היכי דמי חילול ה׳? (אפגעטיילט)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5467
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7145 מאל

היכי דמי חילול ה׳? (אפגעטיילט)

שליחה דורך מי אני »

אין די אשכול האב איך געהאט א דין ודברים מיט @רביה״ק זי״ע איבער וואס עס דארף צו באדערן א מענטש איבער ״דעם סיסטעם״. איך האב ארויסגעברענגט אז לענ״ד זענען די צוויי פונקטן וואס דארפן צו שטערן און זענען אויף וואס מ׳קען, און גאר מ׳דארף, צו האבן איבל פונעם געזעלשאפט, די צוויי אספעקטן: זיין אדוק אין אבערגלויבענס וכמו שהבאתי לעיל, און דאס אז ווען עקסטרעמיזם אין שמירת ההלכה גייט אזוי ווייט אזש אז מ׳טרעהט וועגן דעם אויף נארמאטיוו עטישע התנהגות ומוסרי הטבעי.

אז מ׳רעדט שוין גיי איך פארציילן צוויי פערזענליכע איבערלעבענישן וואס האט דאס ארויסגעברענגט צו מיר און מיר געטוהן באדערן. ווי איך האב דא דערמאנט בין איך בתוך י״א חודש של פטירת אאמו״ר הכ״מ און איך דאווען פאר׳ן עמוד. איך וואוין אויף די זעלבע גאס פון מיינע עלטערן און איך דאווען אינעם זעלבן שוהל וואו מיין טאטע הכ״מ האט געדאווענט כל ימיו. מיין 16-יעריגער ברודער, א יתום לכל הדיעות (עיין בהל׳ דיעות להרמב״ם פ״ו סוף ה״י), דאווענט אויך דארט. ער איז א פרומער בחור און דאס דאווענען פאר׳ן עמוד מיינט פאר אים אסאך. אין אלגעמיין דאווענט ער פאר׳ן עמוד אין ישיבה, אבער אויף זונטאגס דאווענט מען נישט שחרית אין ישיבה, און דערפאר האב איך אים אוועקגעגעבן מיינס. דארטן דאווענט א איד א ת״ח, דער בעל קורא שני וחמישי. ווען מיין ברודער פלעגט דארט דאווענען פלעגט דער איד אים כסדר אריינפארן איבער זיין דאווענען, אזש אז מיין ברודער, וואס איז כמובן אין א וואָלנערעבּל פלאץ, פלעגט אהיימגיין וויינען דערוועגן צו מיין מאמע. איך בין צוגעגאנגען צו דעם איד און געזאגט אז דאס איז געהעריג כל אלמנה ויתום לא תענון און דאס איז א דאורייתא קעגן עני פגם בתפילה וואס מיין ברודער אנגעבליך האט. דער איד האט זיך באליידיגט און אויפגעהערט דאווענען מיט מיר בכלל אפילו דורכאויס די וואך.

שפעטער אין יאר האט מען מיר געטוישט מיין מנין צו אַן אנדערס. דארט דאווענט א דיין ותופס ביהמ״ד וואס זיצט אויבן אָן, וואס ווען ס׳איז נישטא קיין ש״ץ איז דער דיין דער ש״ץ. וממילא אז איך בין דער ש״ץ ווארט איך אויף דעם דיין און איך לאז אויס ווען ער ענדיגט אא״וו. זייענדיג אז די אידן אין ביהמ״ד האבן געקענט מיין פאטער הכ״מ, איז אז איך האב צייט נאך מיין מנין איז גענצליך פערטיג (וג״כ לאחר אמירת תהילים הקבוע ע״י ומטעם הביהמ״ד, ועיין בשיורי ברכה ביו״ד סוף סימן שעו), לערן איך אלס כבוד אבי די צוויי פרקים משניות פון מס׳ כלים פכ״ד און מס׳ מקואות פ״ז און איך זאג דערנאך (די משנה בסוף מכות און) א קדיש דרבנן (מיט׳ן אב הרחמים פאר מיין טאטן).

דארט דאווענט אַן אנדערער איד א ת״ח ומתמיד וואס זיצט א גאנצן טאג בביהמ״ד און לערענט. כמעט יעדן טאג, הגם איך פאלג נאך דעם דיין און אנדערע האבן זיך אפגערעדט אז איך גיי צי שטאַט, האט דער איד מיר סיקירט אז איך גיי צי שנעל. אזש אז איינמאל בעפאר גאל ישראל איז ער צוגעקומען צו מיר און מיר גענומען שטארק פיזיש האקן! די וואך האט ער זיך גענומען הויך שפעטן פון מיר ברבים, וכנראה מיט׳ן כוונה מפורשת מיר וויי צו טוהן, איבער מיין משניות לערנען. איך בין צוגעגאנגען צו אים און געזאגט, ״איר מיינט איך וויל דארט שטיין פאר׳ן עמוד!איר מיינט אז איך האב געוואלט מיין טאטע זאל אוועק רעלאטיוולי אינג און לאזן יתומים אינדערהיים, איך זאל דארפן צוגיין צום עמוד! מענטשן רעדן זיך אפ אז איך גיי צי שטאַט. איר ווילט נישט אז איך זאל לערנען משניות, איז נישט!״ ער האט מער געזאגט נישט צו קומען מער דאווענען מיט דעם מנין, וכן עשיתי: איך האב געטוישט צו אַן אנדערע מנין. (איך ווייס אז להלכה קען א יחיד נישט מוחה זיין להעביר א ש"ץ קבוע שכבר הסכימו עליו הציבור, כדאיתא באו"ח סימן נג סעיף יט ע"ש, און דא בין איך דאך נתמנה געווארן דערצו בהסכמת הציבור און ס'שטייט מיין נאמען אויפ'ן צעטל אז איך בין דער ש"ץ פון דער מנין שוין אפאר חדשים. איך האב דאס מוותר געווען עפ"י האמור שם לעיל בסעיף ד בענין מרוצה לעם וע"ש במשנ"ב ס"ק טז. ואגב, שטייט דאך דארט בסעיף יא "ומכל מקום כל שמאריך בתפלתו לא טוב עושה מפני טורח הצבור", און ווי כ'האב געזאגט האבן דאך מענטשן גאר געזאגט אז איך דאווען צי שטייט והיפך טענתו של אותו האיש. שוין.)

די צוויי מעשיות האבן מיר געמאכט שטיין און שטוינען. איך בין א תלמיד פון וויענער רב שליט״א און ער פלעגט אלס זאגן אז ״תורה איידעלט אויס א מענטש.״ האב איך גערופן א פרומער ברודער מיינער (כ׳האב אים דא דערמאנט) און אים געפרעגט אז די מציאות ווייזט דאך נישט אזוי (די מחלוקת׳ן ביניהם, אזש אז מ׳לאכט פון די גמרא אז ת״ח מרבין שלום בעולם, איז אויך א קשיא דערויף). ולא עוד אז עס איז ידוע די גמרא ביומא פו. איבער חילול ה׳:
מי שקורא ושונה ומשמש ת"ח ואין משאו ומתנו באמונה ואין דבורו בנחת עם הבריות מה הבריות אומרות עליו אוי לו לפלוני שלמד תורה אוי לו לאביו שלמדו תורה אוי לו לרבו שלמדו תורה פלוני שלמד תורה ראו כמה מקולקלין מעשיו וכמה מכוערין דרכיו
זעה׳מיר אז ס׳איז שייך (וידוע ג״כ הגמרא במו״ק יז. והמדרש בויק״ר א טו אודות ת״ח שאין בו דעת). מיין ברודער האט טאקע דאס פרובירט צו פארענטפערן עפ״י הגמרא לעיל שם בדף עב: אז אויב איז לא זכה איז נעשית לו התורה דמא דמותא און אז אט דאס מיינט עס: די תורה טוהט אים גאר שאטן. מיינענדיג, אז אזא איינער וואס איז אריינגעפארן מיין 16-יעריגער ברודער האט געוואוסט פון דעם פשוט׳ען פאקט אז דא רעדט מען פון א גאנץ אינגן יתום און עס וועט אים וויי טוהן - נאר ער האט כובש געווען די געפיהל אים נישט צו באדערן/וויי טוהן כדי ״אויפצוטוהן למען השם ותורתו״. און דאס זעלבע איז מיט דער ת״ח וואס האט מיר געזוכט צו פארשעהמען ברבים איבער מיין משניות לערנען ברבים; ער האט געזוכט אויפצוטוהן למען השם ותורתו איבער מיין ״שנעלע״ דאווענען.

אבער אט דאס איז דאך די געוואלדיגע עוולה: אויב מאכט דאס דיר טרעהטן אויף בּעיסיק עטישע מענטשליכע ומוסרי הטבעי התנהגות, דאן איז דאך דאס א הימעלשרייענדע חילול ה׳, אז מ׳זאגט ״קוק ווי אומעטיש ת״ח פירן זיך אויף! און דאס איז דאך מחמת און אין נאמען פון זייער תורה לערנען און פרומקייט/רעליגיע! כמה מקולקלין מעשיהם!״ (איך ווייס פון די גמרא בתענית ד. אז ת״ח זענען כאש מחמת התורה, ומה שפירש״י שם אודות לדונם לכף זכות עבור זה ע״ש.)

מיין ברודער האט אבער גע׳טענה׳ט אז זיי קענען טענה׳ן אז וואס איך אדער מיין 16-יעריגער ברודער האט געטוהן איז א חילול ה׳, ועפ״י הגמרא שם ביומא אז ״חילול ה׳״ איז כעין וואס ר׳ יוחנן האט געזאגט אויף זיך כגון אנא דמסגינא ארבע אמות בלא תורה ובלא תפילין. אבער דאס איז אוועקגעדרייט פונעם קאנטעקסט. די געדאנק איז אז מ׳פארשוועכט און מ׳פארשעהמט די געדאנק פון עבדות לה׳ און אנדערע לערנען זיך אפ מחמת די התנהגות וואס איז נישט ראוי לויט זייער stature צו מזלזל זיין במצות וברעליגיע. און דאס איז על אחת כמה וכמה וואו א ת״ח ועובד ה׳ טרעהט, און נאכדערצו מחמת זייער תורה לערנען און פרומקייט/רעליגיע, אויף בּעיסיק עטישע מענטשליכקייט (עיין קידושין לא.). עס מאכט מענטשן זאגן ״פעך!״ אויף רעליגיע והמסתעף ממנה.

אזעלכע סארט מענטשן שטארקן דאס וואס דער אטעאיסטישער פיזיקער דר. סטיווען וויינבערג האט געהאט גע׳טענה׳ט:
Religion is an insult to human dignity. Without it you would have good people doing good things and evil people doing evil thing. But for good people to do evil things - that takes religion
פערזענליך האלט איך אז וויינבערג איז נישט אינגאנצן גערעכט מכח ווייל 1). עס איז ברייטער ווי ״רעליגיע״ - עס איז ״אידעאלאגיע״ בכלליות, און 2). מ׳קען זאגן פארקערט אויך: ״פאר שלעכטע מענטשן צו טוהן גוטס, פעהלט אויס רעליגיע״ (דאס איז דאך בעצם די געדאנק פון אמונות הכרחיות בתוך רעליגיע). אבער טאמער געבט א רעליגיעזער מענטש, ובפרט א ת״ח ועובד וועלכע איז דאך די סמל פון א רעליגיעזער מענטש, א סמך צו וויינבערג׳ס ציטאט, איז דאס א מורא׳דיגע פארשוועכונג פון רעליגיע ודת. (ווי א נישט-פרומער ברודער מיינער האט מיר געזאגט ווען ער האט דאס געהערט: ״איך פארשטיי אז ס׳איז אויך דא אסאך פיינע ת״ח וכדומה וואס דאווענען דארט. אבער עס איז אינטרעסאנט אז עס איז נישט א ״סמאַרטפוֺין איד״ וואס איז געגאנגען באליידיגן דיר אדער אונזער 16-יעריגער ברודער. עס פאַלט זיי ניטאמאל ביי.״)

דאס אלעס פירט אריין צו דעם צווייטן פראבלעם מיינער מיט אונזער געזעלשאפט. ווי דער באקאנטער פלאם-פייערדיגער אטעאיסט דר. ריטשערד דאָקינס האט פּאלעמיש געשריבן:
The God of the Old Testament is arguably the most unpleasant character in all fiction: jealous and proud of it; a petty, unjust, unforgiving control-freak; a vindictive, bloodthirsty ethnic cleanser; a misogynistic, homophobic, racist, infanticidal, genocidal, filicidal, pestilential, megalomaniacal, sadomasochistic, capriciously malevolent bully
און די סארט אידן גלייבן ליידער טאקע ובאמת אין אזא סארט (אפ)גאט! דאס איז דאך די סיבה זיי גייען, ווי מיין פרומער ברודער האט זיי מצדיק געווען, עד כדי כך ״כובש זיין״ זייער מוסרי הטבעי אויף וויי צו טוהן א יתום. אמער מ׳דארף זיך דאך היטן פון דאס וואס ״רעגט אויף״ און גייט אויף די שוואכע נערוון פון דעם שטארקן און מעכטיגן בארעגטן גאט. ולענ״ד אין לך חירוף וגידוף וחילול ה׳ גדול מזה! זיי זאגן אז דאָקינס איז גאר גערעכט!

דאס געבט נאך אַן understanding פארוואס דער רמב״ם האט אזוי געזוכט אויסצורייסן די סארט קאָנסעפּשאן פונעם מושג פון ״ג-ט״ מבין ישראל.

אבער ווער ווייסט? אפשר איז @פאר'ן דאווענען גערעכט

*

אגב, עס איז טאקע אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. עריק שוויצגעבעל און דר. יהושע ראָסט האבן טאקע געצייגט אז עטיקס פּראפעסארס פירן זיך ל״ד אויף מער עטיש, עפ״י זייערע פאזיציעס, ווי סתם פּראפעסארן. זיי ענדיגן צו:
It does not follow that philosophical moral reflection is powerless to change moral behavior. But what influence philosophical reflection actually has on practical behavior, and in what directions, and under what conditions, are questions that – despite their centrality to a proper understanding of the value of philosophy as a discipline and the relationship in general between moral reasoning and moral behavior – remain wide open and virtually unexplored
אבער איינס, זיי זענען כאטש נישט ערגער ווי אלגעמיין, און צוויי זיי האבן נישט געזאגט אז דאס מאכט זיי בעצם בעסער. משא״כ ביי געוויסע (האפענטליך נאר א מיעוט) לומדי תורה אין דעם קאנטעקסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר