שראליק מיט שמחה שמועסן איבער אומאן אין ראש השנה תשפ"ג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שראליק מיט שמחה שמועסן איבער אומאן אין ראש השנה תשפ"ג

שליחה דורך הגיון »

גענומען פון אייוועלט

לקראת ראש השנה הבא ווען טויזענטער ברסלבער חסידים גרייטן זיך צו פארן קיין אומאן אין שאטן פון די שרעקליכע מלחמה וואס קומט פאר יעצט אין אוקריינע. וועלן מיר אייך ברענגן א שמועס צווישן א ברסלבער חסיד, מיר וועלן אים רופן "שראליק" על שם א'שרינו ש'יש ל'נו ר'בי כ'זה, און דעם אינטערלאקוטאר מיטן נאמען שמחה, על שם דעם טאטן פון מוהר"ן מברסלב זי"ע.



שראליק: איך האב רעזערווירט טיקעטס קיין אוקריינא צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ג.

שמחה: זיכער האסטו געהערט פון די מלחמה וואס עס גייט יעצט פאר אין אוקריינא, האסט נישט מורא?

שראליק: דער רבי היט אונז מיט אייבירשטענס הילף פארשטייט זיך. און בכלל עס איז נישטא וואס מורא צו האבן. רוסלאנד האט אינוואדירט מזרח אוקריינא, און אומאן איז אזוי ווייט פון דארט אזוי ווייט ווי קאלעפארניע איז פון קרית יואל. ווען דו הערסט אז עס איז דא אומריען אין קאלעפארניע האסטו מורא ארויסצוגיין אין גאס?

שמחה: איין מינוט, בעפאר מיר גייען רעדן וועגן די סכנה, לאמיר רעדן פון די טעכנישע חלקים, עס קאסט דאך א געוואלד מיט געלט, עס פארן נישט קיין דירעקט פליגערס קיין אוקריינא. איך הער אז אזא שפיל קען אפקאסטן שווערע טויזענטער דאלארן.

שראליק: נע, מיין חבר איז טאקע שוין געפארן, אים וועט עס טאקע קאסטן איבער צוואנציג אלפים. אבער איך מאך עס אונטער 8 אלפים די גאנצע געשעפט. די רייזע נעמט אריין 2 קאנעקטינג פליגערס מיט רויטע אויגן, מען קומט אן קיין מעלדאווע, נאכדעם כאפט מען א קאר קיין אוקריינא, די וועג נעמט אונטער 13 שעה, און 3 טעג שפעטער איז מען ביים הייליגן רבי'ן.

שמחה: פשיהא!, 8 אלפים איז אויך א טייער געשעפט, פון וואו נעמט מען געלט, עס איז נאכנישט די טעקס-רעטורן סעזאן?

שראליק: ס'שאלה, עס ליגט דאך אין מיין נאמען "אשרינו שיש לנו רבי כזה", דער רבי שיקט געלט. מען דארף טון און נישט אויפטון. מען גלייבט און שוין.

שמחה: איך הער אז די וועג מיט די קאר איז גאר ריזיקאלישע און מסוכן. צומאל דארף מען אויסלעשן די לייטס און פארן מיט גרויס פארזיכטיקייט.

שראליק: נארישקייטן. עס פארן ארום ווידיאוס ווי מ'זעט א סך אידן שוין זיצן אין אומאן, און דרייען זיך אינדרויסן כאילו לא היה, נישטא קיין זכר פון קיין מלחמה. אה צוריק צו דיין קשיא, נישטא וואס מורא צו האבן, מ'דארף האבן אמונת צדיקים, ווי שווער די וועג אלס גרעסער איז די שכר. בד"וו איך הער אז רבי יעקב מאיר שעכטער פלאנירט צו קומען. אלעס פארט געהעריג.

שמחה: מעמיר שוין רעדן וועגן רבי יעקב מאיר, לאמיר צוריק גיין צום רעאליטי. רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינא. זיי זענען טאקע יעצט קאנצעטרירט אין מזרח זייט, אבער די הימלען איז א שטח הפקר. רוסלאנד קען סטרייקן - און האט שוין געסטרייקט - אן א פריערדיגע מעלדונג איבעראל אין אוקריינא, פון מזרח ביז מערב. אוקריינא איז אין א טאטאלען אנארכיע און כאאטישן צושטאנד. די מיליטער קאנטראלירט דאס לאנד. מען פארט נישט אין א שעת מלחמה, חמירא סכנתא מאיסורא.

שראליק: הער אויף צו קוקן וואצעפ וועסטו נישט האבן מער קיין קשיות. הער אויס, לאמיר דיך פארלערנען א שטיקל פון רבי נתן:

וְדַע, שֶׁכָּל מַה שֶּׁהַנֶּחְשָׁק גָּדוֹל בְּיוֹתֵר, מַזְמִינִים לוֹ מְנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת בְּיוֹתֵר, כְּדֵי שֶׁיִּתְגַּבֵּר הַחֵשֶׁק בְּיוֹתֵר כִּי הַחֵשֶׁק הוּא כְּפִי הַמְּנִיעָה. וְעַל־כֵּן רָאוּי לָאָדָם לְהָבִין, כְּשֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת מְאֹד מְאֹד לְהִתְקָרֵב לְהַצַּדִּיק, וְעוֹמְדִים וּמִשְׁתַּטְּחִים לְפָנָיו מְאֹד מִכָּל הַצְּדָדִים לְמָנְעוֹ, מִזֶּה בְּעַצְמוֹ יֵדַע וְיָבִין עֹצֶם מַעֲלוֹת הַנֶּחְשָׁק, שֶׁמֵּחֲמַת זֶה הַמְּנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת כָּל כָּךְ, כִּי עַל כָּל הַדְּבָרִים שֶׁבִּקְדֻשָּׁה יֵשׁ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּבִפְרָט כְּשֶׁרוֹצֶה לִנְסֹעַ לְצַדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁבָּזֶה תָּלוּי הַכֹּל, אֲזַי בְּוַדַּאי מִתְגַּבְּרִים הַמְּנִיעוֹת בְּיוֹתֵר.

נו, היש לך מניעות גדולה יותר מזו?

שמחה: מיין טייערע חבר, לאמיר דיך עפעס מסביר זיין, אבער קודם לאמיר דיך פארלערנען א שטיקל חומש: אין פרשת ויקרא שטייט: וּשְׁמַרְתֶּם אֶת חֻקֹּתַי וְאֶת מִשְׁפָּטַי אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה אֹתָם הָאָדָם וָחַי בָּהֶם אֲנִי ה'. אמר רבי יהודה אמר שמואל: " וחי בהם - ולא שימות בהם.

א טויטער מענטש איז חפשי מן המצות. היטן די געזונט פון א מענטש איז די העכסטע פריאריטי פון א איד. יעדעס קינד וואס ווייסט פון מודה אני, ווייסט אויך צו זאגן פון פיקוח נפש דוחה שבת. ונשמרתם מאד את לנפשותיכם איז די אינטעגראלע חלק פון יעדן איד.

לעולם יהא אדם, קודם דארף מען זיין א מענטש, צו זיין א מענטש איז צו לעבן אין א וועלט פון Low and order, דאס מיינט אז מיר לעבן אין א וועלט פון געזעצן און ארדענונג. מיר מוזן לעבן אין די סיסטעם פון אלמלא מוראה של מלכות כל הגדול מחברו בולע את חבירו. דאס איז נישט קאוויד ווי דו קענסט זאגן אז די גאווערמענט האט נישט קיין קאנטראל דערויף. און דאס אלעס איז געזאגט געווארן אין פרידנס צייטן, און כל שכן וקל וחומר אין א שעת מלחמה. מען רעדט דא פון א פאל ווי די מוראה של מלכות האט געזאגט: "איך היט דיך נישט אפ". אלע דריי לענדער, אמעריקע, אוקריינא, און ארץ ישראל, האבן אומצוויידייטיק געזאגט: "נישט גיין קיין אוקריינא".

נאך פאר די ענטפערסט מיך, אודאי דארף מען צוקומען צום שומר ישראל, צום גרויסן באשעפער וואס נאר ער קען אונז אפהיטן. אבער חז"ל האט אונז געזאגט הוי מתפלל בשלומה של מלכות, און ווי לאנג מיר לעבן, "וחי בהם", מוזן מיר צוקומען צו מוראה של מלכות.

שראליק: לאמיר דיך פארציילן א סיפור. איינמאל האט פאסירט אין שנת תר"פ, ווען עס האט געהערשט א גרויסע סכנה צו פארן קיין אומאן. אויף אזוי ווייט אז ווען ר' יצחק דאחוונע ז"ל האט געוואלט פארן קיין אומאן, און זיין ווייב האט זיך געוואנדן צו אים און זיך געבעטן צו אים ער זאל זיך נישט אריינשטעלן אין א סכנה, האט ר' יצחק איר געזאגט: איך פאר קיין אומאן בכל אופן. און אויב ח"ו איך וועל שטארבן אויפן וועג, וועל איך מרויח זיין אז לכל הפחות בין איך געווען אין אומאן ראש השנה. צו בלייבן דא איז ערגער ווי טויט. "לעבן און נישט זיין אויף ראש השנה קען נישט זיין וועט מיר שיסן אויפן וועג בין איך דאך פאר א יאר גיווען."

שמחה: מיין טייערע ברודער וויפיל איך קען געדענקן איז נאר פארהאנען 3 מאל וואס א מענטש דארף זיך לאזן הרג'נען. איך ווייס נאר וואס חז"ל זאגט, און חז"ל זאגט אונז כל הדרכים בחזקת סכנה. און כל שכן וקל וחומר אין א שעת מלחמה.

ווען אידן האבן מיטגעמאכט צרות ביים צווייטן וועלט קריג, האט יעדער איד זיך גע'חלומ'ט צו זיין לכל הפחות 5 טויזענט מייל ווייט פון אייראפע. יעצט ווען מיר שטייען אין די ארגסטן מלחמה זייט די שואה, און ב"ה מיר לעבן רואיג אין אמעריקע אדער ארץ ישראל, פארוואס זאל א בר דעת וועלן פארן אין א מלחמה זאנע? וואלסטו געפארן יעצט קיין אפגאניסטאן אדער סיריע? אייראפע ברענט יעצט. רוסלאנד ווארפט טויטליכע וועקיום באמבעס, הונדערטער טויזענטער מענטשן זענען שוין אומגעקומען. די מערב לענדער אריינגערעכענט אוקריינא ווארענען נישט צו גיין, וואס נאך דארף פאסירן אז מען זאל זען די סכנה גדולה פון פארן קיין אוקריינא דאס יאר?

שראליק: דו מיינסט אז עס געשעט נישט קיין שיסערייען אין אמעריקא, וואס איז געשען אין זשערזי סיטי? און דאמאלטס ווען א גוי האט געשטאכן א איד אין מאנסי? איבעראל איז מסוכן.

שמחה: דו מאכסט ליצנות פון מיך יעצט?

שראליק: וואס פאלט דיך איין. ווייסט, לאמיר דיך פרעגן עפעס, וואס טוט זיך מיט ארץ ישראל, איז דאס נישט א מקום סכנה? חאמאס שיסן ראקטעס, און די אראבערס שטעכן מיט מעסערס, און דאך האסטו נישט מורא אהין צו פארן. שמחה: מיין טייערע ברודער, דא איז נישט קיין פאליטישע געים, פון קענען טרעפן גוטע תירוצים וויאזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם. מען רעדט דא פון דיין לעבן! דיין טייערע לעבן וואס הקב"ה האט אונז געהייסן אפהיטן און זיך לאזן הרג'נען נאר 3 מאל. דאס מיינט נישט נעמען מסוכנ'דיגע מיסיעס. ארץ ישראל איז טאקע אויך א גרויסע פראבלעם בשעת מלחמה, און פארדעם איז טאקע דא טרעוועל עדווייזעריס ווען די מצב ווערט גאר ערנסט. בנוסף צו דעם איז דא אבער א גרויסע חילוק. אויסער פון די פאקט אז מענטשן פארן בדרך כלל צו משפחה, אדער ישיבות, איז ארץ ישראל אן אינדיווידואלע פראבלעם, דאס מיינט אז עמיצער וואס פארט בשעת עס איז דא א מלחמה שטעלט ער איין זיין און זיין משפחה'ס לעבן. דא אין אומאן אבער, רעדט מען פון א מאוומענט, ווי מען רייצט אן תמימי לב אז מען זאל זיך אויסלאכן פון אלעמען און יא פארן. דאס איז א ציבור'דיגע פראלבעם, פון מפתה זיין תמימות'דיגע אידן אז מען זאל זיך נישט לאזן פון די אלע שונאים און מניעות און מ'זאל פארן מיט מסירת נפש.

שראליק: בדרך אגב, כאב פריער געזאגט אז עס קאסט בערך 8 אלפים א רייזע קיין אוקריינא, כאב געהאט א טעות, איך קען עס האבן פאר בערך 2 טויזענט דאלער אינקלודינג די טיפ פארן דרייווער, און אש"ל באקום איך בחנם.

שמחה: אהא, יישר כח פארן קארעקטן די רעקארד.

שראליק: איין מינוט, האסט מיך אריינגעהאקט, איך האב געהאלטן דיך אינמיטן ענטפערן וועגן ארץ ישראל. אין ארץ ישראל הערט מען אבער סך מער רציחות ווי אין אוקריינא. אקעי, כמיין עס איז טאקע א מלחמה יעצט אין אוקריינא, אבער רבי נחמן האט געזאגט אז ער וועט זיין א לויער ווער עס ווערט קומען צו זיין ציון אויף ראש השנה. און אויכעט, ווי דערמאנט ווי גרעסער די מניעות אלס גרעסער איז די שכר, אזוי ווי איך האב געברענגט אויבן: וּבִפְרָט כְּשֶׁרוֹצֶה לִנְסֹעַ לְצַדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁבָּזֶה תָּלוּי הַכֹּל, אֲזַי בְּוַדַּאי מִתְגַּבְּרִים הַמְּנִיעוֹת בְּיוֹתֵר.

און אויכעט עס איז נישט אזוי געפערליך ווי דו מאכסט עס. עס איז אפשר דא %1 סכנה.

שמחה: לאמיר דיך פרעגן עפעס, ביסט דאך א בר דעת. מעג זיך א מענטש איינשטעלן אפילו פאר 1% סכנה? מעג א איד וואס האט א געבענטשטע פאמיליע, איינשטעלן זיין לעבן, זיין משפחה, אפילו פאר איין פראצענט?

שראליק: ליידער הערט מען יעדעס יאר אן אומגליק, סא ווייסט וואס איך מיין. דער אייבערשטער זאל אודאי יעדעם אפהיטן.

שמחה: איז ווערט די גאנצע אומאן, מיט אלע טויזענטער מענטשן, מיט אלע תיקון הכללית, אז אפילו איין איד זאל זיין אפילו 1% במקום סכנה?

שראליק: חלילה, איך זאג נאר אז, בקיצור, עס איז גארנישט אנדערש דאס יאר ווי יעדעס יאר. נאר דאס יאר איז דא א מלחמה מיילן אוועק. און מ'דארף געדענקן וואס ר' יצחק דאחוונע האט געזאגט: אויב ח"ו איך וועל שטארבן אויפן וועג, וועל איך מרויח זיין אז לכל הפחות בין איך געווען אין אומאן ראש השנה. צו בלייבן דא איז ערגער ווי טויט.

וועסט נאך זען ווי נאך ראש השנה וועלן טויזענטער אידן צוריק קומען אן קיין קריץ, און עס וועט גארנישט האבן פאסירט.

שמחה: וויאזוי גייט נאר די ווארט: "א נארישקייט וואס געלונגט בלייבט נאך אלס א נארישקייט". און ביי אונזער פאל, אויב האסטו איבערגעלעבט א מקום מלחמה וואס דו האסט זיך אליין אריינגעלייגט, בלייבט עס נאך אלס א סכנה וואו דו האסט איינגעשטעלט דיין לעבן.

מ'דארף פרעגן א שאלה אויב מען מעג בענטשן גומל.

שראליק: למעשה וואס זיכסטו אויפצוטון מיט די שמועס, עס וועט דיך גארנישט העלפן סייווי. פונקט אזוי ווי איך זיך דיך נישט צו מאכן פאר א ברסלבער. וועסט למשל קיינמאל נישט זען קיין מיסיאנערישע ברסלבער ביכער אדער קונטרסים וואס זוכט איבערצורעדן מענטשן, ברסלב זיכט נישט אריינצוכאפן אנדערע. סא פארוואס פראבירסטו מיך איבערצורעדן נישט צו פארן קיין אומאן?

שמחה: ניטאמאל א קלער האב איך געהאט דיך אפצוהאלטן. איך האב נישט קיין ספק אז אפילו רוסלאנד וואלט געשאסן 2 מייל פון אומאן, וואלטן די ברסלבער חסידים באקומען א בריוו פון פוטין ווי ער איז מבטיח אז ער וועט נישט שיסן קיין אומאן. און אויך, דאמאלט וואלטן די מניעות געווען א סך גרעסער, סא די שאנסן נישט צו פארן וואלטן אויך קלענער געווארן.

שראליק: אומאן ראש השנה!!

שמחה: שומר פתאים השם.

שראליק: בדרך אגב, איך האב אסאך חברים וואס גייען דאס יאר נישט פארן קיין אומאן.

שמחה: פשוט, ווייל זיי ווילן קענען פארן נעקסטע יאר..

שראליק: דו מיינסט איך קען נישט אפשרייבן די זעלבע שמועס דא אויף פארקערט, און ארויסברענגן די וויכטיגקייט פון יא פארן קיין אומאן, און נישט זיין אזוי בייעסט ווי דיך.

שמחה: וועסט נאך אלץ אבער האבן געהאט איינגעשטעלט דיין לעבן.

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר