכים, ואם לא נתן, לא עיכב, אבער איינמאל ר' נתן האט אנגעמאכט זיינע שקרים, אלו ואלו נשרפין.

כווייס נישט וואס די בויעראציע אויף די קונטרס ראש ולענה איז, סאיז איין שטיק הוילע בלאף אויסגעזויגן פון הוילע פאנטאזיע, צוגעפיצט מיט פאקטן עס צי מאכן אויסקוקן עכט, זהו.
כזאג נישט קיין השערות, כזאג פאקטן, כקען די מחבר פונעם קונטרס, סאיז ארויסגעקומען אינעם סאמען הייסן סעזאן פונעם קאוויד זאווערוכע, כהאב דאן געמאכט מיין ריסוירטש, א בינטל חלומות.
יאפ סאיז דא אסאך אמת'ע פאקטן מלוקט פון אנדערע ספרים, און שיינע מעשה'לעך, באט די קונטרס איז פאבריצירט געווארן אין יארע ת"ש21
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: שראליק מיט שמחה שמועסן איבער אומאן אין ראש השנה תשפ"ג.

הודעהדורך בר גיורא » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 3:36 pm

באהעלפער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:איך טרעף נישט יעצט די יחוס, אבער א מחותן איז ער זיכער אפאר מאל מיט ר’ נחמן

יא. ווייל דו האסט נישט געלייענט די ספר'ל ראש ולענה, וואס דארט שטייט וויאזוי ער איז א מחותן.


איינער קען ביטע לינקען די ספר'ל, שכוח

Sent from my Pixel using Tapatalk
בר גיורא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 4:10 pm

בר גיורא האט געשריבן:איינער קען ביטע לינקען די ספר'ל, שכוח

בעזרת השם יתברך
פֶּן יֵשׁ בָּכֶם שֹׁרֶשׁ פֹּרֶה רֹאשׁ וְלַעֲנָה
די ריכטיגע געשיכטע פון נחמן, וואָס די בּרעצליווערס ווילן באהאלטן.
[איבערגעזעצט אויף יודיש]
הקדמה
היינטיגע צייטן זענען ליידער דא פרעכע שקרנים, וואס ווילן באהאלטן דאס אמת און זאגן, אז די חרם וואס איז געווען קעגן די ברעצליווע גרופעס - איז געווען א טעות. אדער נאר א אמאליגע זאך, און ס'שוין היינט בטל געווארן און אלעס איז שוין גוט מיט זיי. דערפאר ווערט דא פארצייכענט גענוי וואס האט פאסירט דעמאלטס, אז ס'זאל זיין קלאר פאר אונזערע דורות ווייטער, אז די הייליגע מסורה ווערט קיינמאל בטל, ווייל ס'איז תורה - וואס איז פאר אייביג.
דאס איז נישט קיין מחלוקת פון שנאת חינם, אדער כבוד און פאליטיק ח”ו. ניין, דאס איז דעת תורה פון די הימעל צדיקים - פונעם ערשטן דור פון חסידות, וואס האבן געווארענט צו שטיין זייער ווייט פון די ברעצליווע גרופעס. כדי צו היטן אונזער נשמה און דורות ווייטער, נישט אריינצופאלן אין זייער נעץ. ווייל דאס לעבן און געדאנקן גאנג פון די ברעצליווערס, איז עבודה זרה ממש! און דווקא ווייל די מקור פון ווי ס'האט זיך אנגעהויבן, איז געווען פונקט פארקערט פון קדושה וטהרה, און פארקערט פונעם יודישער מסורה.
דערפאר איז ריכטיג און גאר וויכטיג, צו פארציילן פאר אונזערע דורות ווייטער. אז טאמער וועט איינער בטעות אריינפאלן אין זייער נעץ, און חלילה קלערן בשוגג, אז דאס איז אויך א וועג פון עבודת השם. זאל ער וויסן קלאר, אז דאס איז זייער שעדליך פאר א ערליכער יוד, ווייל ס'קען צוברענגן צו דאס ערגסטע אינעם רוחניות'דיגן לעבן – ווי די פריערדיגע צדיקי עולם האבן פאראויס געזאגט - און אונז דערפון אויסגעהיטן.
אט לייענט די אמת'ע געשיכטע, וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן.
9
פרק א'
פאר בערך 200 יאר צוריק, אינעם ערשטן דור פון חסידות, באלד נאכן הסתלקות פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זי”ע, האט געלעבט דער באוואוסטער צדיק – דער שפאלער זיידע – רבי ר' יודא לייב ב”ר ברוך, א תלמיד פונעם הייליגן בעל שם טוב. וואס האט געפירט א באשיידענע חסידישע חבורה, און אינעם חבורה איז געווען א יונגערמאן מיט'ן נאמען 'נחמן'. איינס פון די אור-אייניקלעך פונעם הייליגן בעל שם טוב, א זון פונעם טאכטער פון הצדיקת אדל זי”ע, און אויך א אייניקל פונעם צדיק רבי ר' נחמן האראדענקער – א תלמיד פונעם בעל שם הקדוש זיעועכ”י.
אט דער יונגערמאן נחמן, איז געווען פון נאטור-אויס זייער צערטליך און שוואך, און איז אפגעשוואכט געווארן יעדע שטיק צייט. דאך איז ער געשטיגן אין רוחניות, ספעציעל מיט זיין טאלאנט פון שרייבן שיינע חידושי תורה, ווי ס'פאסט פאר א אור-אייניקל פונעם הייליגן בעל שם, און פאר איינער וואס געפונט זיך צווישן די געהויבענע תלמידים פונעם גרויסן מגיד און דער הייליגער שפאלער זיידע, וואס האט דאן געוואוינט אין שטעטל 'זלאטיפאלי'.
עטליכע יאר נאך זיין חתונה, נאכן האבן עטליכע קינדער, איז ער אריינגעפאלן אין א שווער'ן גייסטישער צושטאנד, און האט זיך נישט געוואלט באהאנדלען ביי א דאקטאר. און אין יענע זמן, האט זיין רבי דער הייליגער שפאלע זיידע אויסגעפונען ברוח הקודש, אז ער פלאנט צו רייזן קיין ארץ ישראל, טראכטענדיג אז דאס וועט עהם שטארקן און געזונט מאכן. האט עהם זיין רבי געווארענט און געזאגט, אז ער זאל וויסן אז די שטן לאקערט אויף זיין נשמה, און טאמער וועט ער אוועקפארן פונעם חבורה, וועט ער זיין אין א טאטאלע סכנה, און דאן וועט שוין זיין צו שפעט עהם צו העלפן.
אבער ער האט זיך גע'עקשנ'ט מיט זיין געוואגטע פלאן, ביז איינמאל אינמיטן נאכט איז ער אנלאפן פון שטוב, און איבערגעלאזט זיין משפחה און קינדער, מיט'ן ציל צו פארן קיין ארץ ישראל. און אין א קורצע צייט איז ער שוין אנגעקומען ביז טערקיי.
9
צו פארשטיין אביסל די הימלישע כח פונעם הייליגער שפאלע זיידע, פארציילט מען, אז דער הייליגער בעל שם טוב – זיין רבי – ווען ער איז געווען סנדק ביי זיין ברית, האט ער זיך אנגערופן; דאס קינד וועט זיין ווי א זיידע פאר'ן כלל, ווייל מיט זיין זעלטן הויעכע נשמה, וועט ער אויסלייזן יודישע נשמות פון זייערע צרות, ברוחניות ובגשמיות. און ווען ער איז אונטערגעוואקסן, האט דער הייליגער בעל שם טוב אמאל ארויפגעלייגט זיין האנט אויפ'ן הארץ פונעם צדיק ר' לייב, און געזאגט; די הויעכע מדריגות וואס מיר דערגרייכן יעדן אינדערפרי, די זעלבע הויעכע מדריגות איז אויך דער יונגער לייב, זוכה צו דערגרייכן.
האט דערויף שפעטער געזאגט דער שפאלער זיידע, אז זייט ער האט ארויפגעלייגט זיין הייליג האנט אויף מיין הארץ, האט מיר באנומען אזא הימלישע ווארעמקייט, און דאס איז די כח מיט וואס ער קען אויפ'פלאמען די הערצער פון אנדערע, צו עבודת השם און צו הויעכע מדריגות. און אלע תלמידים – און חברים – ר' פנחס קאריצער און ר' מיכל זלאטשובער און ר' יעקב יוסף פון פולנאה, האבן גוט געוואוסט, אז דער הייליגער צדיק ר' לייב קען פאראויס זען ברוח הקודש יעדע מצב, ממש ווי אריבער א גלאז, און האבן זיך איינגעהערט צו אלע זיינע הוראות וואס ער האט זיי אנגגעוויזען בעבודת השם.
9
אבער דער יונגער נחמן האט ליידער נישט געפאלגט זיין רבי'ן, און איז אויף זיין אייגענע אחריות אנגעקומען ביז'ן הויפט שטאט אינסטאביל אין לאנד טערקיי, און דארט האט ער געליטן פון א געפערליכע נערווען צוזאמבראך, און איז ארומגעלאפן אין די גאסן פון אינסטאנביל אנע קליידער ממש. און געשריגן, אז ער איז אנגעקומען צום מדריגה פון די אבות, און נאכמער ווי אדם הראשון פאר'ן חטא, אז ער דארף שוין נישט קיין קליידער. ביז איינער פון די גלחים אין שטאט האט אויף עהם רחמנות געהאט, און עהם אריינגענומען צו זיך אין קירכע, און האט עהם פראבירט אויסצוהיילן מיט זיינע צויבער און קונסט שטיק.
דארט האט ער זיך אויפגעהאלטן א האלבע יאר, ווען דער גלח האט מיט עהם געלערנט אסאך חכמות, עצות און סגולות - פון קריסטליכע מקורות. ביז נחמן האט געשפירט צוריק געזונט, און איז געווען גרייט ארויסצוגיין אויפ'ן גאס נארמאל. דאן האט ער באשלאסן אפצולאזן זיין פלאן פון פארן קיין ארץ ישראל, נאר ענדערש צוריקפארן אהיים קיין אוקריינא. און ווען ער איז אהיימגעקומען, האט ער אנגעזאגט זיינע חברים, אז מ'זאל פארגעסן וואס איז געווען מיט עהם פארדעם. ווייל יעצט איז ער א נייע נשמה, און האט באקומען א כח צו זיין א מנהיג. און האט טאקע אנגעהויבן דרשנ'ן ווי א מגיד פרעמדע סארט דרשות, אז מ'האט באלד פארשטאנען אז ס'איז ביטערע צרות מיט עהם.
אזוי פלעגט ער זיך איינשפארן פאר זיך אליינס, אבער פלעגט זיך באווייזן ברבים צו זאגן דרשות ווי אומער ער האט געקענט. זאגענדיג, אז ער איז אויפגעקומען מיט א נייע דרך אין עבודת השם, עפעס אסאך בעסער ווי זיין עלטער זיידע דער בעל שם הק'. און פונקט ווי זיין עלטער זיידע האט געמאכט א דרך, אזוי מעג ער אויך מאכן א אייגענע דרך... [וואס דאס איז ווי פארשטענדליך נאריש גערעדט, ווייל ווי באקאנט שטייט אינעם הייליגן ספר 'תולדות' אז דער הייליגער בעל שם האט מקבל געווען זיין דרך עבודה מיט רוח הקודש - פון אחיה השילוני – דער רבי פון דוד המלך, אבער ער נחמן האט זיך געלערנט ביי א קאטולישער גלח אין טערקיי.]
ווען די הייליגע חבורה תלמידי הבעל שם און דער גרויסער מגיד - האבן נאכגעהערט זיינע דרשות, איז זיי שלעכט געווארן אויפ'ן הארצן, ווייל ער האט גערעדט זייער חוצפה'דיג קעגן אלץ און אלעמען. און האבן דאס פארציילט פאר'ן הייליגן שפאלער זיידע, אז נחמן זאגט אז די דרך הבעל שם טוב מוז ווערן בטל, ווייל אלע חסידים זענען שלוחים פונעם שטן, און ער האט א נייע דרך וואס וועט ברענגן די גאולה, און ער וועט מעגליך זיין דער גואל צדק.
ווען דער הייליגער שפאלער זיידע האט דאס געהערט, האט ער אויסגעבראכן אין א יאמערליכע געוויין און האט זיך נישט געקענט בארואיגן, און האט דאן אויסגערופן און באשטעטיגט; נחמן איז ליידער פארכאפט געווארן אינעם טומאה נעץ, זיינע דרשות און געדאנקן זענען אפיקורסות און עבודה זרה, און ער איז אין חרם! איעדער זאל אוועקשטיין פון עהם, ווייל ער איז א קלעבעדיגע סכנה. און ווען נחמן האט געהערט פונעם חרם, האט ער אנגעהויבן אפען שעלטן דעם רבי'ן זיינעם. אז דערפאר רופט מען עהם זיידע, ווייל ער איז דער שטן זקן וכסיל [לויט זיינע ווערטער רחמנא ליצלן]. און אין די קונטרסים וואס ער האט ארויסגעגעבן, שרייבט ער גאר מיאוס'ע רייד קעגן אלע צדיקים פונעם דור.
און דערמיט האט זיך נאך מער געשטארקט דאס התנגדות קעגן עהם, אויף א גאר שטורמישן אופן. און דאס זענען עטליכע שטיקלעך פון זיינע פרעכע קונטרסים. “מיינע חברים איר זאלט וויסן, אז דער שפאלער זיידע איז קעגן מיר, ווייל איך בין פונעם הייליגן זייט, און ער איז פארקערט [רחמנא ליצלן], און דערפאר העלפט ער אזויפיל יודן, כדי זיך צו שטארקן איבער די הייליגע כח הצדקה פון כלל ישראל”...
“איך בין חשובער פון אלע גרויסע, און מיין עלטער זיידע דער בעל שם, אויך דער אר”י הקדוש קומען נישט אן צו מיין הויעכע מדריגה, ווייל זייט אברהם אבינו איז נאכנישט געווען אזא חידוש ווי מיין נשמה... און אלעס וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אויפגעטון, איז נאר געווען גוט פאר זייער דור, אבער מיין כח איז אייביג געווען, און וועט אייביג זיין, ווי א פייער וואס ברענט שטענדיג”...
“ווער ס'האט נאר געקענט מיין זיידע פון האראדענקא
[הרה”ק ר' נחמן פון האראדענקא], ווייסט אז ער האט בכלל נישט געקענט אזוי גוט לערנען ווי איך... און מיך דארף די גאנצע וועלט, אויך די גרעסטע צדיקים דארפן אנקומען צו מיין כח, ווייל איך דארף זיי ווייזן די ריכטיגע דרך... אויב איז דא א צדיק אמת איז עס איך, און אלע אנדערע זענען שקרנים, ווייל גאנצע שטיקלעך פונעם ספר קדושת לוי, איז גע'גנב'עט פון מיינע חידושים...
ער האט דאן פארברענט א בינטל דברי תורה פונעם הייליגן שפאלער זיידע, און געזאגט, אז דערמיט פארברענט ער אלע קליפות [לויט זיינע ווערטער רח”ל].

פרק ב'
און אז דער הייליגער שפאלער זיידע - זייענדיג פון די עלצטע צדיקים אינעם דור - האט גוזר געווען א חרם, האבן טאקע אלע צדיקים אן אויסנאם ארויסגעטרעטן קעגן נחמן, אויף די שארפסטע וועג. אויך דער הייליגער ר' ברוכ'ל מעזיבושער, וואס כאטש ער איז עהם געווען א פעטער – א ברודער פון זיין מאמע - האט נישט געשוינט אויף עהם, און עהם זייער דערווייטערט. און ווען נחמן איז אמאל געקומען צו זיין הויז כדי זיך מתווכח צוזיין מיט עהם, האט דער הייליגער ר' ברוכ'ל עהם פשוט אראפגעשטויסן מיט כח אלע טרעפן – ביז'ן גאס.
און מ'פארציילט אז דער 'רַב פון ליאדי' האט דאן געפרעגט פונעם הייליגן שפאלער זיידע, פארוואס מ'מאכט אזא עסק פון נחמן און זיינע מעשים? 'איז ער דען אזוי גרויס אז מ'דארף עהם מאכן אזוי קליין'? האט עהם דער הייליגער זיידע געענטפערט; וויסן זאלסטו, אז די השפעה פון נחמן און זיין דרך קען זיין אסאך ערגער פאר די קומענדיגע דורות, ממילא דארף מען עס שוין היינט באצייטענס אפשטעלן.
ווען ס'איז אריבער א צייט, האט די חברייא קדישא אנגעהויבן איבערטראכטן וועגן דעם חרם. כאטש אלע האבן מבטל געווען זייער דעת פאר'ן הייליגן זיידע, אבער דאך האבן זיי שווער אראפגעשלונגען דעם פאקט, אז נחמן איז דאך א אור-אייניקל פונעם הייליגער בעל שם, און ס'כאפט א ציטער צו מ'איז נישט געגאנגען צו שארף. און בכלל, איז דאך די ארבעט פון חסידות מקרב צוזיין, און דא קומט דאך ארויס א פארקערטע פעולה. און אז ס'האט זיך פארקאכט אזא געפיל, זענען דריי גרויסע צדיקים געקומען צום הייליגן זיידע אין שטוב, און פארגעלייגט זייערע מחשבות.
האט דער הייליגער שפאלער זיידע זיך אנגערופן מיט א קאך; בארדיטשעווער רב! איר קענט פוקד זיין עקרות, ווען ס'שווער צו האבן קינדער קענט איר פועל'ן ישועות. ווידער שפיטיווקער רב! אייער כח איז גרויס, אז ס'מאכט זיך א שאלה פון א עגונה, זענט איר דאך א גאון עולם דאס מתיר צוזיין. אויך איר ר' וועלוועלע זשיטאמירער, בין איך מודה אז איר זענט א וועלטס חכם! אבער, ווער ס'איז א אמת'ע צדיק און ווער נישט, דאס ווייסט 'לייב שפאליאנסקער' דאס בעסטע... און איך זאג קלאר, אז נחמן איז פארכאפט ביי די קליפות, און זיין מהלך איז א שרעקליכע סכנה פאר אונזערע דורות...
דאך האט דער הייליגע זיידע מסכים געווען - אז מ'זאל מאכן א ריזן אסיפה מיט 36 צדיקי הדור, און מ'וועט הערן וואס אלע זאגן. און אויף יענעם גרויסער אסיפה, האבן שפעטער פארציילט די הייליגע סלאוויטע ברודער'ס, וואס זיי האבן געהערט פון זייער רבי הרה”ק ר' רפאל בערשאדער - דער גאון אין אמת זאגן - און תלמיד מובהק פון זייער גרויסע זיידע ר' פנחס קאריצער זצוק”ל. און אזוי האט ער זיי פארציילט; אינעם שטוב פונעם בארדיטשובער רב איז פארגעקומען די גרויסע אסיפה פון 36 צדיקים; צווישן זיי פארשטייט זיך דער בארדיטשובער רב און דער הייליגער שפאלער זיידע, און מיין רבי ר' פנחס'ל קאריצער.
- אויך רבי ברוכ'ל ממעזיבעש, ר' משה שוהם מדאלינא, ר' דוד לייקעס, דער אור המאיר פון זיטאמיר, און דער תשואות חן פון ליניץ, ר' שלמה לוצקער, דער הייליגער טשארנאבילער מגיד, ר' שלום פראבישטער, רבי אהרל'ע טיטיאווער, ר' ברוכ'ל קאסאווער, דער מגיד פון סטעפין, ר' הערשעלע מנאדווערנא, און ר' מאטעלע לעכעוויטשער, און ר' יעקב שמשון משפיטיווקע, מיט ר' יודא לייב הכהן פון אנעפאלע, און ר' איציקל ראדווילער, און ר' הערש לייב אליקער, רבי ר' זושא מאניפאלי, און ר' ארי' לייב מוואלטשיסק, און ר' מענדל מלינסק, און ר' זאב מטשארני-אויסטראה, און ר' אברהם דוב מכאמעלניק, און דער בעל אורח לחיים, און ר' יהודה מאיר משפיטיווקא, און ר' אשר צבי מאוסטראה, און דער קאשניצער מגיד, און דער בעל ההפלאה, און נאך צדיקים.
פארציילט רבי ר' רפאל בערשידער ווייטער; איך בין נישט אריין אינעווייניג, אבער כ'האב אריינגעבליקט דורך א לעכל; און צוגעזען ווי די צדיקים האבן בקדושה אפגעראכטן א שאלה מן השמים, וואס מ'דארף צוטון וועגן נחמן בן שמחה ופייגא. און אט זע איך מיט מיינע אויגן... ווי אליהו הנביא זכור לטוב אנטפלעקט זיך צווישן זיי, און ענטפערט קורץ און שארף; לֹא בְּאֵלֶּה חֵלֶק יַעֲקֹב!... דאס איז א פסוק אין ירמי', וואס מיינט צו זאגן, אז די דרך פון נחמן האט נישט קיין שייכות מיט יודישקייט בכלל.
מיט דעם איז אוועק יעדע ספק, אויב מ'זאל אנהאלטן דעם חרם קעגן נחמן און זיין דרך, און מ'האט קלאר געזען, אז דער הייליגער צדיק דער שפאלער זיידע איז גאר גערעכט געווען. און זייט דעמאלטס האט מען עהם אינגאנצן באזייטיגט, און זיינע תורות אוועקגעווארפן. און יעדעס מאל וואס דער הייליגער ר' פנחס'ל מקאריץ האט אמאל געהערט דערמאנען זיין נאמען, האט ער זיך באלד צעשריגן; פע! פע! לֹא בְּאֵלֶּה חֵלֶק יַעֲקֹב... און דער בארדיטשובער רב האט ארויסגעגעבן א קול קורא, אז מ'זאל די גרופע פון נחמן, פארטרייבן פון זייערע שטעט. און אלע אנדערע צדיקים האבן דערויף אונטערגעשריבן. פארשטייט זיך, אז דער צדיק ר' רפאל בערשאדער זי”ע איז געווען זייער פארקאכט קעגן די ברעצליווערס, און אזוי אלע תלמידי תלמידיו פונעם בעל שם והמגיד נבג''מ, און ווער נישט.
9
מ'דארף זיין קלאר, אז די מחלוקת וואס דער הייליגער שפאלער זיידע האט אויפגעפלאקערט קעגן נחמן און זיינע חברה, איז געווען אינגאנצן לשם שמים און קיין שום זייטיגע סיבה. נאר ווייל ער האט מיט רוח הקודש געזען, אז דאס וועט פארשלעפן אסאך נשמות אין תהום אריין. און כאטש ס'וועט אויסזען אינדרויסן ערליך, וועט אבער אינעווייניג זיין פוסט און פארברענט פון אמת'ע יודישקייט וקדושת התורה. און ווען ער האט אנטפלעקט דאס אמת'ע פרצוף פון נחמן, האט ער באשטימט אז ס'איז ממש עבודה זרה. אזוי ווייט, אז ער האט אויסגערופן ברבים, אז יעדע שטיין וואס מ'וועט ווארפן אויף זיי, איז מען מקיים די מצוות סקילה אויף עובדי עבודה זרה רח”ל.
במציאות, האט נחמן קיינמאל נישט געהאט צו סאך נאכלויפערס, און אויך וועמען ער האט געהאט, האבן זיך מיט די צייט אפגעשאקעלט פון עהם, ווען ער האט זיך באפריינדעט מיט די משכילים, און פלעגט מיט זיי פארברענגן, איז ער ממש געווארן אפגעהאקט פון די ערליכע יודען, און איז איבערגעבליבן מיט געציילטע עלענדע מענטשן. אבער צו זיין מזל, האט זיך צוגעכאפט צו עהם איינער 'נתן שטערנהארץ' - פון שטאט נעמיראוו, וואס איז קודם געווען א חסיד פונעם הייליגן גרויסער ר' שלום פראבישטער – דער טאטע פונעם הייליגן רוזשינער זצוק”ל.
ער האט איבערגעלאזט פראבישט, און איז געווארן דער שרייבער און מפרש פון נחמנ'ס לאקשען תורות. און האט שפעטער - צוזאמען מיט די משכילים - געשריבן דיקע ביכער אויף זייער נייע מהלך. און ס'איז באוואוסט, אז זייערע שיטות און ספרים ענדלען זייער צו די קאטוילישע ביכער, וואס צייגט קלאר אז די סטרא אחרא האט געהאט דערין א רעכטן האנט רח”ל. און נישט בחינם ציעט עס שטארק שוואכע נשמות, און נישט בחינם זענען די צדיקים אין אוקריינא געווען אזוי שארף אקעגן עהם. ווייל, ווער ווי זיי האט נאך אזוי גוט געוואוסט ווער די ברעצליווערס זענען, און קלאר געזען די בראך און די ביטערע נאכווייען דערפון.
מ'פארציילט, אז אמאל איז דער הייליגער טשערנאבלער מגיד געקומען אויף א שבת - ביים הייליגן אפטער רב זצוק”ל. און א גאנץ שבת האט דער אפטער רב ממש נישט געגעסן, כאטש זיין דרך איז געווען יא צו עסן אסאך פון די מאכלי שבת. און ער האט דאס נאכדעם מסביר געווען פאר די חסידים, מיט א משל. אז ווען ס'געפאלט ראש חודש אום שבת, געבט מען אוועק פאר'ן ר”ח - סיי די לייענען און סיי די מוסף; און ווען ס'געפאלט יו”ט אום שבת, געבט מען פאר אזא גאסט אוועק - אויך אלע תפילות. יעצט, ווען ס'קומט אזא גאסט אזויווי יום הקדוש אום שבת, געבט מען עהם אויך אוועק די עסן אינגאנצן...
שפעטער א צייט, האט 'נחמן' געוואלט קומען א שבת אויף אפטא, אבער ער האט פארשפעטיגט - און איז אנגעקומען זונטאג. האט זיך דאן דער הייליגער אפטער רב אנגערופען; יעצט, אז ס'וויל קומען א גאסט ווי 'תשעה באב' אום שבת, זאגט מען עהם, אז ער קען קומען זונטאג אויכעט...
9
די חרם און הקפדה פון די צדיקים, האט גורם געווען פאר נחמן א פארשאלטענעם מזל, אז איין טאג האט זיין הויז אין 'זלאטיפאלי' אפגעפלאקערט, און ער איז ווידער שטארק קראנק געווארן - פיזיש און גייסטיש. זיין בני בית און צוויי קליינע זינען זענען פלוצלינג אוועק, און זיינע טעכטער זענען אנטלאפן פון עהם - קיין טשערנאביל צום חסידישער הויף דארט. ווי מ'האט זיי גערן אויפגעהאדעוועט, און שפעטער חתונה געמאכט מיט לייטישע שידוכים אין הויף. נחמן האט זיך פארוואלגערט פון שטאט צו שטאט, ביז ער איז אנגעקומען קיין 'אומאן' און איז דארט אויסגעגאנגן - אינעם פריען עלטער פון 38 יאר, און מ'האט עהם דארט ערגעץ באהאלטן, און פארגעסן פון עהם.
וויבאלד די ברעצליווערס האבן נישט געוואוסט פונקטליך ווי מ'האט באהאלטן, האבן זיי אפגעמאכט אויף א געוויסע גרויסע מציבה, אז דאס איז זיין קבר. אבער די טשערנאבלער חסידים אין אומאן האבן געלאכט פון זיי, ווייל מ'האט זיי דווקא נישט געוואלט זאגן ווי מ'האט עהם באמת באגראבן, אז זיי האבן זיך אנגעלייגט אויף א פרעמדע מציבה, וואס איז באמת געווען פון א אלטן גלח אין שטאט. און די טויטע חברה זענען געקומען אהין צו פארן יעדע ראש השנה, ווייל נתן שטערנהארץ האט געזאגט, אז דאס איז געווען זיין לעצטע וואונטש.
נחמן איז טאקע אראפ פון מאפע, אבער זיין שרייבער - נתן שטערנהארץ פון נעמיראוו - האט זיך צוגעכאפט צום ברעטל. און ער האט זיך געקרוינט אלץ ראש החבורה, ווי מ'פלעגט זיי רופן - די טרויעריגע טויטע חברה... און נתן האט אנגעהויבן שרייבן פרישע ספרים, מיט לאנגע לאקשן תורות אן א סוף, וואס איז אוודאי קיינמאל נישט דערמאנט געווארן אין קיין איין הייליג ספר - אין גאנץ אוקריינא – ביז'ן היינטיגן טאג.

9
פרק ג'
ווען נחמן איז אוועק, האט נאך דער הייליגער שפאלער זיידע געלעבט אינעם טיפן עלטער, און מיט רוח הקודש האט ער געוואוסט אז דער שטן וועט נישט פארשווייגן, אז ער האט מצליח געווען אויסצורייסן דעם קליפה פונעם ערליכער חסידישער לעבן. דערפאר ווען ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף ווייטע וועגן, מקרב צוזיין יודען צו חסידות, האט ער אנגעזאגט זיינע תלמידים, אז אויב וועט עפעס פאסירן מיט עהם, זאל מען חלילה נישט זאגן, אז זיכער איז דאס צוליב דעם וואס כ'האב לוחם געווען אקעגן נחמן און זיינע חברה, און כ'האב חרטה.
בין איך מוסר מודעה, אז כ'וועל קיינמאל צוריקציען דערפון. און עדות זענען הימל און ערד אז איך האב גוט געטון, ווייל כ'האב געוואלט ראטעווען יודישע נשמות פון אריינפאלן אינעם שטן'ס נעץ. און וויסן זאלט איר, אז ווען נישט אז נחמן איז א אור-אייניקל פונעם הייליגן בעל שם הק', וואלט איך עהם פארווארפן פאר אייביג...
איינמאל אינמיטן א קאלטן ווינטער, ווען דער הייליגע זיידע האט געוואלט אריבער-שליטן דעם פארפרוירענעם טייך דינעפער, זייענדיג אליינס מיט זיין משמש – א זייער איינפאכער יוד - יאריק [יואל'יק], האט זיך פלוצים די דיקע אייז געשפאלטן, און זיי האבן ביידע אנגעהויבן דערטראנקן צו ווערן... האט דער הייליגער זיידע געשריגן צו יאריק; איך האב נאך וואס אויפצוטון אויף דעם וועלט, אבער אויב דו ביסט מקבל דערטראנקן צו ווערן אנשטאט מיר, זאג איך דיר צו מיין עולם הבא...
האט יאריק אויסגעשריגן; איך בין גרייט פאר'ן רבינס וועגן זיך מוסר נפש צוזיין... און אין א אויגנבליק איז יאריק דערטראנקן געווארן, און דער הייליגער זיידע האט זיך ארויפ-געכאפט אויף א שטיק אייז, און איז געראטעוועט געווארן. און באלד קומענדיג צום יבשה, האט ער גערופן פישער-לייט ארויסצושלעפן יאריק'ס קערפער פונעם טייך, עהם צו ברענגן צו קבר ישראל. און זייענדיג פארקאכט אין געדאנק, האט פלוצלינג דער הייליגער זיידע אויסגערופן; יואליק'ל איז אין גן עדן אריין... מיר האבן באזיגט!
דאס איז געשען מוצאי ט”ו בשבט, ווען דער הייליגער זיידע האט געמאכט א סעודת הודאה ברבים, און האט דעמאלטס געוואונטשן פאר יאריק'ס קינדער דריי זאכן; אריכות ימים, שמירה וברכה, און דורות תלמידי חכמים. א ברכה וואס איז בשלימות מקוים געווארן, ווען יארן שפעטער זענען די אייניקלעך פון יאריק געווען באוואוסטע תלמידי חכמים אין זיטאמיר, און האבן ווייטער פארציילט דעם געשיכטע מיט פוהל התרגשות.
און זיי פלעגן צולייגן א שארפע ווארט פונעם הייליגן שפאלע זיידן. וואס האט געטייטשט דעם פסוק אין משלי; שְׂמָמִית בְּיָדַיִם תְּתַפֵּשׂ וְהִיא בְּהֵיכְלֵי מֶלֶךְ. [א קליינעם שרץ וואס קריכט קוים, און ס'דערגרייכט ביז'ן קעניג'ס פאלאץ]. איז שווער צו פארשטיין, וויאזוי קען זיין אין א ריינע פאלאץ זאל קריכן א שרץ? נאר וואס דען – האט אויסגעפירט דער הייליגע זיידע – ס'קוקט נאר אויס גלאנציג ווי א היכל המלך, אבער עכט איז עס בכלל נישט קיין ריינע מקום, ממילא דארט אינעם מקום שקר, טרעפן זיך די שרצים זייער גוט א פלאץ... מיינענדיג דערמיט דעם ברעצליווער דרך.
9
מ'פארציילט, אז צום הייליגן רוזשינער איז אמאל געקומען א יונגערמאן מיט א קוויטעל, און דער צדיק האט יענעם געפרעגט; היתכן, אויב דו האסט קינדער פארוואס שרייבסטו נישט זייערע נעמען? און טאמער האסטו נישט, פארוואס בעטסטו נישט פאר קינדער?... האט יענער פארציילט, אז 'נחמן ברעצליווער' איז געווען זיין סנדק, און ביי זיין ברית האט ער פאראויס געזאגט, אז איך וועל קיינמאל נישט קענען האבן קיין קינדער.
ווען דער הייליגער רוזשינער האט דאס געהערט, האט ער א זאג געגעבן; אויב נחמן האט געזאגט אז נישט, וואלט דאך אוודאי דער הייליגער שפאלער זיידע געזאגט אז יא!... און איבערס יאר איז ער ווידער געקומען צום רוזשינער מיט א קוויטל, און ווידער האט עהם דער צדיק געפרעגט; היתכן ער שרייבט נישט די נעמען פון זיינע קינדער. האט ער ווידער פארציילט וואס נחמן האט געזאגט, און ווידער האט דער הייליגער רוזשינער עהם געוואונטשן, אז אויב נחמן האט געזאגט אז נישט, וואלט דער שפאלער זיידע געזאגט אז יא!
און דאן איבער'ס יאר איז ער געהאלפען געווארן מיט א בן זכר. אבער דעמאלטס האבן די ברעצליווע חברה עהם אנגעהויבן נאכשרייען, אז דאס איז א אויפגעטוישטע קינד, און נישט זיינס. איז ער מיט צער אריין צום הייליגן רוזשינער דאס פארציילן. האט עהם דער צדיק געזאגט אזוי; אויף איין קינד קענען זיי נאך מאכן מעשיות, אבער אויף צוועלעף? וועלן זיי שוין גארנישט קענען זאגן... און ווי וואונדערליך, אז דער יונגערמאן האט געהאט א קינד נאך א קינד, ביז צוועלעף קינדער!... און ס'איז גאר באוואוסט געווארן די כח פון די צדיקי אמת.

9
פרק ד'
ס'איז אריבער 24 יאר זייט נחמן האט שוין נישט געלעבט, און נתן שטערנהארץ פון נעמיראוו האט פארארבעט כוחות צו פארשפרייטן נחמן'ס דרך. און ממש ווי ווילדע גראז און שרצים נאך א רעגן, האט פון עהם געשפראצט פרישע ביכער מיט געבלאזענע זויערשטאף, וואס ער האט צוגעלייגט אסאך אייגענע שוואמען, און דאס פארזייעט אין שטעט און דערפער לענגאויס אוקריינא. ספעציעל האט ער פארכאפט תמימות'דיגע יודן, וואס האבן נישט געוואוסט די גיפט וואס ליגט דערין, און דערמיט זיי געפאנגען מיט זיין גלאטן שפראך.
דאן האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן עהם מיט קנאות דקדושה, דער באוואוסטע צדיק דער הייליגער סאווראנער רב - רבי משה צבי סאווראנער זצוק”ל, וואס איז געווען פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגן זיידע און רבי ר' ברוכ'ל מעזיבושער און פונעם קדושת לוי זיעועכ''י. און ער האט ארויסגעגעבן נאך א שארפערע חרם קעגן די ברעצליווערס. דער הייליגער סאווראנער רב איז געווען פון די גרעסטע פוסקים אין אוקריינא, זייענדיג א זעלטענער גאון, און דערצו א אויסגערופענער בעל מופת און פועל ישועות פאר טויזעטע יודען. און ווען ער האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן נתן און זיינע ברעצליווע נאכשלעפערס, האט דאס אפגעקלונגען זייער שטארק און ווייט.
דער צדיק וקדוש האט געשריבן שארפע בריווען צו אלע קהילות און מקומות, אלץ א קלארע פסק הלכה. אז ווער ס'געהער צו זייער גרופע איז אין חרם גמור. דאס הייסט, אז זייערע שוחטים זענען פסול און זייער שחיטה טרייף. זייערע בעלי תפילות און חזנים זענען נישט ראוי מוציא צוזיין מיט קיין שום מצוה צו חיוב. ער האט מיט זיין כח התורה גלאט מפקיר געווען זייער בלוט. און דאס איז איינס פון די שארפע בריווען וואס ער האט געשריבן און מפרסם געווען.

מודעת זאת בכל הארץ, כי קמו כת הבראצליווער תחת אבותיהם, תרבות אנשים חטאים, חוטאים ומחטיאים את הרבים. על כן הנני מזהיר את הסרים למשמעתי, להרחיק את הרשעים האלה בכל מיני הרחקות. לא תתחתנו בהם כי אסורים המה לבוא בקהל ה'. מלמד מעדת הבראצליווער לא ילמד את בניכם תורה, כי תתהפך למינות במעיו. שוחט בראצליווער שחיטתו פסולה, ושליח ציבור לא יהיה מעדת הזדים האלה כי תפילתו תועבה. כללו של דבר, התאמצו לשבור להם כל מטה לחם, וכל המרחם עליהם אסור לרחם עליו, וכל השומע לדברי, ישלח ה' ברכה בכל מעשי ידיו, והוא בן עולם הבא.
אויף יודיש:
ס'איבעראל באקאנט אז ס'האט זיך אויפגעשטעלט די גרופע ברעצליווע אויפ'ן ארט פון פריערדיגע, מיט א זינדיגע דרך וואס זינדיגן און מאכן זינדיגן אנדערע. דערפאר ווארען איך ווער ס'איז אונטער מיין הנהגה, צו דערווייטערן אט די רשעים מיט אלע סארט וועגן. מ'זאל זיך מיט זיי נישט משדך זיין, ווייל זיי זענען אין חרם. א מלמד פון די ברעצליווע זאל נישט לערנען מיט אייערע קינדער, ווייל די תורה ווערט איבערגעדרייט צו כפירה אין עהם. די שחיטה פון א ברעצליווער שוחט איז טרייף, און פון דעם שלעכטע גרופע זאל קיין שליח-ציבור נישט זיין, ווייל זיין תפילה איז פאר'מיאוס'ט. בקיצור, טוהט דאס מערסטע זיי צו צוברעכן און צושטערן דאס לעבן, און ווער ס'האט רחמנות אויף זיי איז אסור רחמנות צו האבן אויף עהם. און ווער ס'וועט מיר פאלגן, וועט דער אייבירשטער עהם בענטשן אין אלעמען, און וועט זוכה זיין צו עולם הבא.
דאס אלעס האט ער געטון, ווייל ער האט צוגעזען ווי דער נתן האט אויסגעשפרייט זיינע פליגלען אין אסאך קהילות, און פארכאפט יונגע תמימות'דיגע יודען, און ער האט געוואלט ראטעווען וואס מער נשמות פון זיינע טריפנ'ע נעגל. און ספעציעל האט נתן פארשפרייט שקרים און בילבולים קעגן די גרעסטע צדיקי הדור, מיט'ן שרייבן אויף זיי אויף א גאר מיאוס'ן שטייגער, נאך אסאך ערגער ווי נחמן פלעגט שרייבן. און שפעטער האט ער גאר געשיקט חנופה בריווען צו די זעלבע צדיקים אלץ דברי שלום, אז מ'זאל נישט כאפן אז ער רעדט אקעגן זיי. און אויך די טעכטער פון נחמן וואס זענען אנטלאפן, האט ער פראבירט צוריקצוברענגן, און ס'האט זיך עהם נישט איינגעגעבן.
אמאל אז מ'האט דערמאנט די נאמען 'יענע נחמן', האט מען אבער ביי נתן נישט געזאגט מער ווי 'זיין נאכפאלגער' אן א נאמען. אזוי ווייט האט מען נישט געוואלט ארויסזאגן זיין נאמען. און כאטש ביז דעמאלטס האט מען נישט פארברענט די ביכלעך פון נחמן, נאר עס פארשטעקט. ווייל צוליב די כבוד פונעם בעל שם, האט מען געוואלט פארגעסן וואס איז געשען מיט נחמן. אבער זייט נתן האט אנגעהויבן פארשפרייטן אויך זיינע ביכער, האט מען שוין נישט אכטונג געגעבן אויף די ערשטע אויך נישט. און אזוי האט מען גע'פסק'נט, אז עס דארף פארברענט ווערן, גענוי ווי ביכלעך פון עבודה זרה און אפיקורסים.
9

דאס שטערקסטע האט זיך דאס התנגדות צופלאקערט אינעם יאר תקצ”ה, ווען דעמאלטס האט נתן ארויסגעגעבן א גאר נידריגער שמוץ בלעטל, דירעקט קעגן דעם הייליגער סאווראנער רב זצוק”ל. חלילה אז ער איז נישט ריין, און נאך ערגערע ווערטער - וואס מ'טאר נישט ארויפצוברענגן אויפ'ן פאפיר. דאס איז געווען זייער מהלך, צו בויען ליגענט אויף ליגענט. און אזוי אלע יארן נאכדעם, ווער ס'האט געקענט באקען בעסערע געשיכטעס, יענער איז געווארן א משפיע און פירער ביי זיי. גענוי ווי זייערע הארץ פריינד, די משכילים און הפקר-יונגען פון יענע יארן, וואס האבן געארבעט האנט ביי האנט מיט זיי, און זיך אזוי געפריידט צוצוהעלפן פארשפרייטן זייערע פראדוקציעס.
און כדי צו פארדרייען ריכטיגע היסטאריע, דארף מען אויך האבן היבש חוצפה. און בלויז א ביישפיל פון זייערע פאלשע געשיכטעס, וואס שטימט אינגאנצן נישט מיט די יארן און די פאקטן, איז א לאנגע סיפור, ווען נחמן איז געווען אין ארץ ישראל, ווען אין פאקט איז ער קיינמאל נישט אנגעקומען דארט. אויך שרייבן זיי, ווי שטארק זיינע פעטער'ס דער דגל און ר”ר ברוכ'ל ממעזיבוש האבן עהם געשטיצט, ווען ס'איז באקאנט ווי זיי האבן עהם בידיים ממש דערווייטערט. און די פאלשע הסכמות פון צדיקי הדור אויף נחמן'ס ביכלעך, וואס נתן האט פאבריצירט אין זיין קעלער מיט גרויס כיטרישקייט. בפרט פונעם הייליגן חוזה מלובלין זצוק”ל, וואס איז נאך דאס מערסטע פוהל מיט סתירות.
- ערשטענס, איז די הסכמה ארויסגעקומען שוין נאכען הסתלקות פונעם הייליגן חוזה, וואס צייגט גלייך אז עפעס איז נישט גלאטיג. צווייטנס, וואלט דער חוזה קיינמאל נישט געגעבן א הסכמה אויף אזא איינעם וואס זיין מחותן – דער טשערנאבלער מגיד, און צדיקי דורו, זענען געווען אזוי אקעגן. און דער וואס האט עס געפעלשט, האט געמאכט א גוטע ארבעט, ווייל ס'קוקט אויס ממש ווי דעם הייליגן חוזה'ס שפראך. אבער ס'שטייט דארט, אז ער האט עהם נישט געקענט... דאס צייגט ווידער אז ס'איז פאלש, ווייל ווער געבט דען א הסכמה, אויף איינעם וועמען מ'קען נישט?...
און בכלל פלעגן דאך די ברעצליווע טרייבן ליצנות - ספעציעל פונעם הייליגן חוזה, ווי ס'איז געדרוקט אין די ביכער וואס זיי האבן ארויסגעגעבן צוזאמען מיט די משכילים. ממילא, ווען גענוי האבן זיי גענומען א הסכמה פון עהם?... און דאס אליינס אז זיי האבן זיך צוזאמען געלעבט, ווי די שקר מיט'ן שלימזל, מיט די אלע פארביסענע משכילים, צייגט שוין גענוג וואס זייער תוכן איז געווען.
אט די משכילים האבן געדרוקט א רייע מיט שמוץ-ביכער קעגן די גרעסטע צדיקים, און ספעציעל אקעגן די טשערנאבלער און רוזשינער הויפ'ן. און געמאכט א יד אחת מיט די מתנגדישע ליטוואקעס, כאטש זיי האבן געוואוינט ווייט איינער פונעם צווייטן, אבער צוזיין קעגן די חסידים, האבן זיך אלע סארט כלבים געטראפן איין שפראך. און אלע האבן כאילו געפאדערט 'שלום' אויפ'ן וועלט... ווען אינעווייניג האט אין זיי געפלאקערט דאס שנאה פון עמי-הארצים קעגן די ערליכע.
איינס פון די מעשיות וואס האט דעמאלטס אויפגעפלאקערט, איז געווען וועגן א קינדער מלמד, וואס איז פארכאפט געווארן צו די ברעצליווערס, און מ'האט עם פארשיקט מיט בזיונות. זענען זיינע חברים געלאפן צו די רבנים מיט טענות, היתכן אז מ'נעמט אוועק די פרנסה פון א יוד מיט א גרויסע משפחה? אבער די פסק איז געווען קלאר, אז ווער ס'איז אין חרם, טאר מען נישט רחמנות האבן אויף עהם. און פארשטייט זיך, אז באלד האבען די משכילים איבערגעדרייעט א וועלט, און געשריבן מיט אפענע שנאה קעגן די רבנים, און פון די גאנצע פרשה, פון די רדיפות און מיטמאכענישן פון זייערע פריינד – די ברעצליווערס.
אזויווי מ'האט געטון אלע דורות ביי כלל ישראל, קעגן פאלשע פירערס און גרופעס, אנגעהויבן פון די קריסטן, צדוקים, און שפעטער די פראנקיסטן. אזוי האט מען אויך געטון מיט נתן אליינס, ווען ער האט זיך ערקלערט מיט די צייט ווי א געפייניגטער קדוש. ווען צווישן זיינע טיפשות'דיגע דרשות האט ער אפען געפרעדיגט מיט חוצפה, זאגענדיג; אז דער סאווראנער רב איז די נשמה פון ירבעם בן נבט, און איז שרעקליך מקנא דעם דרך פון נחמן, און האט גאר געוואלט נעמען זיין טאכטער, נאר ער נתן האט נישט געלאזט... דערפאר קריגט ער זיך קעגן עהם...
און אויף אלע זיינע אייגען געבאקענע שיטות, האט ער אלץ געהאט דעם זעלבן מקור; זיך אליינס! ווי כאילו ער שפירט הימעל זאכן. דאס איז באמת געווען די דרך פון נחמן, אז מ'דארף נישט קיין מקור פאר גארנישט, נאר וואס מ'שפירט, דאס איז די מקור פאר אלע פאנטאזיעס. ביז ער האט זיך אליינס סותר געווען מיט זיינע אייגענע ווערטער, ווען ער האט געדרייעט מיט'ן צונג יעדע שטיק צייט אנדערש.
און איין טאג האט די רעגירונג געכאפט דעם נתן, און עהם ארעסטירט, צוליב א פארבאטענע דרוקעריי וואס ער האט געהאט אין זיין קעלער אין נעמיראוו. דארט האט ער געהאט געשריבן און געדרוקט פולע ספרים פון נחמן און זיינע אייגענע בויך ווייען. און דאן זענען די משכילים אפירגעקומען, און געגעבן שוחד מ'זאל עהם באפרייען. אבער ער איז פארטריבן געווארן פון שטאט, און ווען ער איז אנגעקומען אינעם אנדערן שטאט, האט ער געמוזט זיך באהאלטן אין שטוב פאר לאנגע חדשים, ווייל שפעטער איז ער ווידער פארטריבן געווארן ווייטער. אזוי איז די גרופע ברעצליווערס צעברעקלט געווארן, ווען אסאך האבן אליינס אייגעזען אויף וויפיל ליגענט ס'איז געבויעט זייער גאנצע שיטה.
אבער ליידער איז די ברעצליווע טרויעריגע דרך שוין געווען צו פארשפרייט, און לענגאויס אוקריינא האט מען נאכגעהערט פון אסאך פונעם שוואכן יוגענד, וואס האבן זיך צוגעכאפט צו דעם. וואס ווי באקאנט ווערן בעצבות'דיגע מענטשן זייער שנעל צוגעצויגן צו זיינע ספרים, ווי די צדיקי הדור האבן קלאר געזאגט; אז גענוי ווי אפיקורסת ציעט, אזוי ציעט דאס אויך זייער שטארק. און גענוג משפחות זענען צובראכן געווארן, ווען איינער איז פארכאפט געווארן צו דעם מאדנעם בעצבות'דיגער דרך, און זיך אויפגעפירט מיט זייערע צעדרייטע מנהגים.
- אין אזא פאל פלעגן די עלטערן רייסן קריעה און זיך זעצן שבעה - לויט'ן פסק הלכה פון די רבנים, גענוי ווי איינער וואס איז אראפ פונעם יודישער דרך. און אפי' אזעלכע וואס זענען געווארן בעלי תשובה דורכ'ן ברעצליווער דרך, האבן צום סוף ווידער פארלאזט יודישקייט, צוליב די גאר מאדנע אויפ'פירונגען וואס די ברעצליווערס האבן פראקטיצירט, און האט נאר אנגעמאכט א שווארץ טרויעריגער לעבנס אויפ'פירונג.

9
פרק ה'
נאך וואס נתן – דער אויסגעצייכענטער שקרן - איז אפגעשטארבן, איז די ברעצליווע באוועגונג מער איינגעשרינקן. אבער מיט דעם איז אויך פארגעסן געווארן די אמת'ע סיבה פונעם התנגדות. ווייל פון אזויפיל ראנגלענישן מיט זיי, האט מען צומאל פארגעסן אז דאס איז נישט סתם א געשלעג. און די ברעצליווערס האבן פראבירט אלע וועגן, אז מ'זאל טאקע פארגעסן וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן. און דאס האט צוגעברענגט אז תמימות'דיגע יודען, זעענדיג עפעס דברי תורה, האבן זיך צודעם צוגעכאפט. ווייל וואס איז ברעצליוו? א גרויסע מיסט קאסטן פון אלע סארטן שגעונות. ביי זיי איז נישט קיין חילוק די השקפה, ס'נישטא קיין גדרים וסייגים, און אוודאי נישט קיין וועג ווייזער.
דערפאר האט אויסגעפעלט מיט די יארן, צו דערמאנען דעם ערליכן ציבור אוועקצושטיין פון דעם בלינדען סכנה. און כאטש אז פאר אונז חסידים, וואס גלייבן און פאלגען וואס מ'הייסט, פעלט נישט אויס מסביר צוזיין פארוואס ס'איז פסול. ווייל מיר פאלגען מיט אמונה - יעדעס ווארט וואס די הימל צדיקים האבן גוזר געווען. אבער דאך, אז מ'זאל נישט מיינען אז די חרם אויף זיי איז געווען בלי טעם, מוז מען אמאל פארציילן אביסל וואס דארט איז. מ'דארף וויסן, אז זייער עצם דרך איז פארפוילט פון אנהייב, צוזאמען מיט כפירה ממש, וואס מאכט קליא די פונדאמענטן פונעם יודישער מסורה.
למשל, דער ענין פון אחטא ואשוב, לכתחילה צו זינדיגן און זאגען - כ'וועל שוין תשובה טון נאכדעם - איז דארט זייער נארמאל. און צו גלייבן אין א לעבעדיגע צדיק, איז דארט אפגעפרעגט אינגאנצן. נאר די עיקר איז לויפן צו קברים און מאכן התבודדות – פאנטאזירן אין הימל אריין כאילו מ'כאפט רוח הקודש. און יעדער איינער – נישט קיין חילוק וועלכע מדריגה ער איז - איז ראוי פאר אלעס, ווייל נחמן האט אליינס אזוי געזאגט - אין זיין אייגענע נאמען...
און די ביכל מיט נייע סארט תפילות וואס נתן האט אויפגעמאכט, איז דאך דורכגעווייקט מיט כפירה ממש. אין איין תפילה שטייט דארט, אז אום יום כיפור ווען מ'איז זיך מתוודה, זאל מען טראכטן ווי מ'איז זיך מתוודה פאר נחמן... און פונעם אנדערן זייט, איינע פון די יסודות פון חסידות, איז דאך די באגריף פון גלייבן אין א היינטיגער לעבעדיגער רבי, דאס איז ביי זיי איבריג. און פון זיי קומט די געדאנק צו מזלזל זיין אין יעדע הלכה און הוראה פון רבנים וצדיקים שבדור, ווייל לשיטתם קען יעדע יוד אליינס מאכן זיין אייגענע דרך אין עבודת השם... ממילא איז די גאנצע דרך החסידות ביי זיי איבריג, און וועגן דעם מאכט זיך טאקע יעדער איינער שבת פאר זיך...
און אין אלע ביכער פון נחמן און נתן, איז בכלל נישטא קיין שום שייכות צום מסורה'דיגן דרך, ווייל ס'איז געבויעט אויף פרעמדע פסיכאלאגישע חכמות. און נחמן איז טאקע געווען באשאנקן מיט דעם טאלאנט פון שרייבן פאנטאזיעס אויף א ספעציעלע פארנעם, אבער דאס האט גארנישט מיט ערליכקייט. און ווען ס'קומט צו א רוחניות'דיגע ענין, ווען מ'דארף נוצן מוח און נישט געפילען, פאלט דער מענטש אדורך פון די קלענסטע ניסיון. נו וויאזוי דארף דאס צוזיין א דרך צו עבודת השם? אפשר אפאר גוטע ביכלעך פאר גוים - וואס האבן גארנישט עפעס העכערס צו שטייגן.
און אויב ברעצליוו איז אלץ פארנומען און פרעדיגן אז מ'דארף זיין פרייליך, פארוואס זענען זיי אלץ שיכור און דערשלאגן צעמישט און פאר'חלומ'ט?... קען מען דען אזוי דינען דעם אייבירשטן? אויף דעם האבן שוין די צדיקי הדור געזאגט; זיי וואשען און וואשען זיך און בלייבן תמיד שמוציג... זיי טאנצן און טאנצן און בלייבן בעצבות תמיד... ס'נישטא נאך אזעלכע וואס רעדן אזויפיל פון שמחה, און זענען אליינס אזוי בעצבות... דאס איז טאקע די תוצאה פון זייער חושך על פני תהום, ווייל אויך נחמן פלעגט צו זיך זאגן, ווי ס'עקלט עהם דאס לעבן און די וועלט...
און דאס וואס זיי טאנצן און מאכן זיך פריילעך, איז נישט מער ווי שיכרות און הוללות, ווייל דאס קען מען זען אויף יעדן וואס געהער צו זייער גרופע. כאטש יענער וועט גיין אנדערש אנגעטון, וועט מען זיין עצבות גלייך באמערקן. ווייל לויט זייער שיטה איז די גאנצע וועלט קראנק, און יודישקייט און נשמות איז א ווערטער שפיל. און אז ס'קומט נישט פון קיין ריינע מקור, אוודאי איז נישטא קיין ריכטיגע שמחה.
ס'איז צום באמערקן, אז אינעם חסידישער היסטאריע איז קיינמאל נישט געווען אזא סארט התנגדות פון די גרעסטע צדיקים, נאר קעגן די ברעצליווע דרך. ווייל די צדיקים אין זיין דור האבן גוט געקענט די זאך פון די נאנט, און געוואוסט אז דאס איז א סכנה פאר'ן תכלית פון א יודישע נשמה, דערפאר האבען זיי געמאכט אזא שארפן חרם. אין די זעלבע צייט איז טאקע געווען געוויסע דרכים, וואס די ערשטע תלמידי הבעל שם טוב והמגיד זי”ע האבן געהאלטן, אז ס'איז נישט די ארגינעלע דרך החסידות וואס דער הייליגער בעל שם האט אוועקגעשטעלט.
- ווי למשל חב”ד און קאצק. וואס חב”ד איז געגרינדעט געווארן דורך איין תלמיד – דער בעל הרב שו”ע – וואס האט אנגעוויזן צו לערנען הויעכע מדריגות, און דורך דעם וועט די נשמה ווערן ארויפגעצויגן הויעך. און די ארגינעלע דרך החסידות איז, אז מ'דארף קודם האלטן ביי איין מדריגה און זיך גוט אויסארבעטן די מידות, ביז מ'קען טאנצן אויף א העכערע שטאפל. ווידער קאצק, איז געווען זייער שארף, ווייל זיי האבן זיך קאנצענטרירט אויף אמת'דיגקייט, און די ארגינעלע חסידות איז געווען געשטעלט אויף מקרב זיין יעדע סארט יוד, כאטש יענער איז נישט אינגאנצן אמת'דיג.
ממילא האט דאס נישט געשטימט מיט'ן דרך וואס דער הייליגער בעש”ט האט אויסגעלערנט. אבער חלילה צו זאגן אז ס'איז פסול, נאר ס'איז נישט די ארגינעלע דרך החסידות. ווייל דער הייליגער מאור עינים איז געווען פון די עלצטע תלמידי המגיד, און רוב תלמידים האבן אנגענומען זיין הנהגה אלץ דער ארגינעלע דרך החסידות, עפעס וואס שטימט פאר אלע סארט יודען. אזוי ווייט, אז די הייליגע דרוק פון זיטאמיר און סלאוויטא, האט נישט געדרוקט קיין ספרים פון די אנדערע דרכים, ווייל דאן האבן אלע זיך געהאלטן מיט'ן הייליגן דרך וואס דער מאור עינים האט ממשיך געווען.
אבער די צדיקים פון יענע דור האבן קיינמאל נישט געמאכט קיין חרם אויף קיינעם, און נאר אויף די דרך פון ברעצליוו האבען זיך אלע צוזאמגענומען און ארויסגעגעבן אזא שארפע חרם. ווייל זיי האבן געהאלטן אז ס'איז רעכט עבודה זרה, און ס'קומט גראד פון די סיטרא אחרא רחמנא ליצלן.
9
אין יאר תקצ”ט, איז נסתלק געווארן דער הייליגער סאווראנער רב זצוק”ל, אבער די צדיקים נאך עהם האבן נישט נאכגעלאזט, און אלץ געווארענט זייערע חסידים און אנהענגער, זיך צו היטן פון דעם קלעבעדיגן ברעצליווער קרענק. ווידער די באקאנטע רשעות'דיגע משכילים און מוסרים, האבן האנט ביי האנט מיט די ברעצליווערס, זיך פראבירט אפרעכענען מיט די חסידים, אבער ס'איז זיי רוב מאל נישט געלונגען.
און די משכילים אליינס האבן נישט ווייניג חוזק געמאכט פון נחמן און זיינע נאכלויפערס, און באשריבן די ברעצליווע באוועגונג, אלץ א קראנקע איינגערעדטע דרך. ווי זיי שרייבן, אז אלעס וואס נחמן האט געפרעדיגט, איז שוין דערמאנט אין פריערדיגע אלוועלטליכע ביכער, און נחמן האט נאר צוגעלייגט זיינע אייגענע פאנטאזיעס, און אז מ'זעט קלאר פון זיינע ביכעלעך, אז ער איז נישט געווען אינגאנצען גייסטיש געזונט...
דאך, אין די הייסע צייטן ווען די חסידים האבען גע'רודפ'ט די ברעצליווערס, האבן די משכילים ארומגעדרייעט דעם דאשיק, און געגאסן פייער און שוועבל קעגן די צדיקי הדור. מיט'ן אויסרייד, אז זייער הארץ גייט אויס צוצוזען ווי מ'רודפ'ט אזעלכע רחמנות'דיגע מענטשן.
און זיי שרייבן די ערגסטע ווערטער אויף די צדיקי הדור, אז זייערע חסידים זאלן האבן צעשטויסן די ברעצליווערס פיזיש און גייסטיש. און ס'אמת געווען, אז מ'האט זיי צעפיצעלט און פארטריבן פון איבעראל. ווייל רוב שטעטלעך און דערפער לענגאויס אוקריינא, איז געווען אונטער די הערשאפט פון די חסידישע צדיקים. און אויך אומאן איז אין יענע יארן געווען פול מיט חסידישע שטיבלעך, און די ברעצליווערס האבן נאר געהויערט נעבן די קבר וואס זיי האבן ערקלערט אלץ נחמן'ס קבר, און אויך דארט האבן זיי נישט געהאט קיין אייגענעם בית מדרש.
דאס אלעס איז געווען אין אוקריינא, דארט ווי ס'האט זיך אלעס אנגעהויבן, אבער אין אנדערע מדינות האט מען כמעט נישט געוואוסט וואס איז פארגעגאנגען. און מ'פארציילט, אז אמאל איז געקומען א פוילישע רב צו הרה”ק ר' משה מסלאוויטא זצוק”ל – דער גרינדער פונעם הייליגן דרוקעריי, און יענער האט עהם פארגעהאלטן, היתכן אז די רוסישע צדיקים פירן אזא מערכה קעגן די נחמן געטשקעס, אין די צייט וואס די פוילישע צדיקים האבן שוין געזען זיינע ספרים, און האבן גארנישט רעאגירט קעגן דעם.
האט ער עהם געענטפערט מיט שארפקייט; וואס מיינסטו ווער איז די גאנצע וועלט? דו, מיט נאך צען טויזענט שוטים?... ניין, איך מיט נאך ניין יודען זענען דעת תורה, און אויף דעם שטייט די וועלט... און באמת אזוי שטייט אין די תורה, כי לא מרובכם בחר ה' בכם. ווייל אויפ'ן וועלט זענען פארהאנען מיליאנע כופרים ועובדי ע”ז און סתם פויערן, וועט מען דען הערן פון זיי א דעת תורה? ניין, די דעת תורה געהערט פאר די יחידי סגולה, די צדיקי הדור, וואס פאר זיי האט דער אייבירשטער געגעבן די כח און רוח הקודש, צו ווייזן די ריכטיגע וועג.

9
פרק ו'
דאס איז זיכער, אז די חרם וואס דער הייליגער שפאלער זיידע זצוק”ל האט ארויפגעלייגט אויף די ברעצליווערס, איז קיינמאל בטל געווארן. ספעציעל ווען דער גרעסטער פוסק אין אוקריינא – דער הייליגער סאווראנער רב זצוק”ל – האט דאס פריש באשטעטיגט, און אלע צדיקים אין אוקריינא און די דורות ווייטער, האבן דאס אנגעהאלטן אן קיין שום אפשטעל, און זייער'ס א ווארט איז תורה און נצחיות. און נישט נאר האבן זיי דאס געהאט אלץ א אייביגע מסורה, נאר האבן דאס אויך איינגעזען מיט זייער זעלטענעם רוח הקודש. מיט דעם זענען אלע חסידישע הויפ'ן געווען אייניג, ווי צום ביישפיל; טאלנע, סאדיגער, סקווירא, בערשאד, זינקעוו, סלאוויטא, מאקאריוו, סאווראן, טשערנאביל, סלאנים, ראכמסטריווקע, טוריסק, בעלזא, זלאטשוב, ליניץ, טשערקאס, קארסטשעוו, קארלין, און ווערט נישט... און אין בארדיטשוב איז געווען א ספעציעלע תקנת חרם, אויף ווער ס'וועט אפי' נאר האנדלען מיט זיי.
אין די הויפ'ן פון רוזשין, קארלין און סלאנים, פלעגט מען זיך אויסדרוקן אויף זיי מיט אומ'געווענליכע שארפע ווערטער, וואס איז בכלל נישט געווען די דרך אזוי צו רעדן. ווען מ'האט געזאגט 'אל תפנו אל האלילים' האט מען געוויזן אויף ברעצליוו, און צדיקים פון יענע דורות האבן געזאגט; ווען דער נחמן וואלט נישט געווען א אייניקל פונעם הייליגער בעל שם זי”ע, וואלט חלילה ארויסגעוואקסן א צלם אויף זיין קבר! דאן וואלט מען קלאר געוואוסט ווי ער ליגט באמת. און אינעם הימלישער זכות פונעם גרויסער זיידע, האבן זיך כאטש זיינע קינדער און אייניקלעך אפגעראטעוועט, ווען זיי זענען אנטלאפן צום טשערנאבלער הויף.
מ'טרעפט אינעם ערשטן חסידישער ספר, די הייליגע מאור עינים, א רמז קעגן דעם פארדארבענעם גרופע, ווי ס'שטייט דארט די הייליג לשון; לא כמו השוטים שאומרים על היראה אמיתית שהיא מרה שחורה, שאינו צריך רק נקודה. לכן הבל יפצה פיהם ולא כן ידברו. [אויף יודיש; נישט אזויווי די שוטים וואס זאגן, אז אויב מ'איז צו ערנסט איז עס מרה שחורה, און מ'דארף נישט מער ווי איין פינטעלע יראת שמים און ס'איז גענוג. טאקע דערפאר רעדן זיי הוילע שטותים, און ס'נישטא קיין אמת אין זייערע רייד.]
און אלץ רבי פון אלע רבי'ס, האט טאקע זיין זון - דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זצוק”ל - באפוילען זיינע קינדער צו שטיין אויפ'ן וואך, און נישט לאזן די ברעצליווע חברה פארכאפן נשמות. און די הויפ'ן אזויווי טאלנע און טשערקאס, וואס זענען געווען אינעם געגענד ארום אומאן, וואס דארט איז מיט די יארן געווארן מער אנגעלייגט מיט יענע חברה, האבן למעשה מער געהאט צוטון מיט זיי. און אין די שטעט טיראווצע און טראטשצע, האבן חסידים זיי ממש צע'מזיק'ט, ווען זיי האבן פראבירט פארכאפן יונגע בחורים צו זייערע גרופעס.
דער הייליגער טאלנער מגיד זי”ע האט זיך מיט די יארן אויסגעדרוקט אויף זיי; כ'בין אוועקגעגאנגען פון בראד, ווייל ס'געווען דארט א קלויסטער, און יעצט דא אין טאלנע זע איך זיי קומען זיך צו שלעפן מיט וועגענער, יעדע זונטאג צו אומאן דערנעבן, איז ווידער א קלויסטער...
אמאל איז געקומען איינער צום הייליגן טאלנער מגיד זי”ע, און געמוטשעט, אז דער מגיד מוז עהם זאגן פארוואס מ'פארפירט אזוי שטארק אקעגן יענע חברה. האט עהם דער צדיק פארציילט א משל; א יונגערמאן איז אמאל געלאפן לערנען אין שטיבל, און אויפ'ן וועג טרעפט עהם אן א הונט, און הייבט אן פארציילן מיט זיין שפראך - פאר'ן יונגערמאן באהאלטענע סודות פון הימל... און דער יונגערמאן איז געווארן א משפיע פאר אנדערע – מיט דעם כח – און איינע פון זיינע חברים האבן אנגעהויבן שפיאנירן נאך עהם, אויסצוגעפונען פון ווי ער נעמט די אלע סודות וואס ער דרשנ'ט?
און איין טאג האט ער עהם געהערט זאגן, אז ער קען אויפווייזן קלאר אז די וועלט איז באשאפען געווארן דורך צוויי כוחות [רחמנא ליצלן פון אזעלכע געדאנקן]. איז דער חבר געווארן אויפגעציטערט, און עהם פארגעהאלטן, אז ס'דאך נאר דא איין גאט! האט דער יונגערמאן עהם אנגעהויבן אויפווייזען מיט טיפע סברות, אז ס'מעגליך דא מער ווי איינס [ח”ו], דעמאלטס האט שוין דער חבר גוט פארשטאנען פון ווי ער נעמט זיינע סודות, און איז גלייך אנטלאפן פון עהם... דאס איז דער תירוץ! האט דער הייליגער טאלנער מגיד אויסגעפירט, און האט נישט געוואלט ווייטער רעדן.
אויך די אנדערע פון די אכט ברודער – קינדער פונעם הייליגער טשערנאבלער מגיד זי”ע – זענען געשטאנען על המשמר, און געפאדערט אנצוהאלטן דעם חרם. מרן ר' איציקל מסקווירא זי”ע האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיי; ברעצליוו איז עבודה זרה ממש! קיינמאל זאלט איר מיר נישט אריבערפירן נעבן איינע פון זייערע מקומות. און אמאל ווען ער איז געווען אונטערוועגענס אין א גאסט-הויז, האט ער פארפירט אינמיטן נאכט אז ער שמעקט עפעס נישט הייליג אינעם סביבה. און נאכן גוט זוכן האט מען געפונען א ברעצליווער ביכל, און מ'האט עס מבער געווען, האט זיך דער צדיק בארואיגט.
הרה”ק ר' יעקב ישראל מטשערקאס זי”ע, האט אמאל פארשיקט א רב פונעם שטאט טשערין, וואס איז געווען אונטער זיין הנהגה, ווייל יענער איז געווארן א ברעצליווער. אויך ר' יוחנן מראכמסטריווקא זי”ע, האט באפוילן פאר זיינע חסידים אין שטאט אומאן, אז אין זיין שול – וואס איז געווען דער גרעסטער שול אין שטאט – זאל מען זייער אכטונג געבן, אז קיין איינער פון די ברעצליווערס זאלן נישט איבערטרעטן דאס שוועל. אויך רבי ר' משה קארסטשיווער און רבי נחום ממאקאריוו און דער מגיד פון טוריסק זי”ע, האבן אנגעזאגט זייערע חסידים זיך אכטונג געבען פון יענע חברה, ווייל זיי זענען א סכנה פאר'ן נשמה.
איינע פון די צדיקים האבן געזאגט; דאס וואס די ברעצליווערס קענען זיך צעשרייען און צעפייערן ביים דאווענען, איז גארנישט אנדערש ווי די נביאי הבעל אין די צייטן פון אליהו הנביא אויפ'ן הר הכרמל... און אין לעלוב פלעגט מען זאגן; אפי' א שלונג וואסער טאר מען פון זיי נישט נעמען! און בכלל פלעגן צדיקים פרעגן - ווען מ'האט מזכיר געווען א גייסטיש קראנקער, אויב יענער האט מעגליך זיך פארלערנט די ברעצליווע ביכער, ווייל דאס איז דאס ערשטע גורם צו עצבות און מרה שחורה.
אמאל איז געקומען איינע פון די צדיקים אין שטאט 'שווארץ-טומאה', און האט געפרעגט זיינע חסידים אויף א בנין מיט א גרויסע כיפה דערויף – וואס דאס איז? האבן זיי געזאגט, אז דאס איז דאך פון יענע חברה... האט ער א זאג געגעבן; און דאס שטייט נאך?... ס'איז נישט אריבער די נאכט, און דאס בנין איז געווען א הויפן שטיינער... אויך אינעם שטאט אומאן, ביים שטאטישער שול מקוה, ווי די ברעצליווערס פלעגן דארט הויערן ביים איינגאנג, פלעגן חסידים ליבערשט אריינטאנצן דורכן פענסטער, איידער אריבערגיין ביים טיר ווי יענע חברה זענען געזעצן, אלץ נישט צו זיין אין זייערע ד' אמות.
9
איין פאסירונג איז געווארען שטארק באוואוסט, ווען די משכילים האבן דערפון געמאכט א גאנצע צימעס. דאס האט פאסירט אינעם שטאט טעפליק, ווי דער רב ר' אהרן בערשאדער זצ”ל איז געווען דער הויפט רב, און איז געשטעלט געווארן אלץ רב אין טעפליק דורכ'ן צדיק מרן ר' איציקל סקווערער זי”ע. און ער האט אנדעקט ביים שטאט'ס שוחט בערל, אז ער לערנט די ברעצליווע ביכער. און נאכ'ן עהם ווארענען עטליכע מאל, און ער האט נישט געפאלגט, האט ער עהם פארשיקט. און געשיקט מעלדן פאר'ן צדיק, אז מ'דארף א נייע שוחט אין טעפליק, ווייל דער שוחט בערל איז פאר'ברעצליוו'ט געווארן.
ווען דער צדיק האט געהערט וואס האט פאסירט, און אז בערל שוחט האט אפילו געשוואוירן אויפצוהערן לערנען זייערע ביכער, און האט שפעטער עובר געווען אויף זיין צוזאג. האט דער צדיק געשיקט א נייעם שוחט, און אויף בערל איז ארויפגעלייגט געווארן א איסור, אז מ'טאר נישט עסן פון זיין שחיטה. באלד האבן זיינע ברעצליווע פריינד אנגעמאכט א טומעל, אבער ס'האט זיי נישט געהאלפן.
האבן זיי זיך באקלערט עהם צו שיקן קיין נעמיראוו, ווי ס'האט זיך אויסגעפעלט א שוחט. און אין נעמיראוו איז געווען א גרויסער גרופע פון יענע חברה, וואו פון דארט האט מען נישט לאנג פארדעם פארטריבן נתן - זייער פירער. אבער דער צדיק ר' איציקל האט ברוח הקודש דאס געוואוסט, און האט שוין פון פאראויס אהינגעשיקט א צווייטער שוחט... און ווען בערל איז דארט אנגעקומען, און געכאפט אז מ'האט עהם ווידער אויסגעשפילט, איז ער געלאפן צו די משכילים, אז זיי זאלן מאכן דערפון א סקאנדאל אין זייערע בלעטער.
און זיי האבן טאקע פארשפרייט פאמפלעטן מיט דברי חוצפה קעגן דעם צדיק, און קעגן ר' אהרן – דער טעפליקער רב. און אין די זעלבע צייט איז ער געלאפן צום הויפט רב פונעם געגענד, אז ער זאל צווינגען דעם נייעם שוחט אפצוטראגן. אבער די רבנים האבן זיך פארשטענדיגט צווישן זיך, און האבן גאר גע'פסק'ט קעגן עהם! אז ער האט א דין ווי א חולק על הרב, ווייל די שטעט וואס זייער מגידות געהערט צום סקווערן רבי'ן, איז ער דער ווארט-זאגער ווער ס'זאל זיין שוחט. און טאמער קריגט ער זיך קעגן, איז ער ממילא פסול. אבער דער בערל האט דאס איגנארירט, און ווייטער גע'שאכטן אין שטאט פאר די תמימות'דיגע בעלי בתים.
דעמאלטס איז ארויס א קול קורא דירעקט קעגן עהם, אז ווער ס'עסט פון די שחיטה פון בערל שוחט, איז אוכל טריפות, און ווערט אריינגערעכנט אינעם חרם וואס איז שוין לאנג דא קעגן יענע חברה. און ווער ס'האט בשוגג עובר געווען, דארף כשר'ן זיינע כלים און אוועקשטיין פון זיי, כדי נישט נכשל ווערן מיט די הארבסטע איסורים. און ווען בערל האט דאס געזען, האט ער אפגעשיקט א לענגערע בריוו צום באקאנטער גאון – ר' שלמה קלוגער זצ”ל – קיין לעמבערג.
און ווען מ'האט געהערט אין טעפליק אז ער האט געשיקט בריווען צו די גרויסע רבנים, האבען זיי אויך געשיקט א לענגערע בריוו מיט אלע פרטים, אז דער גאון זאל קלאר זען ווער ס'שטייט פון ביידע צדדים. און ס'איז צוריקגעקומען א לענגערע תשובה פונעם גאון, ווי ער האט אפגעשריבן זיין פסק דין, און דאן אויסגעפירט. כאטש ס'קוקט אויס פון בערל'ס זייט, אז מ'האט זיך סתם פארלייגט אויף עהם, אבער ס'שמעקט אז ער געהער צו א גרופע שקרנים. ממילא איז שוין נישט קיין חילוק וואס איז געשען, נאר אז ער איז א עזות פנים קעגן די רבנים און די צדיקי הדור, האט מען גוט געטון אז מ'האט עהם פארשיקט...
און ענליכס האט פאסירט אין די שטעט זינקעוו און מעזיבוש, און ס'געווען זייער קלאר, אז וועמען מ'האט געטראפן האבן שייכות מיט יענע חברה, האט מען יענעם באזייטיגט. און דאס צייגט אויך וואספארא כח די צדיקים האבן געהאט, און אז יעדער האט געפאלגט!
אויך אין הייליגן לאנד, אין צפת און טבריה, וואו ס'זענען געווען גרופעס חסידים, און ווען מ'האט געפונען אינעם בית הכנסת פונעם אריה”ק זי''ע אזעלכע וואס האבן שייכות צו יענעם דרך, האט מען זיי פארטריבן פון דארט מיט כח, כדי חלילה נישט צו דאווענען מיט זיי אינעם זעלבן מקום.

*
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 4:10 pm

פרק ז'
אלע יארן שפעטער זענען די ברעצליווע חברה געווען א פארשעמטע גרופע, וואס מ'האט זיי נישט געלאזט האבן קיין שייכות מיט די היימישע געמיינדע, און מ'האט פראבירט נישט צו האבן קיין שום משא ומתן מיט זיי. און זיי פלעגן זיך גרופירן אין טונקעלע פארווארפענע קעלערן, און פון דארט האט מען צומאל געקענט ארויסהערן זייערע זויערע געטענץ און פארברענגעריי. און ווילאנג זיי האבן זיך געהאלטן פאר זיך, און נישט פראבירט צו קאמאנדעווען אינדרויסן, האט מען זיי נישט געשטערט. און די צדיקים פלעגן ניטאמאל רעדן פון זיי, נאר פון צייט צו צייט דערמאנען מיט א רמז, אז דאס איז מוקצה מחמת איסור און געענדיגט.
ווייל די ציל איז נישט געווען צו מאכן סתם מחלוקת, נאר אז זיי זאלן שטיין ווייט פון אונז אינגאנצן. און ווילאנג מ'האט פארשטאנען אז זיי זענען משוגעים און מ'איז אוועקגעשטאנען פון זיי, איז געווען שטיל. אבער טאמער האבן זיי געוואלט מאכן א שייכות, צו מיט געשעפטן צו מיט שידוכים, אדער אז ס'האט זיך געעפענט פרישע גרופעס פון זיי - וואס האבן פראבירט זיך אויסצומישן מיט ערליכע יודען, איז ווידער געווארן א געשריי.
ווייל זיי צו פאר'רעכטן איז געווען א שאד! ווי די צדיקים האבן געזאגט אויף זיי דעם פסוק; כל באיה לא ישובון, אז זיי זענען מינות ואפיקורסות וואס ציעט שטארק, און זיי וועלן זיך נישט אפלאזן דערפון. ממילא, וואס האבן מיר פון סתם זיי מצער זיין? און ספעציעל ווייל מיר האבן נישט פיינט זייערע נשמות חלילה, נאר זייערע פאלשע מעשים און דרכים. אבער זיך אכטונג געבן פון זיי, אז נאך זאלן נישט פארכאפט ווערן, דאס האט מען יא משתדל געווען זייער שטארק.
און פון די אנדערע זייט, האבן די ברעצליווע חברה געטון אלעס וואס זיי האבן געקענט, זיך צו כשר'ן ביים ציבור. און האבן ארויסגעגעבן ביכלעך מיט פארדרייעטע היסטאריע, כדי צו פארגלעטן אלעס מיט אפענע שקרים פון אנהייב ביז'ן סוף. און דערמיט האבן זיי געהאפט אז ס'וועט פארגעסן ווערן די אמת'ע געשיכטע'ס.
און די משכילים זענען זיי געווען זייער בייהילפיג, ווייל זיי האבן געהאט דעם זעלבן ציל, צו רעפארמירן דעם יודישער פאלק, און דאס איז געווען באמת אויך די ציל פון נחמן אליינס. און אנשטאט זיי זאלן העלפן דאס יודישקייט, האבן זיי נאר פארדארבן, און דערפאר איז אלע זייערע מקורות נישט נאר פסול – נאר אומווערדיג און שלעכט.
און מ'זעט טאקע, אז ווער ס'קען בעסער ליגענט זאגן ביי זיי, יענער ווערט א פירער, א משפיע. ווייל אויף דעם איז זייער גאנצע דרך געבויעט, אויפצובלאזן און איבערטרייבן געדאנקן אויף די אלטע שקרים און שטותים. און יעדער דארט האט זיך זיינע פרישע לאקשן און מיסט, און זענען בכלל נישט אייניג מיט איין גאנג בכלל.

9
ביז היינט, האט מען ביי די חסידישע קרייזן קיינמאל נישט פארצייכענט וואס איז פארגעגאנגן דארט, ווייל מ'האט זיי בכלל נישט גורס געווען. אבער ווען ס'איז געווארן א מצב, אז די פולע רייע ביכלעך מיט שקרים האבן אנגעהויבן אריינקומען אינעם היימישער געמיינדע, און געוויסע האבן נאך גענומען פון זיי מקורות אויף מסורה און מנהגים, האט דאס גורם געווען אז מ'זאל דאס מוזן אפשרייען. און א ביישפיל פון פאלשע מנהגים וואס נתן האט איינגעפירט ביי זיי, איז זייערע קפידות נישט צו עסן רויע ציבעלעך, און 'אינדיק-פלייש'... ווייל לויט נחמן ברענגט דאס צו גאווה, און צעמישעניש אינעם מוח...
איז וואס האבן זיי סך הכל געטון? גענומען ענינים פון קבלה, און עס אויסגעמישט מיט גויאישע איינרעדענישן, און דערפון געמאכט א קפידה – באזירט אויף זייערע אייגענע בויך ווייען... און ס'איז א פארטיגע מקור! און אפי' ווען זיי ברענגן נאר אראפ מאמרי חז”ל, אדער געדאנקן וואס שטייט אין הייליגע ספרים אויך, איז עס אויך מוקצה. ווייל איינמאל ס'ווערט געלערנט פון זייערע ביכער, איז עס א אומווערדיגע קלעבעדיגע קרענק. גענוי ווי א אפיקורס וואס שרייבט א ספר תורה, אז די הלכה איז אין אזא פאל, אז מ'דארף עס פאברענען.
און ביכער האבן זיי שוין ארויסגעגעבן א געוואלד אסאך, וואס דארט שטייט לאנגע סיפורים פון דמיונות און חלומות, טראגעדיעס און קאמעדיעס. גענוי ווי די קריסטליכע ביכער זענען געשריבן געווארן, א שטייגער אז ס'זאל ציען דאס הארץ, און אריינשלעפן צו אלע רוחות און פאנטאזיעס, פון ליבע און שרעק, וואס דאס שוועבט אלץ אין זייערע אנגעלייגטע אומריינע מחשבות.
אונטערשטע שורה! אין זכות וואס די געטרייע חסידישע יודען האבן זיי פארטריבן פון זייער מחנה, האבן זיי זוכה געווען געראטעוועט צו ווערן אויף וואונדערליכע וועגן, פון אסאך צרות, און אויפציען די אייגענע לעכטיגע דורות, אויף א ערליך נחת און יודיש געבענטשע לעבן. און דאס איז געווען די ברכה פון די הימל צדיקים, אז ווער ס'וועט זיי דערווייטערן, וועט זוכה זיין צו אסאך ברכות בזכות התורה הקדושה.
די עיקר איז; ווער ס'פארדרייעט אליינס די הייליגע ערליכע מסורה, וואס ווערט איבערגעגעבן פון די צדיקי אמת וגדולי הדור – וואס האבן סמיכה דירעקט פון זייערע רבי'ס נשמתם עדן, אזא איינער איז אטאמאטיש פסול, מוקצה, אומריין און דערווייטערט. דאס שרייבט דער הייליגער רמב”ם אין די דרייצן עיקרים; אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וְלֹא תְהֵא תוֹרָה אַחֶרֶת מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ:
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 4:16 pm

נעקסט לעוועל האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:איך טרעף נישט יעצט די יחוס, אבער א מחותן איז ער זיכער אפאר מאל מיט ר’ נחמן

יא. ווייל דו האסט נישט געלייענט די ספר'ל ראש ולענה, וואס דארט שטייט וויאזוי ער איז א מחותן.
וואס ס'שטייט נישט דארט, איז די נאמען פונעם איידים. און די נאמען איז ר' גדלי' ממאלין זצ''ל, און זיינע טעכטער זענען אנטלאפן פון עהם קיין טשערנאביל און ר' אהרן האט זיי מגדל געווען ווי קינדער, און זיי חתונה געמאכט מיט זיינע אייניקלעך.

צדיקים פלעגן זאגן, אז ווען נישט ר' נתן, וואלט מען געמאכט א שווייג פון הרה"ק ר' נחמן, ווייל פארט איז ער געווען א בנן של קדושים כמלאכים, ואם לא נתן, לא עיכב, אבער איינמאל ר' נתן האט אנגעמאכט זיינע שקרים, אלו ואלו נשרפין.

כווייס נישט וואס די בויעראציע אויף די קונטרס ראש ולענה איז, סאיז איין שטיק הוילע בלאף אויסגעזויגן פון הוילע פאנטאזיע, צוגעפיצט מיט פאקטן עס צי מאכן אויסקוקן עכט, זהו.
כזאג נישט קיין השערות, כזאג פאקטן, כקען די מחבר פונעם קונטרס, סאיז ארויסגעקומען אינעם סאמען הייסן סעזאן פונעם קאוויד זאווערוכע, כהאב דאן געמאכט מיין ריסוירטש, א בינטל חלומות.
יאפ סאיז דא אסאך אמת'ע פאקטן מלוקט פון אנדערע ספרים, און שיינע מעשה'לעך, באט די קונטרס איז פאבריצירט געווארן אין יארע ת"ש21

קודם; ס'איין שטיק בלאף... שפעטער; אסאך אמת'ע פאקטן... מלוקט פון אנדערע ספרים....
און אפשר ביסטו איין שטיק השערה?...
זאגסט שוין פונקט ווי דער בעל נשתכחה... ווייל ער ווייסט אז ער ווייסט נישט, זאגט ער אויף די היסטוריונים, שקר שכחה השערות... כ'זאג פאקטן... נעקס לעוול בת היענה.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך Nanach » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 4:31 pm

באהעלפער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:איך טרעף נישט יעצט די יחוס, אבער א מחותן איז ער זיכער אפאר מאל מיט ר’ נחמן

יא. ווייל דו האסט נישט געלייענט די ספר'ל ראש ולענה, וואס דארט שטייט וויאזוי ער איז א מחותן.
וואס ס'שטייט נישט דארט, איז די נאמען פונעם איידים. און די נאמען איז ר' גדלי' ממאלין זצ''ל, און זיינע טעכטער זענען אנטלאפן פון עהם קיין טשערנאביל און ר' אהרן האט זיי מגדל געווען ווי קינדער, און זיי חתונה געמאכט מיט זיינע אייניקלעך.

צדיקים פלעגן זאגן, אז ווען נישט ר' נתן, וואלט מען געמאכט א שווייג פון הרה"ק ר' נחמן, ווייל פארט איז ער געווען א בנן של קדושים כמלאכים, ואם לא נתן, לא עיכב, אבער איינמאל ר' נתן האט אנגעמאכט זיינע שקרים, אלו ואלו נשרפין.

אזוי ווי אלע דיינע "פאקטן" די סיבה זיי זענען אויפגאוואקסן אין טשערנאבעל איז ווייל ער איז אוועק אינג
Nanach
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:08 pm

Nanach האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:איך טרעף נישט יעצט די יחוס, אבער א מחותן איז ער זיכער אפאר מאל מיט ר’ נחמן

יא. ווייל דו האסט נישט געלייענט די ספר'ל ראש ולענה, וואס דארט שטייט וויאזוי ער איז א מחותן.
וואס ס'שטייט נישט דארט, איז די נאמען פונעם איידים. און די נאמען איז ר' גדלי' ממאלין זצ''ל, און זיינע טעכטער זענען אנטלאפן פון עהם קיין טשערנאביל און ר' אהרן האט זיי מגדל געווען ווי קינדער, און זיי חתונה געמאכט מיט זיינע אייניקלעך.

צדיקים פלעגן זאגן, אז ווען נישט ר' נתן, וואלט מען געמאכט א שווייג פון הרה"ק ר' נחמן, ווייל פארט איז ער געווען א בנן של קדושים כמלאכים, ואם לא נתן, לא עיכב, אבער איינמאל ר' נתן האט אנגעמאכט זיינע שקרים, אלו ואלו נשרפין.

אזוי ווי אלע דיינע "פאקטן" די סיבה זיי זענען אויפגאוואקסן אין טשערנאבעל איז ווייל ער איז אוועק אינג

ווער איז געווען זיין ווייב? ווען איז זי אוועק?
ווער האט אויפגעהאדעוועט זיינע קינדער? ווער האט זיי חתונה געמאכט?
לאמיר זען צו דו ווייסט פרטים. און דאן וועט מער זען ווער ס'איז דער שקרן, נתן צו די היסטארישע פאקט פון יארן, וואס קען נישט שטימען אז נתן האט זיי אויפגעהאדעוועט און חתונה געמאכט.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: שראליק מיט שמחה שמועסן איבער אומאן אין ראש השנה תשפ"ג.

הודעהדורך נעקסט לעוועל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:36 pm

באהעלפער האט געשריבן:
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:איך טרעף נישט יעצט די יחוס, אבער א מחותן איז ער זיכער אפאר מאל מיט ר’ נחמן

יא. ווייל דו האסט נישט געלייענט די ספר'ל ראש ולענה, וואס דארט שטייט וויאזוי ער איז א מחותן.
וואס ס'שטייט נישט דארט, איז די נאמען פונעם איידים. און די נאמען איז ר' גדלי' ממאלין זצ''ל, און זיינע טעכטער זענען אנטלאפן פון עהם קיין טשערנאביל און ר' אהרן האט זיי מגדל געווען ווי קינדער, און זיי חתונה געמאכט מיט זיינע אייניקלעך.

צדיקים פלעגן זאגן, אז ווען נישט ר' נתן, וואלט מען געמאכט א שווייג פון הרה"ק ר' נחמן, ווייל פארט איז ער געווען א בנן של קדושים כמלאכים, ואם לא נתן, לא עיכב, אבער איינמאל ר' נתן האט אנגעמאכט זיינע שקרים, אלו ואלו נשרפין.

כווייס נישט וואס די בויעראציע אויף די קונטרס ראש ולענה איז, סאיז איין שטיק הוילע בלאף אויסגעזויגן פון הוילע פאנטאזיע, צוגעפיצט מיט פאקטן עס צי מאכן אויסקוקן עכט, זהו.
כזאג נישט קיין השערות, כזאג פאקטן, כקען די מחבר פונעם קונטרס, סאיז ארויסגעקומען אינעם סאמען הייסן סעזאן פונעם קאוויד זאווערוכע, כהאב דאן געמאכט מיין ריסוירטש, א בינטל חלומות.
יאפ סאיז דא אסאך אמת'ע פאקטן מלוקט פון אנדערע ספרים, און שיינע מעשה'לעך, באט די קונטרס איז פאבריצירט געווארן אין יארע ת"ש21

קודם; ס'איין שטיק בלאף... שפעטער; אסאך אמת'ע פאקטן... מלוקט פון אנדערע ספרים....
און אפשר ביסטו איין שטיק השערה?...
זאגסט שוין פונקט ווי דער בעל נשתכחה... ווייל ער ווייסט אז ער ווייסט נישט, זאגט ער אויף די היסטוריונים, שקר שכחה השערות... כ'זאג פאקטן... נעקס לעוול בת היענה.
טענטראם אלערט
וואס איז נישט קלאר ? די ספר כשלעצמו איז אויסגעזויגן, כדי עס צי מאכן אויסקוקן עכט האט ער מלקט געווען שיינע חסידישע מעשה׳לעך וואס שטייען אין אנדערע ספרים
גענוג קלאר ?
באהעלפער טייערע איך זעה מקען מיט דיר קיין נארמאלע ארגומענט נישט האבן
לחיים ולשלום


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך yesiknow » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 12:06 am

הייליגע נאנאך
די האסט געזאגט אין אויפגעוויזן דעם אמת פאר איינער וואס זיכט עס, אבער עס איז בכלל נישט כדאי צו ענטפערען אדער מתוכח זיין מיט אהים כידוע הפתגם נצחון אינו סובל את האמת.

רואים שיש פה שנאה כבושה מתובל עם אגענדע הנח לו עם כל הגולגולים שלו אני בטוח שבתוך עצמו הוא מבולבל "נעקסט לעוועל" ולא יכול "לעזור" לעצמו, שיהיה לו ולכלנו שנה טובה ומבורכת.
סי יו אין אומן
אם אתה מאמין שיכולים לקלקל תאמין שיכולים לתקן. איך שיהיה הכל מהשם יתברך
yesiknow
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך Nanach » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 12:14 am

yesiknow האט געשריבן:הייליגע נאנאך
די האסט געזאגט אין אויפגעוויזן דעם אמת פאר איינער וואס זיכט עס, אבער עס איז בכלל נישט כדאי צו ענטפערען אדער מתוכח זיין מיט אהים כידוע הפתגם נצחון אינו סובל את האמת.

רואים שיש פה שנאה כבושה מתובל עם אגענדע הנח לו עם כל הגולגולים שלו אני בטוח שבתוך עצמו הוא מבולבל "נעקסט לעוועל" ולא יכול "לעזור" לעצמו, שיהיה לו ולכלנו שנה טובה ומבורכת.
סי יו אין אומן

ביסט הייליג גערעכט, עס האט מיר פשוט נערווירט
דרך אגב קענסט קוקן מיין ערשטע תגובה איך רוף מיר ננח נישט אלץ א ברסלבע. און איך האב נישט קיין פראבלעם מיט איינער וואס וויל באמת דורך טוהן די פאקטן, אבער דער האט סתם געטראלט.
Nanach
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 9:39 am

די מאמרים פון די שרפי מעלה איז א באקאנטע זאך, אז אלע האבן מחרים געווען הרה"ק ר' נחמן ור' נתן. ס'נישטא קיינער וואס לייקענט עס.
און ס'קיינמאל נישט בטל געווארן די חרם.
טאקע הרה"ק ר' נחמן ור' נתן האבן אפגעלאכט פון יעדן, אבער די גרויסע צדיקים האבן בכלל נישט געדרייעט מיט'ן צונג. לֹא אִישׁ אֵ-ל וִיכַזֵּב וּבֶן אָדָם וְיִתְנֶחָם הַהוּא אָמַר וְלֹא יַעֲשֶׂה וְדִבֶּר וְלֹא יְקִימֶנָּה.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 9:36 pm

באהעלפער הער אויף מיט דיינע מנוולות!

מנהל
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט