קלאסעפעצירטע דאקומענט'ן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

קלאסעפעצירטע דאקומענט'ן

שליחה דורך אלע צוזאמען »

און די נייעס האט געקראכט, מ'האט געטראפן סענסעטיווע קלאסעפעצירטע דאקומענט'ן אין אן אפיס וואס האט באלאנגט פאר 'דזשאו ביידען', די פאפירן ליגן נאך דארט פון ווען ער איז געווען וויצע פרעזידענט אונטער 'אבאמא' ס'מיינט א גוטע זיבן יאר צירוק, און יעצט, פאר די וואלן צוויי חדשים צירוק, האבן זיי געוואלט פארמאכן די אפיס, האבן זיי עס גערייניגט און ''געטראפן'' דאס פעקל.

יעדער געדענקט נאך די דראמא וואס די לאנד איז אריבער ווען די געהיים פאליציי די FBI איז איבערגעפאלן 'טראמפ'ס מאר-א-לאגא' רעזארט, אנגעבליך אויף די פארלאנג פון די 'נאציאנאלע ארכיוו', וואס האט געוויסט פון ''געהיימע פאפירן'' וואס ליגט דארט באהאלטן, איז לאמיר צוגלייכן די צוויי פאסירונגען.

'דאנעלד טראמפ' איז א געוועזענע פרעזידענט, וואס א פרעזידענט האט די אטאריטעט צו מאכן יעדע מין אינפארמאציע, פובליק, און ער דארף זיך נישט דורכרעדן מיט קיינעם, ער קען על דעת עצמו, און בלויז מיט זיין ווארט, עס פארשפרייטן און עס פובליק'ענאזירן, 'ביידען' איז א געוועזענע וויצע, א וויצע פרעזידענט האט נישט די כח.

די פאפירן ביי 'טראמפ' איז צירוק געגאנגען צו די ארכיוון בלויז אכצן חדשים נאך וואס ער האט פארלאזט 'וואשינגטאן', מה שאין כן ביי 'ביידען' איז עס ערשט יעצט, מער ווי זיבן יאר נאך וואס ער איז געווארן אויס וויצע צו 'אבאמא', צירוק געגעבן געווארן.

'מאר-א-לאגא' איז גערופן געווארן די 'ווינטער ווייסע הויז' ווייל פאר דעם איז עס געניצט געווארן, בשעתו איז עס געווען כמעט אזוי באוואכט ווי די 'ווייסע הויז', היינט איז נאך אלץ פארהאן א שטענדיגע זיכערהייט וואך פון די 'סיקרעט סערוויס', אחוץ פון דעם, אלע דאקומענט'ן זענען ביי 'טראמפ' געליגן אין איין מקום, אזוי אז מ'האט גלייך געוויסט ווער עס האט געזען די פאפירן, די 'פען לייבערי' ווי 'ביידען' האט פארמאגט עפעס אן אפיס'ל האט נישט קיין שום זיכערהייט, אזוי אז יעדע שמויגער האט געהאט צוטריט צו די סודות.

''גלייך צירוקגעגעבן געווארן'' דאס איז וואס די 'ביידען' שטיצער'ס שרייען יעצט, אז ווי נאר זיי האבן געפינען די פאפירן, האבן זיי עס באלד צירוק געשיקט, ווער זאגט אז זיי האבן עס גלייך צירוקגעגעבן? איך דארף זיי עפעס גלייבן אויפן ווארט, זיי האבן עס שוין געטראפן בעפאר די וואלן מיט צוויי חדשים צירוק, און ס'איז ערשט יעצט באקאנט געווארן, פארוואס האט די 'נאציאנאלע ארכיוו'ן נישט פארלאנגט קיין FBI איבערפאל אין דעם פאל?

און אויב האט מען געמיינט אז דאס איז אן איינמאליגע פאל, איז זייער שנעל קלאר געווארן אז ניין, עטליכע טעג נאך די ערשטע טרעפן, האט מען געטראפן פרישע דאקומענט'ן, אין דאסמאל אין 'ביידען'ס הויז אין 'דעלעווער', קודם האט מען נישט געזאגט ווי די פאפירן זענען געליגן אלע יארן, דאן איז באקאנט געווארן אז ס'איז געליגן אין די גאראדזש לויז פאר יעדעם איינעם, און דאן צוויי טעג דערנאך האבן 'ביידען' לויער'ס געטראפן נאך 5 דאקומענט'ן, אין אן אנדערע חלק פון די הויז, און דאן איז געקומען נאך איינס, ביזדערווייל האט זיך דאס רעגן אפגעשטעלט.

די הויז אין 'דעלעווער', איז א פריוואטע הויז, נישטא קיין זיכערהייט דארט, לכאורה ווען ער איז געווען אין אמט, האט עס יא געהאט, אבער זיכער נישט אויף אזא פארנעם ווי 'מאר-א-לאגא', און צירוק צום אנהייב, וויאזוי און פארוואס זענען די העכסט געהיימע דאקומענט'ן אנגעקומען דארט? ווער האט זיך אלץ געדרייט אין די הויז די זעקס-זיבן יאר? די 'סיקרעט סערוויס' זאגט אז ס'נישט דא קיין 'וויזיטער לאג'ס, פארוואס? איין מענטש וואס מ'ווייסט יא אז ער האט זיך געדרייט דארט אינעווייניג פאר א שטיק צייט, 'האנטער ביידען' , דער פרעזידענט'ס דראג אדיקטער זון, דער זעלבער וואס האט אויף זיין נאמען, אסאך צווייפילהאפטיגע און טינקעלע געשעפטן מיט 'אוקיינע', און ווי די נייעס ווייסט צו דערציילן, זענען א טייל פון די פאפירן, בשיכות מיט 'אוקיינע', וואס איז נייעס! אזא צופאל.

ווי אייביג, ביי סקאנדאל'ן ארום דעמאקראטן, איז די נייעס, די מידיע, דאס אומ'אינטערסע פון די MSM דאס צו דעקן איז שטוינענד, די דאפלטע סטאנדארט איז שרעקליך, קוים וואס זיי דערמאנען עס, און ווען יא, איז עס נישט 'ביידען'ס שולד, נאר זיינע געהילפן זענען שולדיג, אדער אפשר גאר די רעפובליקאנער זענען שולדיג, נישט 'ביידען', צירוק צו 'האנטער', ער האט געוואוינט דארט, דאס איז קאנפירמ'ד, לויט עטליכע רעפארט'ס האט ער גאר געדינגען די אפארטמענט פון 'דזשאו' פאר.....זעץ דיך אראפ, $49,000 א חודש! די טייערסטע הויז פאר רענט, אין די עריע היינט צוטאגס איז $4500, איז די סכום נאר א קאווער-אפ צו קענען באצאלן פאר 'די ביג גיי' זיין פארדינטע חלק?

ווארט נישט אויף קיין ענטפער'ס, ווייל די גייסט עס נישט באקומען, זיכער נישט פון די היינטיגע דזשורנאליסט'ן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר