א גראדן היטל ערב סוכות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חמול על מעשיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 05, 2022 11:08 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

א גראדן היטל ערב סוכות

שליחה דורך חמול על מעשיך »

אזוי ארויף די 11'טע שטאק אין די וויליאמסבורגער פראדזעקט'ען וואוינט ער. ס’נישט אזוי געפערליך ווייל ס'דא א עליוועטאר וואס ארבעט גאנץ פיין אחוץ פון צוויי דריי מאל א יאר וואס נישט, שבת איז אויך נישט אזוי ווייט א פראבלעם ווייל אויפן פינפטען שטאק איז דא א מנין קבל”ש, און צופרי... נו וואס טוט מען נישט צו וואוינען אינעם הייליגן שטאט צווישן הייסע קרימינאלן און אויסגעלאסנע שיקסעס...

אזוי ארום פירט זיך דאס לעבן כנהוג אינעם סיסטעם, אינעם קאטעגאריע, אינעם שפיל, אבער מ’שטופט אלס דורך... כמעט...

די פראבלעמען הייבט זיך אהן ארום אידישקייט, למשל פסח ביינאכט ווען מ’האט מורא אהיימצוגיין, צו שמח”ת ביי הקפות ווען מ'האט נישט ווי צו גיין, אדער שבועות ווען מען גייט שוין יא זיצט ער צוקוועטשט אויפן טשיז קעיק, און אזוי ארים...

אבער סוכות... סוכות איז אן אנדערע מעשה. ווי טרעפט מען א סוכה אין דעי הייליג שטאט, רבש”ע?! אפי’ די יאקאבאוויטש’ס מיטשענען זיך סוכות! קיין פארטש האט ער נישט, א בעק יארד אפגערעדט, און א פראנט יארד אפי’ ער האט יא האט ער מורא צו שלאפן דארט...

אבער ר’ ברוך הערש שרעקט זיך נישט פון די ציוניסטן. מיט געבארגטע געלט קויפט ער זיך א רבנישע אתרוג, למעשה איז ער דאך א שיינע איד, ער איז טאקע א שטאפן היט מענטש אבער ס'מאכט נישט אויס, צו גאט און צו לייט איז ער סיי ווי...

מיין פערזענליכע אנאליז אויף אים איז אז אינדרויסן פון שטאט וואלט ער מצליח געווען אפי’ זיין טעראפיסט טענה’עט אז וואוינען אין א צווי בעדרום דירה מיט 8 קינדער איז א סתירה צו שלום בית אבער דאס, דאס האלט ער נישט בשום אין אופן! "איך וועל ענדערשער נעמען די פילן צוויי מאל א טאג ווי פארלאזן די הייליגע שטאט", שרייט ער יעדעס מאל עקסטער, און פארגעס נישט איך בין פון די גליקליכע וואס האבן א דירה אין פראזשעקטס, טענה’עט ער, למעשה צאל איך נאר $1500 רענט פאר צוויי בעדרום דירה, טוט ער זיך אויף...

צוריק צום סוכה. למעשה דארף ער דאך ווייזן פאר זיין שוואגער וואס האט זיך איינגעהאנדלט א פארטש אויפן אכטן שטאק אז ער איז אויך געסעטלט…

נאך פאריאר איז פארגעקומען די דעבאטע אין קאפ; אפשר נעם איך א סייד דשאב אין אזוי דינג איך מיר א ד' על ז' אין מיין חבר'ס בעק יארד... און יא, סוכות תשפ"ב האט ברוך הערש געהאט א סוכה, זאלן אלע שונאים פלאצן.. ווער רעדט נאך די שלום בית יענע יאר, די ווייב האט פאר קיין רגע ביי די סעודה קיין שלעכט ווארט געזאגט, חנה ביילי וואוינט דאך נעקסט דאר…

און נישט סתם א סוכה, א לייטער'ס סוכה מיט א שלאק! יא מ’האט טאקע געצאלט אפאר דאלער פאר א גרופע יואלי ראטה בחורים צו עס צונויף שטעלן, אבער מ'האמער א סוכה, נישט סתם א סוכה… א סוכה מיט א שלאק…

א קליין עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ווען מ’איז אהיים געקומען די צווייטע טאג פונעם סעודה נאכן זיך שלעפן אויף די טרעפ, דארט אויף די עלעווטע שטאק צווישן ווענט וואס האבען שוין געזען די ערגסטע אביוז און ענקזייעטי פארהאקט אין פארשטילט צווישן גוים, ווי מאיר שלמה'לע, די עלצטע אינגל דארט, שוין כמעט בר מצווה בחור, כאפט א הילכיגען פראסק! קענסטו מיר זאגן פארוואס דו האסט נישט געקענט זיין שטיל ביי די סעודה?! ס’דא שכנים וואס הערן! שרייט ער פון צארן ווען פון א זייט אויג באמערקט ער זיין ווייב שאקלט צו מיטן קאפ און ס'געט זיך עם אזא גוט קיצל אין בויך, די יא יא ס'די ערשטע זאך וואס זי האלט ווי מיר… ענדליך…

בעצם אזוי האט זיך תשפ"א גענדיגט… ביז מוצאי סוכות… ר’ ברוך הערש געט א שפרונג אויף: ווי לייגט מען די סוכה, גאטעניא? פון דעם האט מען פארגעסן!... די אשת חיל האט גלייך אנגעהויבן שרייען, כ’האדיר געזאגט דו דארפסט ענדערשער מיך קויפן א נייע רינג ווי מאכן דעי גאנצע קנוניה מיט א סוכה, גיי פון דא, איך דארף דיר נישט האבן…?!!?!


*********


תשפ"ג. מאיר שלמה איז שוין א בחור’ל, און כאטש ער איז א קטן שלא טעם פארלאנגט מען ער זאל זיין א רוגוטשובער, "איך וויל זאלסט אויסקוקן פונקט ווי שלמה פעדער’ס חיים אייזיק" זאגט עם די טאטע אהן, "זיי זענען נארמאל, געסעטלט, תורה’דיג, און באלעבאטיש"… אין זיין וויסטן חלום טראכט ער נישט ווי ביי די פעדער’ס שרייט מען פארוואס קענטס עטס נישט אויסקוקן ווי ברוך הערש’ס קינדער למען ה’…

און יא, מ’האט עם שוין איינגעשריבן ביי ר' ברוך'ן אזש אין כיתה ט' דרייט ער שוין מיט די פינגער אויף א מהרש"א ווען די מלמד פלאצט שוין פון זיינע טיפשות'דיגע רעיונות…

אוי האט זיך פ”ג א שווערע יאר אנגעהויבן… באמת האט זיך עס נאך פון פ”ב אריינגעשלעפט, געווען איז עס ווען חנה הינדי די יענטע שוועגערין האט אויסגעפינען אז זיי גייען פאר העלפ, און ראש השנה ווען זיי האבן אויסגעפונען אז מאיר שלמה רייכערט, און אז זיסי די עלצטע מיידל וואס גייט שוין באלד אריין אין שידוכים און טראגט די נאמען אלס ”די” מיידל ליידט פון שווערע ענקזייעטי…

יום כיפור האט זיך די פאר ווידער פאראייניגט אויף א וויילע אבער דאס מאל אין שוהל ווען ביידע האבן געדאווענט איין זאך, אין נאר דעיס אז קיינער זאל נישט חלומ'ן וואס ס’גייט פאר ביי אונז… און אין וויסטן חלום חלומ'ען זיי נישט אז 95 פראצענט פון די שוהל האבן די זעלביגע מחשבות…


*********


אזוי ערב סוכות שלעפט זיך ברוך הערש פון די געדונגענע סטארידש צו זיין סוכה אינעם חבר’ס בעק יארד מיט א לאנגע PVC פייפ ארומגענומען מיט א גרינעם שלאק ווען אינטער עם שלעפט זיך מאיר שלמה מיט די איבריגע געצייג מיט פארשוויצטע ערמל אבער זויבערע שיך, באמערקט מאיר שלמה אז איינער קוקט! ער געט זיך א גראד'אויס די היט ווי כאילו עס איז קיינמאל פארשיפט געווארן…
זיי לאכן פון מיר ווייל איך בין נישט ווי זיי...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר