חתם סופר האט געשריבן:ווי רוב היימישע אידן האב איך נעכטען אפגעגעבן מיין שטימע פאר לי זעלדין, נאכדעם וואס כמעט יעדער האט מחליט געוועהן אז גענוג איז גענוג מיט די דעמאקראטישע פירערס און זייערע צוזאגעכצער. אבער נאך די אויסגאנג אז האקול האט באקוועם געווינען ניו יארק, פאנג איך אהן צו טראכטען אז די גאנצע זאך איז מעגליך געוועהן א טעות.
גייט נאך האקול קוקן אויף אונזער זייט? אויב האט האקול ביז יעצט נאך געטרייט אביסעל אונז צו געפעלן וועט זי דאס יעצט אויך נישט טוהן, און קארגע פאר טויזענט אהרונישע שטימעס גלייב איך נישט מאכט אסאך אויס אין א פארמעסט פון מיליאנען.
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וואס די העק, וועלכע טעות?
2) דער עולם שטימט (על כל פנים איך) פאר ווער עס זעהט אויס די מערסט פאסיג.
2) אפילו עס וואלט קלאר געווען פון פאראויס אז זעלדין גייט פארלירן, איז זייער פארשטענדליך פארוואס אימיצער זאל שטימען פאר אים. נאך אלעם, האוקעל און די דעמאקראטן האבן געמאכט א חורבן די לעצטע צוויי יאר (ס'איז פארשטייט זיך מיין פערספעקטיוו, אבער כ'מיין אז רוב עולם דא איז מודה צו דעם, און צו ענק שרייב איך). דאס מאכט זייער שווער זיי צו געבן א שטימע וויאזוי עס זאל נאר זיין.
3) ווי יוסי געשטעטנער ברענגט כסדר ארויס, (ווער נישט יעצט פארלוירן אויף זיין נאמען, נאר קלער אויב די ספעציפישע סטעיטמענט מאכט סענס). טאקע דאס אז מיר האבן געוויזן אינזער אויפברויז און נישט געשטימט פאר האוקעל, דאס וועט איר מעגליך קירעווען זי זאל זיין בעסער פאר אונז. זי דארף זיך אלץ גרייטן אז קומעדיגעס מאל וועט זיין א שווערע פארמעסט, און זי וועט דארפן יעדעס שטימע.
חתם סופר האט געשריבן:אבער נאך די אויסגאנג אז האקול האט באקוועם געווינען ניו יארק, פאנג איך אהן צו טראכטען אז די גאנצע זאך איז מעגליך געוועהן א טעות.
חתם סופר האט געשריבן:נאכדעם וואס כמעט יעדער האט מחליט געוועהן אז גענוג איז גענוג מיט די דעמאקראטישע פירערס.
אדער האט מען גע'גנב'עט די וואלןמרדכי מרדכי האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:נאכדעם וואס כמעט יעדער האט מחליט געוועהן אז גענוג איז גענוג מיט די דעמאקראטישע פירערס.
זעהט אויס אז עס איז נישט געווען כמעט יעדער
מער ווי האלה פון די וויילער האבן מחליט געווען אז נישט.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די רעפאבליקאנער האבן געהאט א היסטארישע שטוינענדע פארלוסט דעם דינסטאג, ווען איז געוועהן דאס לעצטע מידטערם עלעקשנס וואס דער פרעזידענט'ס פארטיי האט נישט פארלוירן אינגרויסן? און דעם יאר, נישט נאר וואס דער פרעזידענט'ס פארטיי האט פארלוירן קיינע זיצן (ביזדערווייל), זיי האבן גאר געווינען מער זיצן ווי פריער (ביזדערווייל)! איך ווייס נישט וועגן אנדערע אבער איך, אלס ליבערטעריען, פלעג זיין מער אויף די רעפאבליקאנע זייט ביז זיי האבן ארויסגעגעבן די אנטי-עבארשן גזירה, אנדערע זאגן אז טראמפ איז שולדיג אויפ'ן שלעכטן אימעדש וואס די רעפאבליקאנער האבן באקומען, אזוי צו אזוי איז גאנץ מעגליך אז אין א געווענליכע מידטערם עלעקשנס וואלט זעלדין יא געוואונען. ווי אויך זאגט מיר א חבר פון לעקוואוד אז די דעמאקראטן האבן גע'גנב'ט די וואלן ווייל ער האט נישט געזעהן זעלדינ'ס צעטל אין די שטים בודקעס...
קהל'ס נער האט געשריבן:אנטי אבארשען גזירה? די קאורט האט סה"כ געזאגט אז עס איז אפ טו די סטעיטס און אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט וואס אריינצירעדן אין דעים, וואס די אלץ ליבערטעריען וואלסטו אויך געדארפט אזוי האלטן.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:אנטי אבארשען גזירה? די קאורט האט סה"כ געזאגט אז עס איז אפ טו די סטעיטס און אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט וואס אריינצירעדן אין דעים, וואס די אלץ ליבערטעריען וואלסטו אויך געדארפט אזוי האלטן.
און ווען א קאנסערוועטיוו געשטימטע געריכט גיבט ארויס א געזעץ אז האבן קנעכט איז "אפ טו די סטעיטס און די פעדעראלע רעגירונג האט נישט וואס אריינצורעדן בלאה בלאה בלאה" וואלסטו אויך אזוי געזאגט? איך נישט. דאס איז נישט ליבערטעריעניזם נאר ליבערשט אנארכיזם, און נישט סתם אנארכיזם, נאר ריגרעסיוו אנארכיזם. !Bro, א מענטש וויל מאכן אן עבארשן, וואס איז דיין פראבלעם? אבי געמאכט א געזעץ וואס האט נישט קיין שום פשט על פי דעמאקראטיע און איז בלויז באזירט אויף רעליגיעזע אנשויאונגען. ווייסט, אויב שוין יא אנארכיזם זאל עס גיין ביידע וועגן, די גרינע סחורה אדער געי מעררידש איז זיי נישט איינגעפאלן צו זאגן אז ס'איז "אפ טו די סטעיטס", דאס איז נישט ליבערטעריעניזם און אויך נישט אנארכיזם, דאס איז א קריסטליכע Theocracy ווי דו זאגסט.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט