עם ולשון אנקעטע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 314 מאל

עם ולשון אנקעטע

שליחה דורך מר. קלונימוס »

מ'קען טאקע נישט מאכן אנקעטעס דא אזוי ווי אין אייוועלט. אזא אנקעטע וואלט סיי ווי נישט אריינגעפאסט דארט ווי פארשטענדליך. און טאקע פאר איך שטעל דעם אנקעטע שאלה וויל איך דא צוזאמען מיט יעדן (אזוי האף איך) מאכן דעם ברכה פון אשר בחר בנו מכל העמים, שלא עשנו גוי, אתה בחרתנו מכל העמים! און אזוי ווייטער.

יעצט צום אנקעטע פאר די פארגעשריטענע קאווע שטיבלערס. אויב חלילה איר וואלט נישט זוכה געווען צו געבוירן ווערן אין א אידיש שטוב אינעם עם הנבחר חלילה וחס. אין וועלכע לאנד שפראך פאלק וואלט איר זיך צום מערסט געוואלט געפינען? א פראנצויז? א דייטש? א יאפענעזער? א רוסקי? אן ענגלענדער? א פיננישער צו גאר א צפון קארעאר? צו עפעס אנדערש? און פארוואס?
איך רעד צום וואנט קוקט אויס

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר