ערבי פסחים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

ערבי פסחים

שליחה דורך הבל וריק »

יעדער איז אויף, שפעט אויפדערנאכט.

חאַנצי פּיצט בענקלעך.
מיט די צוריסענע פאַלם טייץ, אויסגעשטרעקט אונטערן דיינינג רום טיש, זיצט זי מיט א טעלעפאן און א הילצענעם ציינפּיצער, און גריבּלט נאך נוקשה'דיגע שמוצלעך, אריינגעקריצט צווישן די אלטמאדיש געשניצטע מעבּל, מיט וואס די ראזענבערג'ס - פונקט ווי אלע אנדערע פארפאלק אין יענעם עפאכע, זענען באשאנקען געווארן.
און זי שמועסט מיט א חבר'טע - הענטשי. הענטשי רייניגט אויך עפעס, וואס רייניגט הענטשי?
הענטשי רייניגט זמירות'לעך - א פאלש לעדערנעם סעט, א מלוה מלכה אנדענק פון א 360'ער נדבה.
מיט א צוריסענעם אונטער-העמד גע'שמד'טע שמאטע, רייבּט זיך דורך דעקל, און פּריצלט (יא, פּריצלט) אפּ די הונדערט פּאפּיר ווי א הויפן קאָרטן, האפענדיג ארויסצושמייסן די משהו'ס מיט מילדע השתדלות.

מאַמי איז דאך זיכער אויף, און אויך מיט חמי, די יונגערע שוועסטער, אויף א צווייטע ליניע, צונעמענדיג דעם קליידער סעזאן סוקסעס.
"יא בּרוך השם איך בּין מער ווייניגער דאָן" זאגט חמי.
"איי סטאַרטעט שאפּינג ערלי דיס יוּר"

ווי ערלי? שווער צו וויסן וואס מיינט ערלי. מאנכע שפּעקולירן אז זאת חנוכה, איז שוין חמי אויפן געוועבּ געקראכן, נישטערענדיג מעטשינג בּאָבּל'ס פאר הוּדעס - די ניי געבארן גליקל נאך דריי יונגלעך און (לויט טייל פוסקים, ליידער) בלויז איין גרויסע מיידל.

פארשידענע מומחים אינעם סאציאלען געביט, באצייכענען אזוי פרי ווי דער ערשטער אין נאוועמבער, אלס דער טאג וואס ס'ערשטע קנין פארן קומענדיגע פרילינג, איז ווארשיינליך געשלאסן געווארן, ערגעצוואו אינעם טריי סטעיט.

אבער די שוועסטער קרעכצט יא.
"וואס קען מען טוהן, מ'קומטעך נישט אהן".
"איך האב נישט קיין איין זאך מיין מרדכי'לען אנצוטוהן פארן צווייטן טאג חול המועד".
"איך בין געווען איבעראל, עוו-רי-ווער ס'גארנישט דא מער"
שילדערט פרוי ראזענבערג, די צושטאנד אין די היימישע געשעפטן.
"ליסטען, כ'מאך דאך חתונה יעצט אין די זוממער סאוֹ איטס נאַט איזי."
די זינטאג'ס ביזן יום החופה זענען שוין אלע פארכאפט פאר שטאפיר געברויכן.

"נעכטן בין איך געווען אין וויהעלם'ס הערסטו..."
"איך האב יא געטראכט רויעל דאָלטאָן פאר מילכיג" לייגט די מוטער פאָר אן אבּעיא וואס פּלאגט איר און הענטשי'ן.

שעה נאך שעה לויפט פארביי, ס'קאכט זיך קעסל נאך קעסל און שאָלאַכטס זאמעלט זיך אָן אינעם גאנצן געגנווארט. בּאָרשט צו עפּל, אייער צו פאַלשע קרעפּל, יעדע אידישע מאמע קאכט איר בעסטע פאַך.
און איין אידישע מאמע פרעגט די צווייטע, וואס האָסטו פאר מיר, כ'וויל פרובירן עפעס ניי, דערפרייען מיין שטוב אויף יום טוב, ווען אלעמענס אפעטיט און זעטיגקייט איז אויף מיינע פלייצעס געוואנדען.
און חמי, שיפי, און ריפקע לאה שיקן רעצעפּטן. דער א פאַלשע ניס-קיכעלע, און דער א מנהג פארקריפּלטן שאָקאלאָד קעיק - אהנע אייער. גיי פארשטיי פארוואס, גיי זיי מתווכח.
די שטייפע אידישע מאמע זאגט אזוי האט מען ביי אונז זיך געפירט. יא שאקאלאד און נישט אייער!
"יא אבער.." פרובירט די ברייטערע פריינדינע מיט די אפענע שפיצל און באהאלטענע השקפות, פירן אן ארגומענט.
"מ'דארף נישט פרעגן קיין קשיות" וואַרפט איר אבער מלכּי גראָד אפ, טראץ וואס איר קליינע הינדי איז נארוואס מיט צעטל און געזאנג, פון בּאָס אראפגעשטיגן, אלץ ארום די פיר קאשעס.

מלכּי איז ווירקליך א טרייע אידענע. יא זי וואַטשט אפט נעטפליקס אין בעט, מיט א מאָשני האנטוך אויפן נאַסן, הוילן קאָפּ, נאך א שויער, אבער קיין מסורה וועט זי נישט בּרעכן.
זי וועט שערן, בינדען, לייכטער צינדן, הבדלה שמירן, אויסשטאפירן, ניין מאל שלינגען, נישט מישן, נישט בראָקן, און נישט בייגן.

איז זי שטאלץ מיט דעם נעטפליקס? ניין. יום כיפּור אין ווייבער שוהל, האט זי חרטה דערויף, און וויל פארבעסערן. זי וויל נישט פון בעקאַ און טימעטי ביים שבת'דיגן קה אכסוף טראכטן, צו פון העררי און מעגען, ביים קינדער שלאָפן לייגן.
יא, זי פאַלט און הייבט זיך, און וויל בעסער. אבער מסורה איז אהנע פשרות. מסורה איז די אידישע פרוי.

אויך די מענער זענען אויף שפּעט. אין טונקעלע רעסטוראן, זיצן זיי פיר חברים, מיט די גראבּע מאשינען אויף די הויזן, כלערליי וועיפּ געצייג אין האנט, און האַקן געפּרעגלטע חאזעריי, כחצות הלילה, א נאכט ביפאר, זכר למכת בכורות.

אבער די פרומערע, וואס פארזוכן נישט קיין וועטשערע אויסערן שטוב, און זיכער נישט אין דיזע שטונדן, זיי הונגערן געוויס. איבער די קאלטע געסער דרייען זיך, מיט כלים צו גליען, געצייג צו טובל'ען, און שוואך געמאסטענע יום טוב בגדים פון די ביליגע געשעפטן מיט געשוואלענע פרייזן.

און די בחורים אויך. נאך שעות אפּזיצן אויף די ערשטע בלעטער פון צוויי צוריסענע גמרות, און טעג ביי די ביכער אפטיילונג אָפּשטיין - אין די זשודעיקא, צו א.ג ספרים געשעפטן, זענען זיי מער ווי גרייט צוצולייגן א האנט. גרייט צו שיילן קליפּות וואס אימער, אויסקוועטשן שמאטע פארן אלטן געהלן ש"ס, און אפילו א קעסטל מאראנץ צו קארטאפל שלעפּן. אבּי ארבעט, אבי שייכות מיטן חג.

געוויס זענען אויך פארהאן סמעטענערע, וואס דעבּאטירן איצטערט א שטיקל ר' נחום איבער א הייסע טיי, אין א טונקעלע, בּוטיק, געגנט שוהל.
און געוויס וועלן זיי צוכאַפּט ווערן. יעדער וויל א תלמוד חכם, א בר אוריין, א מתמיד, וואס וועט נחת ברעגן, איין טאג א דיין ווערן, אדער ראש ישיבה זיין.

און פאר די סמעטענע וועט מען אלעס ארום פארקוקן. דעם טאטן'ס דורכפעלער, מאמע'ס ייחוס, פעטער'ס שיגעונות, עלטער פעטער'ס תאוות, אלעס ביז נערוון, וועט מען פאר א סמעטענעם פארקוקן.
----

די קליינע זענען אויך אויף, ווילן אפּרוה נאך א שווערע טאג, פון בּאָדן שפילצייג, שפּילן אויפן גאס, און עסן מיט די שכנים אין קאָרידאר.

אבער קוים קענען זיי די אויגן אפען האלטן, ביסלעך פאַלן די הײַטלעך, איינע נאך די צווייטע, און זיי בּלייבּן מיט אט דעם בּילד איינגעקריצט - די אידישע מאמע, מיט די שׁמאַטע אויף אַקסל, שירצל אויף לענדען, קאָרדלעס אין טורבּאן, בּיי טאָפּ און בּעקעלע, פון מטעמים אלע סארט, סענטימענטאַלע רעצעפטן, מדור לדור, און א גערוך א היימיש הארץ צו דערקוויקן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר