הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב: ארטיקל איבערגעזעצט אין אידיש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פארביסענער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 4:05 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב: ארטיקל איבערגעזעצט אין אידיש

שליחה דורך פארביסענער »

פון דא. נ.ב. דעם וואס קען אריינלייגן די בילדער וועל איך דאנקבאר זיין.

איך בין געווען די זוהן פון דער קעניג אין א הויז פון משוגעים


8 יאר צוריק איז נפטר געווארן הרב אליעזר שלמה שיק וועלכער האט אויפגעשטעלט א קהילה אין יבנאל פון 400 חסידישע משפחות. אין א נייע און עקסלוסיוו דאקומענטרי אויף כאן 11 טוט זיין זוהן מושי, פאר די ערשטע מאל, אויפדעקן די נפשיות'דיגע און יארן-לאנגע פייניגונגען וואס ער און די אנדערע פארגלויביגטע זענען אריבער. פון דאס חתונה מאכן קטנים ("רעיפ אין די לבוש פון חתונה האבן"), מיט די הילף פון די משמרת הצניעות וואס די רבי האט אויפגעשטעלט כדי "מחנך" צו זיין אינגע מיידלעך ("די ערגסטע און גרעסטע חזירים און נואפים האבן נאכגעקוקט פאר אים ווער ס'דרייט זיך ארום ביינאכט אין די גאסן") ביז'ן פאטער'ס זעלבסט זיך נישט וויסענדיג מאכן פון א סקסואלע אנפאל וואס זיין אייגענע זוהן איז אריבער. "ער האט זיכער געמאכט אז יעדער וואס שטייט אים אין וועג זאל קריגן מכות רצח אבער ווען איך בין אריבער דאס ערגסטע – האט ער גארנישט געטוהן"


אויב אין די חרדישע וועלט איז גיין אויסוואשן די שמוציגע אונטערהויזן אינדרויסן עפעס וואס איז גענצליך אפגעפרעגט, וואס פאדערט זיך געוואלדיגע נפשיות'דיגע כוחות – איז עס אין די חסידישע וועלט כמעט נישט בנמצא. זיכער נישט ווען דו ביסט די זוהן פון א געשעצטע ברייט באקאנטע רבי וואס טויזנטער באזוכן זיין קבר דורכאויס דעם יאהר, זענען מנדב מיליאנען צו זיינע מוסדות און לערנען זיינע ספרים. אבער מושי שיק (45) האט געשפירט אז ער קען מער נישט האלטן אין בויך דאס וואס ער איז אריבערגעגאנגען.

ער איז א פאטער צו זעקס קינדער און א זיידע צו דריי אייניקלעך. ער וואוינט אין ניו יארק און איז דער בן זקונים פון דער מוהרא"ש (מורנו ורבנו הרב אליעזר שלמה שיק) – דער וואס האט מייסד געווען קהילת היכל הקודש און די מושב פון יבנאל אין יאר תשמ"ו, פון די חשובע ברסלבע רבנים. ער איז נפטר געווארן 8 יאר צוריק. "איך בין באוואוסטזיניג דערצו אז וואס איז טוה דא איז נישט א פשוטע עסק", ענדיגט מושי צו צום סוף.

דורכאויס די יארן איז די ברסלבע קהילה פון יבנאל נישט איינמאל געווען אין די צייטונגען, צווישן אנדערע, צוליב דאס חתונה מאכן אינגע קינדער איבער וועלכן עס איז געעפנט געווארן א קרימינאלע אויספארשונג אנטקעגן מוהרא"ש. פאר א משך פון פיהר יאהר האט ער נישט באזוכט דאס לאנד צוליבן חשש אז ער וועט ארעסטירט ווערן און צום סוף האט זיך דער אויספארשונג געשלאסן אין תשס"ו אהנע אנקלאגע. צווישן חרדים איז דער מוהראש, וועלכער ווערט אויך גערופן מיט'ן צונאמען דער 'צדיק פון יבנאל', פארבליבן ריין אהן קיין פלעק.

בקרוב וועלן אלגעמיינע בירגער פון ישראל קענען אריינבליקן אין די פרשה מיט ערשט-האנטיגע שרעקעדיגע און ציפעדיגע עדות פון זיין זוהן מושי אליינס אין א דאקומענטרי מיט'ן נאמען "בשם האב" (אין נאמען פון טאטן – דריי טיילן, אנגעהויבן פון דינסטאג 15 מערץ אויף כאן 11). אין לויף פון פינף יאהר האט דער דאקומענטרי דירעקטאר בת דוד אוז'לבו – צוזאמען מיט די פראדוצירער גל גופר מיט יואב לשם – צוגעהערט צו עדות פון צענדליגע מענטשן פון קהילת מוהראש, אריינגרעכנט אזוינע וואס זענען ארויס פון דארטן געשעדיגט, און דורכאויס דער פראגראם וועט געעפנט ווערן א פנדורה באקס וואס וועט נישט איבערלאזן א טרוקן אויג.

די עדות פון מושי – די חשובסטע און מערסט ארויסשטארנדע פון אלעמען – איז אייגענטליך דאס ערשטע מאל וואס א טרייער חרדי דעקט אויף דעם גאנצן געשיכטע און בעיקר די פארוויקלטע און קאמפליצירטע אמת איבער דער ראש הקהילה, זיין טאטע, פון אינעווענדיג. און טוהט דאס מיט א טריט וואס פאדערט אומגעהויערע שטארקייט און איז פארבינדן אין סכנות. א טייל פון די ציטאטן אין דער ארטיקל זענען גענומען דירעקט פון די דאקומענטרי וואס איז שוין פארקויפט געווארן פאר מערערע לענדער אין אירופה.

מושי האט דריי שוועסטער און איין ברודער און ער איז דער אינגסטער פון צווישן זיי. די עדות איבער זיין טאטע קומט אים נישט אן גרינג, לייכט גערעדט. "איך שטארב פון פחד", זאגט אונז מושי אין א שמועס פון זיין הויז אין ניו יארק. "איך שלאף נישט ביינאכט, איך פרעג מיך צענדליגע מאל פארוואס האב איך מסכים געווען דאס צוטוהן אבער דאן דערמאן איך מיר אין דאס שרעקעדיגסטע מאמענטן פון מיין לעבן, א וואונד וואס עסט מיר אויף אינעווענדיג און גיבט מיר נישט קיין מנוחה".

"מיין טאטע פלעגט מיר שטענדיג זאגן אז ווען ער וועט ארויפגיין אין הימל ווערט ער איבערדרייען טישן און בענק און זיך זארגן אז די רעגירונג זאל זיך נישט מישן אין עניינים פון שידוכים צווישן אינגלעך און מיידלעך אין די קהילה. ער האט געגלייבט אז דאס חתונה האבן אין א אינגע עלטער טוט אפהיטן פון זינד און נסיונות. אבער ווען איך בין אדורך דאס ערגסטע טראגעדיע אין מיין לעבן, נישט נאר וואס ער האט נישט איבערגעדרייט קיין טישן און בענק. ער האט קיין מוק נישט ארויסגעגעבן. צוויי טעג פאר מיין טאטע איז נפטר געווארן פון קענסער האב איך אים געזאגט אז איך בין אים נישט מוחל. דאס האט זיך עפעס אזוי ארויסגעכאפט פון מיר אומווילענדיג.

איך האב געלערנט אין א חסידישע ישיבה און איינער פון די העכסטע איינגעשטעלטע דארטן האט מיר געטאטשט אויף זייער א מיאוסן אופן. מיין טענה קעגן מיין טאטע איז געווען: אויב קעגן סיי וועלכער עס האט אנגעהויבן מיט אים אדער באדראהעט זיין שטאנד האט ער געמאכט זיכער צו שיקן שליחים זאלן יענעם געבן מכות רצח, אפשניידן די בארד און יענעם סטראשען זיין לעבן, פארוואס ווען צו מיר איז געשעהן דאס ערגסטע איז ער שטיל געשוויגן און גארנישט געטוהן?

מיין טאטע האט מיר געענטפערט אהן בכלל מבולבל ווערן: אויב וואלט דאס ארויס אין די גאס וואלסטו נישט מצליח געווען א חתן צו ווערן ווייל דאס וואלט געמאכט אויף דיר א שם רע. איך האב נישט אקצעפטירט דער תשובה: איך האב אים געזאגט: טאטי, אויב ווילסטו איך זאל דיר מוחל זיין, מוזטו, ווען דו גייסט ארויף אין הימל, זיך מטפל זיין מיט דעם מענטש".

איך האב באוויינט מיין לעבן

איך בין געווען דעמאלס 16, דערמאנט זיך מושי וואס איז אריבער אויף אים אין יענע שווארצע תקופה. מיינע עלטערן האבן געוואוינט אין אמעריקע און געקומען צו יבנאל זעקס מאל א יאהר, יעדע מאל אויף א באזוך פון צוויי וואכן. אין ישיבה האב איך מיך נישט געפונען דעם פלאץ. אין אזא מצב, ווען א חשובע איינגעשטעלטער געבט דיך אטענשאן, כאפסטו נישט וואספארא קראנקער און חזיר יענער איז.

איין טאג פארציילט ער, ווען זיי זענען געפארן צוזאמען אין א קאר, האט יענע מענטש געלייגט זיינע הענט ווי ער דארף נישט, ווי מושי באצייכנט עס. איך בין געווען קאנפיוזד און דערשראקן. צופרי האב איך מיך פארבונדן מיט מיין טאטע. כ'האב נישט געוואוסט ווי אזוי אים עס צו פארציילן. האב איך דערפאר אים געזאגט אז איך מיין אז יענער דארף מיך פאר א זיווג פאר זיין טאכטער. מיין טאטע האט מיר געזאגט אין אידיש מיט א שמחה: אצינד קען איך פארשטאפן אסאך מיילער ווייל ענדליך איז דא עמיצער חשוב וואס דארף אונז. נאך די אומצאליגע נייןס וואס ער האט באקומען. מער איבערדעם איז ער נישט אינטערסירט געווען פון מיר צוהערן.

אן אנדערע מאל בין איך געפארן צוזאמען מיט די משפחה פון יענער חשובער איינגעשטעלטער צו אונז אהיים צו יבנאל. מיין טאטע און מאמע זענען דאן געווען אין אמעריקע. ער איז געשלאפן אין מיינע עלטערן'ס שלאף צימער ווייל ער א גאר חשובער מענטש געווען און איך בין געשלאפן אין די ספרים צימער. אינמיטן נאכט וועק איך מיך אויף און ער ליגט אויף מיר. ער האט מיך אנגעווארנט איך זאל מיך נישט וואגן זאגן עמיצער. אזוי קראנק איז דאס געווען. ווען איך בין צוריק צו ישיבה בין איך אנטלאפן צום כותל און פאר צוויי דריי שעה האב איך זיך אויסגעוויינט דאס הארץ. דעם נעקסטן טאג ווען איך האב פארציילט מיין טאטן איז זיין איינציגסטע רעאקציע געווען אז מען דארף מיר שנעל א חתן מאכן – און אזוי איז טאקע געווען.

מיין ציהל מיט'ן דאס אלעס פארציילן איז כדי מענטשן זאלן פארשטיין אז אפילו אויב דו פארציילסט דאס וואס ליגט דיר אויפ'ן הארץ מיינט דאס נאכנישט אז דו לאזט איבער דאס אידישע וועג. איך הער אזויפיהל פון מיינע חברים, און יעדער מיטשעט זיך מיט אן אנדער שטיין וואס ליגט אים אויפ'ן הארצן, און יעדער איז זיכער איז ער איז דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם. אין יעדן תחום. מענטשן זענען אפגעקנאקט פון זייערע הרגשים. [איך וויל זאגן ניין,] מען קען יא ארויסזאגן, מען מעג יא מיט-טיילן און נאכאלס בלייבן מענטשן מאמינים, און יראי שמים.

איינע פון די הויפט נושאים וואס מוהראש פלעגט רעדן מיט זיינע חסידים איז איבער די וויכטיגקייט פון שלום בית – די חשיבות פון הרמאניע און כבוד געבן איינער דעם צווייטן אין דאס חתונה-געהאטע לעבן. די פאקט אז ס'האט זיך געהאנדלט פון א אויפרעגנדע צביעות (א געמאכטקייט/היפאקריטיע) איז וואס האט געשטופט מוישי'ן צומערסטנס ארויסצוקומען און פארציילן אלץ איבער זיין טאטע. "מיין מאמע האט געליטן דורכאויס די יארן וואס זי איז געווען חתונה געהאט צו אים איבער וועגן וואס ס'האט זיך אלץ אפגעטאהן אין די קהילה. איינער פון די קרובים פון מיין משפחה, א חשובע רב, האט מיך געזאגט 'אזא שאד דיין מאמע האט נישט זוכה געווען צו לעבן נאך יארן נאכוואס ער איז געשטארבן, אפשר וואלט זי זוכה געווען צו אביסל מנוחת הנפש'. מענטשן וואס באגעגענען מיר זאגן מיר 'וואו, דו ביסט די זוהן פון מוהראש? וואספארא זכות'. און דאס שטעכט מיר. עס טוט מיר וויי. ווייל די פיקטשער איז אסאך מער קאמפליצירט און די אמת איז וויכטיג ס'זאל ארויסקומען.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר