פרייליכע צומישעניש איבער אלטע ניקס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

פרייליכע צומישעניש איבער אלטע ניקס

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

רבותי, איך בין אינגאנצן צומישט.
איך דריי זיך שוין דא א שטיק צייט און איך הער כסדר זיך אפרעדן אויף דער ניק איז שוין נישט דא, יענער לעבט שוין נישט, מען ברויך מאכן תחיית המתים.
יעדע נייע ניק וואס הייבט אן צו שרייבן מאכט זיכער אנצוהייבן מיט א הקדמה 'איך קום נישט צו צום קנעכל פון די אמאליגע ניקס' וכדו'.
צוריק נישטערענדיג אביסל אין קאווע שטיבל'ס ארכיוון האט נישט גענומען לאנג ביז איך האב אנגעהויבן פארשטיין פון וואס די רעדע איז, ואין כאן מקומן להאריך, והמבין יבין,
די ווייטאג איז א דאפאלטע 1) די אלע ניקס וואס האבן אויפגעהערט שרייבן בכלל 2) די אלע וואס פלעגן אמאל שרייבן שיינע לאנגע ארטיקלען, און היינט פאלן זיי אריין דא דארט מיט א לייקל אדער א קליינע קאמענט
נאכן אנהייבן מיטצו'וויינען און זיך משתוקק זיין צו די אלטע ניקס זע איך פלוצלונג עפעס אזא סארט תחיית המתים, אלטע פארשטויבטע ניקס הייבן אן ארויסצושווימען פון די טיפענישן,מען זעט חברה וואס מען האט שוין נישט געזען א טוץ מיט יארן, דרייען זיך ארום כאילו גארנישט איז נישט געווען, וואס גייט דא פאר?? איך בין וואך?? אדער בין איך פארשוועמט געווארן מיטן כוואליע סייקעדאליקס דא אין שטיבל, אדער זענען גאר אלע אלטע ניקס אונטערן רושם פון סייקעדאליקס,
למעשה איז מיר איינגעפאלן אפאר השערה'ס וואס דא גייט פאר.
1) די אלע ניקס זענען אייביג געווען דא אינעם שטיבל, נאר זיי זענען געווען פארשלייערט אונטער אנדערע נעמען, און אמאל אמאל נעמען זיי די עולם אויף א רייד
2)די חברה פלעגן שרייבן ווען זיי זענען געווען אינגערלייט, שפעטער זענען זיי געווארן מער פארנומען (קינדער\פרנסה\שלום בית)
3) זייערע קינדער האבן אנגעהויבן ווערן עלטער, זיי האבן מורה באקומען פון שדוכים
על כל פנים, אויב ענק דארפן חיזוק גלייב איך נישט אז איך קען עפעס העלפן, איך גלייב נישט ענק דארפן מיין חיזוק, איז קומטס אריין קלאר אזוי ווי די אלטע צייטן, כל אחד בשמו הטוב מבורך איך וועל נאר פראבירן אויסרעכענען די לעצטע פאר וואס איך האב באמערקט,

@יואב
@איש עיברי
@ליטוואק פון באדאפעסט
@יואליש
@פאליטיקאנט
@פליקער
אבטולמוס
@לעיקוואד
פון וועם איך האב פארגעסן זאל זיך לאזן הערן ביי די לייק קנעפל

ווי אויך די וואס פלעגן אמאל שרייבן און היינט לאזן זיי אונז מיטן צונג אינדערויסן, זיי לאכן אונז און פנים אריין, (זיי לאזן זיך הערן כדי צו ווייזן אז זיי זענען נאך דא, אבער שרייבן שרייבן זיי גארנישט
@שמעקעדיג
@שמעון וואלף
@קאצקע ציקער
@בענדשעמין פרענקלין
@עמעזאן
@יין שרף
@איך אויך
@קורקלענד
@זר זהב

ביטע קומטס אריין מיט אן ערקלערונג וואס גייט פאר.

און צום לעצט, א גרויסן דאנק פאר די וואס לאזן זיך הערן אין גרויסן:
@ר' בערל
@מי אני
@וואלווי און זיין שותף @רביה"ק
@שמן למאור
@מתבודד
@שאלתיאל
@טאמבאל סאס
@תוהו ווהו
@הבל וריק
@יהורם
@דער גאלדענער אדלער
@קהלס נער
@יעקב מעקעסוועל
@חסם סופר

שוין איך האב שוין נישט כוח ווער עס וויל זאל איבערנעמען די לייצעס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הייליגע קאקאש קעיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר