It's all about the babies, baby

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

It's all about the babies, baby

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ס'איז מיר אויסגעקומען היינט צו הערן ווי איינע פון דעם סקולענער רבי'נס ז"ל טעכטער, פרעדיגט אויף א פרויען האטליין.

שטארק האט זי זיך געקאכט, די רעבעצין. זיך געבייזערט אפי'.

"איך האב אלעין געהערט פון מיין העיליגען טאטן (בערל?)".

"א smartפאון איז ערגער ווי א טעלעוויזשאן".

בקיצור, די יוזשועל סאספעקטס, די שייטלען מיט די כ'ווייס וואס.

האביך זיך דערמאנט אין א מורא'דיגן סיפור וואס האט פאסירט ביי איר הייליגען טאטן, זי"ע.

געווען איז אן אמעריקאנער איד (אדער 'אידל', כגירסת ההיימישע אויסגאבעס. כלומר, מיט אן אומערוואקסענעם אידישקייט. א 'בעיבי-איד' אזא.) וועמענ'ס פיצל קינד איז געווען זייער נישט געזונט ל"ע.

קומט דער איד אריין צום סקולענער רבי ז"ל, און בעט א ברכה. ער פארלאנגט א ישועה פאר'ן קינד.

לייק דע פראפעשינאל הי איז, גייט דער רבי באלד צו דער ארבעט, דערטאפן וואו עס קען זיין דער מעגליכער ליעק.

- טעלעוויזשאן, חלילה? פרעגט דער רבי.

- עפעס מיט די האר, אפשר?

דער איד ווייסט נישט וואס דער רבי וויל פון אים. ברוב תמימותו גיבט ער א זאג:

Can the Rebbe focus on the baby, please?

-------------

הו, האט זי זיך געבייזערט. מיט אן אש קודש.

טאקע אן אש קודש, אבער אן אש זרה אשר לא צוה אותם.

ווי זאגן די פולישע, ס'האט נאר געפעלט דעם אשר לא צוה אותם. אלעס איז געווען, אלע כוונות יחודים און סגולות, ס'איז אבער געווען אשר לא צוה אותם.

און דאס האט געמאכט דעם חילוק פון לעבן ביז טויט.

-----------

כ'האב קיין ווארט געהערט וואס 'יא', וואס איז דאס 'אידישקייט'. סך הכל א לאנגע, לאנגע ליסטע פון זאכן וואס רעגן אויף גאט.

לכאורה האט די גאנצע איסורים-ליסטע קיין שייכות איינע מיט די אנדערע. יאשקע האט נישט ליב האר, ער לאזט נישט רעדן לשה"ר. ער גלייכט נישט דאס, און עס איבלט אים יענס.

קיין ווארט פון אהבת ה' ויראתו, א געטליכע וועלט וואס איז נשתלשל געווארן פון 'אים' אליין. א דירה בתחתונים. גארניט. נאטינג. סתם איין לאנגע בעששינג. עפעס א גילט-פעסטיוואל.

-----------

פרעגט בעסער נישט. געקומען איז דער בעש"ט און זיך אנגעהויבן קאכן אין בכל דרכיך דעהו. נאר דאס האט מיר אויסגעפעלט, דער אלטימעט פגע'ריי.

טאטש נישט דאס, קוק נישט יענץ. מורמעל אהין, און בוק זיך אהער. מ'קען דאך פון זינען אראפ חלילה.

----------

האט דער אייבערשטער מיך מזכה געווען דעם שבת צו ליינען א בריוו פון ליובאוויטשער רבי'ן ז"ל. גאר א נייעם דערהער אין בכל דרכיך דעהו.

"לדעתי," זאגט דער רבי, "איז דער וויכטיגסטער נושא אין אידישקייט, א גרוטליכער פארשטאנד 'וואס' איז דאס אידישקייט.

"דער אידישער רעליגיע איז נישט סתם א רעליגיע ווי אלע אנדערע רעליגיעס, אדער א פילאזאפיע. עס איז צום אלעם ערשטן א 'לעבנ'ס וועג'. עס איז א רעליגיע וועלכע נעמט ארום און ווייזט דעם וועג יעדע רגע פון א איד'ס טעגליכען לעבן.

"און ווי חז"ל, אין זייער שטייגער ארויסצוברענגען די טיפסטע געדאנקען אין געציילטע ווערטער, האבן דאס ארויסגעברענגט אין א פירוש אויף די ווערטער בכל דרכיך דעהו, זוהי פרשה קטנה שכל גופי תורה תלויין בה (ברכות ס"ג.)."

איר פארשטייט וואס דער רבי זאגט? בכל דרכיך דעהו איז נישט אן הוספה אין די 'כמות' פונעם פגע'ריי. עס ברענגט ארויס גאר א נייע הגדרה אין די 'איכות' פון יהדות.

עס זאגט אז אידישקייט איז נישט א לאנגע ליסטע פון גלויבונגען און א נאך-לענגערער סעריע פון העיטס.

יהדות איז איין גרויסע ענקאמפעסינג 'לעבנ'ס וועג'. איין גרויסע היכי תמצא פאר גאט און פאר אונז אראפצורייסן זיין פארשטעלעכטס. עס איז נישט נאר "אן ענין פון גלויבונג, אדער אן אמצעי זיך אויסצוגעבען די הרגשים", ווי דער רבי שרייבט ווייטער אין בריוו.

---------------

זאלט איר זוכה זיין צו זיצן מיט די אידן וועלכע נוצען סמארטפאונס אויף צו נעמען סעלפיס מיט די ד' מינים, און נישט מיט די וועלכע נוצען עס אויף א טריגער צו איינע פון די העיט-סעיפים אין זייער לאנגע מגילת איבה.

פאוקוסט אויף די בעיבי, רבותי. געדענקט צו טראכטן אמאל פון גאט אויך (עי. קעי. עי. רבונו של עולם).

בכל דרכיך דעהו, מאכט ליכטיג, כאפט אייך נישט אויף פון זונטאג צו זונטאג מיט א שייטל אין די הענט, ווי א קריסט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר