שווארצע חיות אדער ווייסע חיות?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

שווארצע חיות אדער ווייסע חיות?

שליחה דורך שבת אחים »

אין ליכט פון די אשכול וואו @שמן למאור שרייבט אפאר תגובות וואס איז ממש גרויליג לדעתי. וואו ער שרייבט אז מאיז נישט קיין ראַסיסט און ס׳איז נישט קיין ראסיזים צוזאגן אז שווארצע זענען קרימינאלן. ע”כ האב איך גענומען די מיה צושרייבן וואס איך האלט און מיין מיינונג אין די נושא. הגם כ’גיי מיך נישט קענען טענהן אהין און צוריק ווייל איך האב נישט קיין צייט דערצו. איך האב אבער אסאך שטודירט אין די נושא, שוין פאר יאהרן לאנג און איך קען באשטיין יעדער וואס וויל הערן און וויסן דעם אמת זאל הערן וואס איך זאג און דערנאך אליינס אריינטראכטן צי איך בין גערעכט.

איך פארשטיי ענק זענען טאקע אויפגעוואקסן אין א סיסטעם און אין א סאסייעטי וואס איז מעהר ווייניגער ראסיסיטיש געשטימט, און ענק זענען אזוי גע׳פראגרעמט געווארן אז דער שחור איז א גרויליגער קרימינאל וכדומה איז אבער נאכאלץ אייביג דא א מיעוט וואס ווילן יא הערן דעם אמת, און צו די אלע וואס ווילן טאקע וויסן און הערן ווער עס זענען טאקע די גרעסערע קרימינאלן אויף דער וועלט, די ווייסע אדער די שווארצע?

וויאזוי קען עס זיין אז ס׳האט גארנישט צוטוהן מיט קיין ראסיזים ווען מ׳באשולדיגט א מינארעטי אז זיי זענען גאר די גרעסטע קרימינאלען בשעת ס׳איז א אפענע גראבע שקר?

ווייסע מענטשען אין היסטאריע האבן געטוהן בערך 99 פראצענט פון אלע קריים, הריגות און רציחות- בשעת זיי האבן דאמינירט ממש די גאנצע וועלט, און די שווארצע וואס זענען געוועהן אינטערדריקט האבן געטוהן בערך איין פראצענט פון די קריים- און רוב פון די איין פראצענט קריים איז געווענטליך א מיסדעמינער (מינדערוויכטיג) קריים וואס שטאמט פון ארימקייט. די זעלבע ראטע פון קריים איז אויך פארהאנען ביי די ארימע ווייסע טרעילער-פארקס אין די סאוט, אויב נישט אפילו נאך ערגער ווי אין די ארימע שווארצע געגענטער אין אמעריקע!!!

די נאציס, די בולשוועקין, די קאָזאַקן, די ווייקינגס, די רומענס, גענגיס קאהן און זיין ארמיי פון מאָנגאָליע וואס האבן געוולעטיגט אויף א האלבע וועלט, די dark ages, די אינקוויזיציע, נארטהערן איירלענד- זענען קיין שווארצע נישט געוועהן!

די ערשטע ווייסע אייראפעישער וואס זענען געקומען קיין אמעריקע האבן אויסגעהארגעט רוב פון די איינוואוינער פון גאנץ נארט און סאוט אמעריקע וואס באשטאנען דאן פון איבער 100 מיליאן מענטשען! -די native Americans וואס האבן דא געוואוינט פאר טויזענטער יאהרן וואס האבן קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטוהן פאר די ווייסע. זענען אויסגעראטן געווארן- ווייל די ווייסע האבן געדארפט די לאנד און געוואלט געוועלטיגן איבער די גאנצע וועלט- דאס וואס זיי האבן געטוהן אין די לעצטע פּאָר טויזנעט יאהר!

ס׳איז דא אפריקאנער מענטשען וואס האבן געלעבט ממש ביז לעצטענס וואס האט זיי געפעלט פינגערס אויף די הענט ווייל די בעלגישע ווייסע חיות וואס האבן פאר בערך 130 יאהר צוריק געוועלטיגעט אויף די שווארצע אין אפריקע פלעגן אפשניידן פינגערס פון קינדער וואס האבן זיי נישט געפאלגט!

די באוואוסטע אויסגערופענע פראנצויזישע פילאסאף, היסטאריקער און שרייבער פון די 18טן יאָרהונדערט, די גרעיט, וואלטעיר באוויינט די רשעות, אכזריות, רציחה פון זיינע צייטן אין בארבארישע מיטעל אלטער - אייראפע. ס׳איז ווערט אראפצוברענגן וואס ער שרייבט וועגן די פּאַסירונג פון Jean Calas- א סוחר וואס האט געוואוינט אין טולוז, פראנקרייך, וואס איז געוועהן א פּראָטעסטאַנט, בשעת די אָפיציעלע רעגירונג איז געפירט געווארן דורך די קאַטאָליקן. וואו ער איז באשולדיגט געווארן פארן מארד פון זיין זון, און איז פאר׳משפט געווארן צום טויט. ווען באמת איז זיין זוהן גאר באגאנגען זעלבסט-מארד פארן אריינפאלן אין שווערע חובות. און טראץ זיינע פראטעסטן פון אומשולדיקייט, האט אים די קאטוילישע קירכע געפייניקט אזש אז זיי האבן אים צובראכן א יעדע ביין פון זיין גאנצער גוף ער זאל מודה זיין אין די מארד פון זיין זוהן, און ער איז געשטארבן שרייענדיג אז ער איז אומשולדיג! נישט קיין גוזמא! מ׳האט אים צובראכן א יעדע איינציגסטער ביין פון זיין באדי!!! קאַלאַס איז שפעטער געווארן איינע פון די סימבאלס פון “רעליגיעזער אינטאַלעראַנס” צוזאמען מיט נאך אסאך אנדערע וואס האבן מיטגעמאכט ענליכע אינצידענטן אין יענע צייטן.

די ווייסע מענטשען האבן זיך באקרוינט אלץ די נאובלע מענטשען און די שווארצע אלץ חיות… א שיינע מעשה…! אבער ווען מ’וועט לערנען היסטאריע און סטאטיסטיקס אן קיין בייעסט ווערט מען געוואר אז די ווייסע זענען די גרעסטע חיות שבעולם עד היום הזה!

די אידן זענען ליידער אויך גרויסע קרימינאלן לויט זייער פראצענט אין די population זענען אונז פון די גרעסטע אין שווינדלעריי, די גרעסטע סקעמערס, און די העכסטע פראצענט אין ווייט-קאלער קריימס. א שווארצער גאנבעט געווענטליך א סענדוויטש ווייל ער איז הונגעריג. די אידן ווידער; הייסן בערני מעידאף, און סעם בענקמאן פריד- זיי האבן געגענבעט ביליאנען נישט קיין קליינע נערישע קריימס! פון די אנדערע זייט זענען די אידן אויך די גרעסטע אין חכמה, סייענס און מעדעצין.

נישט די שווארצע זענען די קרימינאלן נאר די בלויע אויגן פון אייראפע זענען געוועהן די גרעסטע חיות פון אלע גרופעס, רעליגעס, און פון אלע ראסן, ספעציעל די ווייקינגס וואס האבן פאר טויזנענטר יאהרן געווארפן פחד אויף די גאנצע וועלט…!

ווי מיין רבי החכם דזארדזש קארלין שרייבט:

‏This is a war like country we come from that northern European, basically the northern European genes, the blue eyes.” Those blue eyes. Boy everybody in the world learned real quick didn’t they? When those blue eyes sail out of the north you better nail everything down motherf***er. Nail it down! Strap it down or they will grab it, if they can’t take it home they will eat it , if they can’t eat it, they’ll burn it. If they can’t burn it they’ll F**k it
That’s what happened

די ווייסע האבן פאר טויזנענטער יאהרן געהארגעט, גערצחט, געפּלינדערט, גערעיפּט. פארברענט מענטשען אויף די גאסן לעבעדיגערהייט! פאגראמס קעגן אידן! געפייניקט יעדעם וואס איז נישט געוועהן פונקט ווי זיי. ארויסגעטריבן אידן פון זייערע הייזער, און פון זייערע שטעט, צונעמענדיג זייער האב און גוטס.
דאס האבן זיי געטוהן איבער הונדערט מאל אין זייערע לענדער אין אייראפע אין די לעצטע צוויי טויזענט יאהר!!!

וואס האבן שוין די שווארצע געטוהן אזוי געפערליך אין היסטאריע אז זיי זענען באקרוינט געווארן אלץ די קרימינאלן???

ווי אויך איז עס א גראבע ליגענט וואס ער שרייבט אז שווארצע האבן פיינט אידן!

זיי האבן נישט פיינט קיין אידן אין א העכערע פראצענט ווי די ווייסע - ער האט נישט קיין שום נומבערס אויף דעם!

דאס האט ארויסגעשלעפט פון זיין ט***ס!!!

די ווייסע האבן געטוהן טויזענט מאל מעהר רשעות און רציחה פאר אידן אין די לעצטע הונדערט יאהר!

די שווארצע האבן קיינמאל נישט געטשעפט מיין משפחה, די ווייסע האבן אין די לעצטע הונדערט יאהר געטוהן זייער אסאך רשעות פאר מיין משפחה, סיי די נאציס, סיי די בולשעוויקן! זיי האבן אויסגעהארגעט רוב פון מיין משפחה סיי פון מיין טאטעס זייט און סיי פון מיין מאמעס זייט!!!

פאקט!

איך דארף ענק אפילו זאגן וואס די ווייסע האבן געטוהן מיט אונז?

די ווייסע גוים זענען אריינגעקומען אין א דארף אין טשעכיי/רומעניע וואו מיין זיידע און זיין אור עלטערן האבן געוואוינט פאר איבער 10 דורות, און געהאט קליינע פאמיליע ביזענס פאר דורי דורות, וואו זיי זענען געוועהן ערליכע בירגער, און קיינעם געשטערט. מיין זיידע איז שוין דאן געוועהן איבער פערציג יאר אלט, מהאט אים ארויסגעשלעפט פון זיין הויז מיט זיין ווייב און אכט קינדער געשלעפט אין א לאגער וואו מ’האט דערמארדערט זיין (ערשטע) ווייב, זיינע אכט קינדער, זיין פאטער, זיין מוטער, אלע זיינע פינף ברידער, אפאר פון זיינע שוועסטער, רוב מענטשען פון זיין דארף, רוב מענטשען וועמען ער האט געקענט. און נישט ווי די אונגארישע אידן איז ער ליידער דארט געוועהן פאר איבער דריי יאהר. הרה”ג ר׳ פישל סענדראוויטש ז”ל פון וויליאמסבורג איז אויך געוועהן אין יענע לאגער און האט מיר פארציילט: דיין זיידע איז געוועהן אין בלאוק פון איבער 66 טויזענט אידן וואו נאר 4 מענטשען האבן איבערגלעבט זיי זענען ליידער אלע אויסגעשטארבן אדער פון טיפוס, אדער פון הריגות פון די נאציס. מיין זיידע איז טאקע געוועהן ממש פון די איינציגסטער אין זיין בלאוק עס דורכצולעבן אבער ער איז צוריקגעקומען א קראנקע מענטש פיזיש און גייסטיש. און איז קיינמאל מעהר נישט געוועהן די זעלבע מענטש, ער איז אלץ אריין און ארויס פון שפיטאל, אין ארץ ישראל פאר יאהרן לאנג און איז אוועק 15 יאהר נאכן קריג, אין זיינע פופציגער יאהרן איבערלאזענדיג א שטוב מיט קליינע יתומים. מיינע פעטערס האבן מיר פארציילט אז אין בני ברק פלעגט ער אויפשטיין אינמיטן די נאכט און לויפן צי די טיר און שרייען קולות וברקים וועגן די נאציס, ביז די קינדער האבן געשריגן “טאטי מיר זענען אין ארץ ישראל!!! נישטא מעהר קיין נאציס!!!” האט ער זיך בארוהיגט און זיך צוריקגעלייגט שלאפן.
ער איז געוועהן traumatized.

איך בין אויפגעוואקסן אין די שאטן. אונז אלע זענען געליטנע עד היום הזה פון דעם.

איך דארף ענק דאס אפילו זאגן?


איך טוה זיך נישט אננעמען פאר די שווארצע - איך נעם מיך אן פאר די אמת! און אויב איינער קען מיר אויפווייזן אז איך בין נישט גערעכט, וועל איך אים זייער שטארק מכיר טובה זיין. אבער אין די כמעט פופציג יאר וואס איך לעב אויף דעם עולם השפל האט מיר נאך קיינער איבערצייגט אז שווארצע זענען גרעסערע קרימינאלן ווי ווייסע, פארקערט וואס מעהר איך האב אריינגעקוקט דערינען און וואס מעהר איך האב שטודירט די נושא, בין איך געווארן מעהר און מעהר איבערצייגט אין די ווארהייט אז ווייסע מענטשען האבן געטוהן רובא דרובא פון אלע רציחות און הריגות אין היסטאריע!

דו זאגסט אז סאיז נישט קיין ראסיזים צוזאגן אז שווארצע זענען קרימינאלן. איך זאג אויב ס’איז נישט ראסיזים שטאמט עס אדער פון איגנארענס (אומוויסנדיקייט) אדער פון old-fashioned ברעינוואשינג.
אבער קיין אמת איז עס זיכער נישט!
ס’איז ניטאמאל קרוב לאמת, ניטאמאל נאנט צו דעם אמת!
נאר ס’איז א בארג פון שקרים!

דאס אלעס איז בקיצור נמרץ. איך האף צו צולייגן מיט די צייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר