מעכל פרוכטער דער בייזע גייסט! [סייענס-פוקציע]

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זיסע חלומות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 11:27 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

מעכל פרוכטער דער בייזע גייסט! [סייענס-פוקציע]

שליחה דורך זיסע חלומות »

אַ גראָבע שלינג ביר האָט אויסגעצויגן מעכל'ס באַקן און קאַלט געמאַכט זיינע סאַפיקעס וועלכע ווערן געכאַפט טאָטאַל אין סערפרייז. גלייך דערויף איז זיין טעמפראַטור אין מאָגן געפאַלן מיט צענדליגע גראַדן ביז ענדליך זענען די גרימאַסן אַרום זיין מויל פאַרשוואוּנדן געוואָרן אַזוי אַז בלויז זיין באָרד איז געבליבן אויפן פנים.

זיינע צוויי פיס זענען געפאַלן אויפן ליידיג בענקל אַנקעגן איבער. ווי נישט ווי איז בא שבת בא מנוחה, האָט ער זיך אינטער געמורמלט בשעת ווען זיין רעכטע האַנט שלייכט די וואָלענע טלית גדול צו רעכטס און זיין לינקע האַנט שלעפט אַרויס אַ צעקנייטשטע צייטונגס דעקל פון אינטער זיינע לאַפעס, ער וואַרפט זיך רעכטס אַזוי אַז די פאַפירן זאָלן ווערן עטוואָס לויזער און מיט אַן אויסגערעכנטע שנעלקייט פליען זיינע פינגער אַריין דאָרט ווי קיינער וויל נישט דעגרייכן אָבער ס'איז שוין געווען צו שפעט, מעכל איז צוריקגעפאַלן פאַרבלייבנדיג אין האַנט בלויז מיט אַ נאָרוואָס צעריסענעם המספיק גאַזעט.

ער ווייסט גאַנץ גוט אַז מיט זיין "דזשי ענד דזשי" הויזן וועט ער מילא נישט זיצן באַקוועם, דעריבער האָט ער געהויבן דאָס ווייסע פאָן און צוריק געוואָרפן זיין קאָפ צום קאוטש. זאָלן קעפ זינקען אין קישענעס ווי איידער אין תאווה'ס, האָט זיך מעכ'ל געמאַכט אַ שיין פשעטל אָבער גלייכצייטיג הייבט זיך אָן אַ דריקעניש אין מאָגן.

מעכל האָט אָנגעהויבן קרעכצן און כליפעצן מיט שטרייכן אויף די שטערן, ער האָט זיך צעביסלעך צוריק אויפגעזעצט און געגלעט אינטער זיין ציצית ווי כאילו ער איז אין די אוּמשטענדן, אוי הייליגע באַשעפער, מאַך שוין זיס פאַר דיינע קינדערלעך, האָט מעכל געזאָגט מיט אַן אָטעם וואָס הערט זיך ווי דאָס לעצטע אין לעבן. מאַמי איך ווייס נישט וואָס די האָסט אַריינגעלייגט אין די טשולענט אָבער יעצט לייד איך דערפון, ס'איז צרות צרורות, אַךך! האָט ער צוגעענדיגט בשעת זיין האַנט פאַלט צום קאוטש מיט אַ פראַסק. "יאָ איך ווייס, אַלעס בין איך שולדיג" האָט פרימי שטיל געזאָגט צו זיך.

ענדליך ענדליך האָבן די גאַזן אויפגעבראָכן דאָס מויער און איבערגעריסן דאָס קול פונעם "בוילער" אַוועק בלאָזנדיג אַ קענדי רעפער וועלכע איז ביז דאַן געזעצן אויף מעכל'ס שויס, שימי'ס צומי האָט זיך אויסגעלאָזט פון זיין מויל קוקנדיג אויף אַרויף מיט שאָק, פרימי האָט זיך אָפגעשטעלט פון אויף-רוימען די ערד, זי האָט שטייף אָנגעהאַלטן דאָס בעיזעם שטעקן אָפגעריקט פון איר זייט ווי כאילו דאָס איז אַ סאָלדאַט'ס שפיז און געקוקט ברוגז'דיג אויף מעכל ביז שימי'ס אינטערשטע ליפן האָבן זיך איינגעדרייט און אָנגעהויבן וויינען פון שרעק.

מיט אַ שטויס אויף די ערד האָט פרימי אָנגעהויבן קוויטשען אַרויס פון קאָנטראָל, עעקקסקיוזזמממי!? מ'קען דעיס נישט טון נעבן מיך האָט זי געפייערט, די האָסט נישט קיין שום ריספעקט פאַר דיין ווייב? וואָס איז ראָנג מיט דיר? פאַרוואָס קענסטו זיך נישט אויפפירן ווי אַ נאָרמאַלע מענטש האָט זי צוגעענדיגט עטוואס שטילער אָבער מיט פיל מער קאָלירן אויף איר געזיכט.

וואוּ ליגן די מעלאָנע האָט מעכל געפרעגט גלייכגילטיג אויף אַן אופן וואָס דאַרף מכלומרשט אַרויס-צו-ברענגען זיין מוסקולער כאַראַקטער. מעכל גלעט זיין באָרד מיט ביידע הענט און באַטראַכט דאָס ערשטע ווייסע שנירל מיט געהויבענע אויגן ברעמען.

פרימי האָט איגנארירט זיין ביטע און ווייטער גערוימט די ערד מיט כעס. יעדעס וויש מיטן בעזעם אַריין אינעם שאָוועל איז געווען מיט אויסטערלישע עקסטאַז שיקענדיג ברויזיגע כוואַליעס צו אַלע וואָס הערן דאָס. שטויב, ניסלעך, קאָפּס און האַרטע פלאַסטיג לעפלעך, זיי אַלע זענען געוואָרן ווילד אַרומגעשלעפט אינטערן בוזשוועדיגן בעזעם אַזוי אַז דער בייזע שטימונג זאָל זיך וואָס אַ מינוט שטאַרקן צום ערגערונג.

מעכל האָט זיך אויפגעשטעלט פונעם קאוטש איבערלאָזנדיג אינטער זיך אַ צעקנייטשטע גריבל וואָס וועט וויירשיינדליך דאָרט פאַרבלייבן ביז דאָס ענדע פון צייט. זיינע פיס זענען געווען אַריינגעשטופט אין די פערטל שיך ווי כאילו זיי זענען ווען באַקוועמע פּאַפּוטשן און אַזוי איז ער געשטאַנען גענאָגלט מיט רויטע אויסגעפּאָפענע אויגן פאַר געציילטע סעקונדעס. וועלעך מיר אַליינס גיין אַפיר זוכן די מעלאָנע האָט מעכל זיך געאייסערט, אָבער נישט איידער מעכל האָט אָנגעהויבן פאַרפירן אַז זיין לינקע פיס שלאָפט.

טראַך! טראַך! האָט זיך געהערט צוויי דייטשע סאָרט קלאַפעס פון מעכל'ס לינקע פיס, דאָס האָט נאָכגעפאָלגט מיטן צוזאַמפאַל פון שימי'ס שפיל הייזקע געבויט פון בלאַקס. זעלבסט פאַרשטענדליך אַז מעכל האָט ווי אייביג שנעל אויפגעגעבן אויף אַמביציעס וואָס ברויך ווערן אויסגעפירט דורך אים פערזענדליך פיזיש, אָבער אַנשטאָט טרויערן אויף זיינס אַ נידערלאַגע פון מוטלאָזיקייט האָט מעכל זיך געשטאַרקט אין האַרץ קלערענדיג פון זיין מאַכטפולע פערזענליכקייט וועלכע האָט קיין פראָבלעם צו גיין מיט אַ דריזלדיגן פיס.

נחום! נחום!? נחום? איך גיי נישט זאָגן דיין נאָמען נאָכאַמאָל, קום אַרויס פון בעט דעי רגע! איך בין נישט דיין משגיח, איך גיי נישט קומען יעדע פונעף מינוט. נאָ? נישטאָ קיין שום סיבה פאַרוואָס צו זיין מער נאָכגעלאָזט אין קאָנטרי. מעכל האָט געגעבן צוויי מאַכטפולע זעצעס אויפן טיר און אַנשטאָט אַ ווידער קול האָט זיך געהערט צוויי יונגע באָרוועסדיגע פיס אַראָפ שפרינגען צום ערד. ס'איז נאָך דאָ אַ לאַנגע נאָכמיטאָג צו שלאָפן, איך וויל נאָך איבערגיין מיט דיר די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה, איך וויל זיין אין בית המדרש ביז צען מינוט!

מעכל איז שוין געווען אָנגעטאָן אין פולן טראַגע זיך פאַרטראַכטנדיג אין אַ גיליון שטייענדיג אָנגעלאַנט אויפן שוועל פונעם אָפענע טיר, דאָ דאָרט ווען פרויען האָבן שפאַצירט אויפן גאַס האָט זיך אַרויסגעכאַפט אַ בליק צום שאסיי. מעכל האָט יעדעס מאָל שנעל אַוועק געקוקט נישט וועלנדיג ממש מסתכל זיין ס'איז געווען אָבער בבחינת פרוטה לפרוטה מצטרפת…

אַ מאָדנע גערידער וואָס אַפילו ענליך צו דעם האָט ער קיינמאָל נישט געהערט האָט אים אויפגעכאַפט און שאָקירט. דאָס קול איז געווען עקסטרעם הויעך און צו זיין וואוּנדער האָט ער נישט געקענט כאַפן פון ווי דאָס קומט, עס איז געווען ווי כאילו ער האָט "עיר פאונס" אין זיינע אויערן. דאָס קול האָט זיך געטוישט מיט אַ גאַלאָפ פון שטערקער צו שוואַכער ווי אַ ווידער קול. די האָר פון זיינע אָרעמעס האָבן זיך אויפגעשטעלט און אַ קאַלטע מאַסע האָט ווי אויסגעשווענקט זיין מוח.

דאָס קול איז געקומען צו אַ גענצליכע שטילקייט. ווילדערהייט האָט ער אַרומגעקוקט, זיך אָנגעכאַפט אויף דאָס שוועל פון טיר און אַנשטאָט אַריינלויפן אין הויז איז ער כמעט ווי אַריינגעפאַלן, צום מזל האָט ער זיך צוריקגעכאַפט דאָס באַלאַנס אַריין-שטורעמענדיג אין קיך. פרומי!? פרימיס הענט און "טשין" האָבן געטרייסלט, זי איז געווען מער ווייס ווי אַ שירצל און נעבן איר פיס איז געווען אַן אויסגעגאָסענע גלעזל סעלצער. דו האָסט עס אויך געהערט? האָט מעכל געפרעגט זיך אָנכאַפנדיג אויפן קאונטער. פרומי האָט צוגעשאָקלט מיט איר קאָפ אויף יאָ.

ווען מעכל איז צוריקגעגאַנגען צום טיר האָט ער ווידער געהערט אַ גערידער, דאָס מאָל אַ צווייטע סאָרט גערידער אינגאַנצן. עס האָט נישט גענימען לאַנג ביז עס האָט זיך באַוויזן אויפן הימל אַ מאָדנעם אָביעקט. אַ גלאַנציג זילבערנע אייזן, רינדעכיג פון אַלע זייטן ווי אַ שפילצייג טאַבע. מעכל האָט אַראָפ-גענומען זיין שטריימל פון קאָפ כדאי צו קענען ארויפקוקן צום הימל. דאָס פלי מאַשין האָט נישט געהאַט קיין עקן און נישט קיין קראַץ. צו זיין ווינדער האָט ער באַמערקט ווי דאָס טוישט זיך פון קלענער צו גרעסער אַהין און צוריק, נאָך עטליכע סעקונדעס האָט זיך מעכל געכאַפט אַז עס טוישט זיך נישט אין גרויסקייט נאָר דאָס אָביעקט טוישט איר הייעך אין וואָס זי שוועבט. איין רגע זעהט אויס ווי זי איז בלויז צענדליגע פיס העכער זיין הויף און גלייך דערויף זעהט אויס ווי דאָס איז טויזענטער פיס אין די לופטן.

מיטאַמאָל האָט דאָס אָביעקט געהויערט בלויז געציילטע פיס העכער די גאָרטן, בערך צוואָנציג דרייסיג פיס אָפגעריקט פון זיין טיר, עס האָט זיך אַרויסגעשטעלט צו זיין נישט מער ווי עטליכע פיס גרויס. מעכל'ס גוף איז נאָך געווען אַזוי דערשראָקן פון די מאָדנע קולות וואָס ער האָט פריערט געהערט אַז ער האָט נישט געקענט דערהייבן די פחד וואָס איז אים יעצט באַפאַלן, מעכל האָט זיך געטראָפן זיצן אויף די ערד אָנגעלאַנט אויפן וואַנט מיט האַסטיגע אָטעמען זיך וואַרפענדיג פאַר ציטער ווי אַ קינד אַרויס פון שווים באַסיין צו די קעלט.

מען האָט געקענט הערן ווי עפעס אָדער בעסער געזאָגט מער ווי איין זאַך ריקט זיך אינעווייניג אינעם אייזן. דאָס גאַנצע קאָנטרי איז געווען אויף רעדער. ערוואַקסענע מענער זענען אַריינגעלאָפן אין די הייזער און פרובירט צו האַלטן די קינדער אינעווייניג, (פאַרשטייט זיך אַז די וועלכע קענען זיך אויס האָבן געשריגן יו. עף. או.) די פרויען און קינדער האָבן זיך סתם אַזוי געטראָפן אין אַ צעמישטע בהלה און אַ פלייץ פון טעלעפאָן רופן האָבן איבערגעשטרענגט דאָס לאָקאַלע פאָליציי דיספעטשער.

אַ טיר'ל וואָס איז געווען אומזעהבאַר ביז יעצט האָט זיך געעפנט אינטערן אָביעקט, אַ שטאַנג איז אַראָפ-געקומען ביז די ערד און אַ גלאַנציג טינקל ברוינע באַשעפעניש וואָס זעהט אויס מער ענליך צו אַ שוואַרצע מלאך ווי צו עפעס וואָס מיר קענען האָט זיך אַראָפ-געגליטשט און געמאַכט קאָנטאַקט מיט די ערד. אַ קליינע מאָנסטער, קורצע פיס וואָס זענען בלויז עטליכע אינטשעס הויעך, צוויי לעדערנע פליגלען האָבן באַדעקט די זייטן פון זיין קערפער און אַ יונגע פנים וואָס שמייכלט מילד האָט אַרויסגעגעבן אַ זיסע געלעכטער. זיינע שטראַליגע אויגן מיט אַ געהלע קאָליר האָבן ארומגעקוקט אויף אַלע זייטן ביז ווען זיי האָבן זיך פאַרשפאַרט אויף מעכל. דאָס באַשעפעניש האָט גענימען לאַנגזאַמע טריט אין ריכטונג פון מעכל, זיינע פליגלען האָבן זיך נאָכגעשלעפט אויף די גראז און זיינע ווייסע פיס האָבו געמאַכט צו שטויב סיי וואָס זיי האָבן באַררירט.

דאָס ברוינע באַשעפעניש האָט ווילד געלעקט זיינע ליפן אין אַ צייכן פון הינגער און נאָכאַמאָל אויסגעריסן אין אַ הילכיגן געלעכטער. ווען מעכל האָט אָנגעהויבן אַוועק קריכן האָבן זיך די קולות פון אינעווענדיג אינעם פלי מאַשין געשטאַרקט און די ברוינע באַשעפעניש האָט פאַרשנעלערט זיינע טריט. די צוויי לעדערנע פליגלען האָבן געגעבן אַ נעם אַרום מעכל'ס פנים און פייכט געמאַכט זיין געזיכט. מעכל'ס זעה קראַפט איז פאַרשטעלט געוואָרן און ווי אויך זענען זיינע אויערן טיילווייז טויב געוואָרן.

ווען מעכל האָט געעפנט זיינע אויגן האָט ער זיך געטראָפן אינעווייניג אינעם אָביעקט. פונדרויסן האָט דאָס טאַקע אויסגעזעהן בלויז עטליכע פיס, אינעווייניג איז דאָס געווען ווי אַ גרויסע ליידיגע זאַל. נאָך צענדליגע באַשעפענישען האָבן זיך געפונען אינעווייניג, זיי זענען געווען ענליך צו זיין פאַרכאַפער אָבער האַלב אין סייז. זיי זענען אַלע געשטאַנען רינגס אַרום די מאַשין אויסגעדרייט צום וואַנט און זיך געשאָקלט, עס האָט אויסגעזען ווי זיי דאַווענען.

אינעם אָביעקט האָט דאָס באַשעפעניש זיך געהויבן עטליכע פיס נעבן מעכל און געהויערט מיט זיינע פליגלען. מעכל'ס קערפער האָט געטרייסלט ווי אַ פּענעטרירטע מאַמע ביים סאַמע ענדע פון אַ פויסט געטריבענע אויסשפריץ. מעכל האָט נישט געדענקן זיין אייגן נאָמען, אַלס האָט געשווינדעלט ווי אינטערן ים, ער האָט זיך אָבער דערמאַנט זיין פסוק פון שמונה עשרה און דאָס איז געוועזן די מאָמענט וואָס ער האָט אָנגעהויבן טראַכטן אַז ער איז אין עולם האמת, אַ ביטערע שאַרך איז אים פאַרלאָפן נאָר קלערענדיג וואָספאַראַ גיהנום עס וואַרט אים אַצינד…

מעכל האָט געשפירט ווי עטליכע יאָר זענען פאַרביי-געלאָפן, לעכטיג איז געווען אויסגעמישט מיט טונקל און קאַלט איז געווען אויסגעמישט מיט הייס. מעכל האָט געקענט זען אַלע זייטן ווי כאילו זיין גאַנצע קערפער איז אַן אויג. דאָס באַשעפעניש איז געקומען נענטער, אין איין פיס צווישן זיינע נעגל איז געווען פלאַצירט אַ ראָסטיגן טשוואָק און אין דאָס צווייטע פיס האָט ער געהאַלטן אַ גרינעם איינשפריץ. אַ ווילדע רונדע פון מיידלישע געלעכטער האָט זיך געהערט פונעם באַשעפעניש ווען זי האָט אַריין-געשטאָכן אויף איין מאָל אין מעכל'ס רעכטע האַנט דאָס גרינעם איינשפריץ און אין דאָס לינקע האַנט דעם ראָסטיגן טשוואָק.

—---

די הימלען העכער אָפסטעיט ניו יאָרק האָבן אויסגעזען ווי פוירל האַרבער סעקונדעס איידער די יאַפאַנעזע האָבן אַטאַקירט. סקוואַדראָנען פון קאַמפס פליגער און מיליטערישע העליקאָפטער האָבן געפינטלט די בלויע הימל. אויף די ערד איז געווען אַ טאָטאַלע קירפיו און אינטערנעט איז געוואָרן אָפגעשלאָסן. שוואַרצע טרעקלעך פון דעם געהיימע מיליטערישע עי. די. יו. איינהייט האָבן ווי געשטורעמט דאָס אומגעגנט. גרויסע דיש אַנטענעס זענען געווארן אויפגעשטעלט און פאַמאַסקירטע זעלנער האָבן אַריינגעלאַפט צו יעדע הויז וואָס איז נאָר דאָ אַ מעגליכקייט אַז איימיצער האָט עפעס צוגעזען.

מעכל'ס קאָנטרי האָט געהאַט אַ פנים פון אַ לעבעדיגע שלאַכט פעלד. שווערע מאַשין געווער האָבן געצילט צום הימל אויף אַלע ריכטונגען און גרויסע ראַדאַרן האָבן זיך געדרייט אויף די ריקענעס פון געפאַנצערטע טראָקס.

—+----

מעכלס געלעגער איז ווי יעדעס שבת נאָכמיטאָג געווען נאַס פון שווייס, זיינע וואָנצעס און גאַטקעס האבן געקלעבט, בלויז די אויגן און דאָס פערשט פונעם פיס האָבן געהאַט צוטריט צו געזונטע אַקסיגען. פון איין זייט וויל ער נאָך עוסק זיין אין עונג שבת און פון דאָס צווייטע זייט וויל ער גיין אין בית מדרש. היינט וויל ער לאָזן הערן זיין מיינונג פאַרוואָס ער האַלט אַז קאַמען קאָר איז אַסאַך ערגער ווי אינטערנעט, ער ווייסט שוין וואָס יהודה הערש גייט אים צוריק זאָגן און טאַקע אויף דעם וואַרט ער, מעכל האָט גרייט צוריק צו וואַרפן אַזאָנס און אַזעלעכטס אַזש מען וועט דאָס געדענקען אויף אַ לאַנגע צייט.

גע'קטן'ט האָט ער פאר צוויי לאַנגע מינוטן ווי פרעה אינעם נילוס און גלייך דערנאָך געמאַכט זיין וועג צום קיך גאָרגלענדיג זיין האַלדז ווי אַ שיף'ס מאָטאָר, ארויפגעברענגט האָט ער אַ באַקטעריע וואָס מען וואָלט אפילו נישט דורעך-געלאָזט דאָס שוועל פונעם וואָהאַן לאַבעטאָריע און אויב שוין יאָ וואָלטן זיי דאָס וויירשיינליך אַרויסגעליקט צו אַ דערנעבענדיגע מאַרק פון פלעדערמויז.

נעמט פאָזיציעס! איך זאָג נאָכאַמאָל, נעמט פאָזיציעס! האָט אָפעציר טאַמאָס אַריינגעשריגן אין זיין ראַדיא, ס'איז דאָ "מאָוומענט" אין די הויז. פון אַלע דעכער אַרום האָבן זיך אָנגעזעהן שפיצן פון סנייפער רייפעלס. ספעציעלע יוניטס האָבן גענימען שיץ אינטער זייערע טרעקלעך און אַכטע ג'ענעראַציע אַטאַקע העליקאָפטער האָבן ביז אַ קורצע מאָמענט זיך באַוויזן מיט אַ כמעט גענצליכע שטילקייט. אויף די ראַדאַרן האָבן זיך באַוויזן אומגעווענליכע סיגנאַלן. עפעס מאָדנע איז אינעם הויז, דאָס איז נישט עפעס וואָס מיר האָבן אַמאָל געזעהן האָט זיך געהערט אַ פאַרלוירענע געשריי פון קעפטעין מייקל וועלכע מאָנאָווירט ווילד זיין אַר. עי. עיטש 92 סטעלט אַטאַקע העליקאָפטער וועלכע איז צום ערשטע מאָל אין אַקטועלע אַפעראַציע.

צוויי קליינע גרופעס פון געשולטע קאָמאַנדאָס געקליידעט אין שוואַרצן האָבן גענימען קליינע אָבער פלינקע טריט נענטער צום הויז זיך גרייטנדיג צו שטורעמען מעכל'ס באָנגעלאו, עס האָט געהערשט אַ נערוועזע שטילקייט און בלויז דאָס קלינג פון שאָקעלדיגע וואָפן אויף זייערע ריקענעס האָבן זיך געהערט. די קאָמאַנדאָס זענען געווען פון די געוואַגסטע און מערסט טרעניטע קרעפטן, אַזוי ווייט אַז אַלע פערסינאַלן זענען שוין אין די פאַרגאַנגענהייט דערקלערט געוואָרן טויט און זענען געוואָרן איינגעשוואוירן צו דינען אינעם העכסט געהיימע "עליען דיפענס יוניט" עי. די. יו. אָבער אַ שרעק פון מיסטעריע און אומוויסנד האָט זיי צום ערשטע מאָל באַפאַלן, אַלע פון זיי האָבן זיך געשפירט באַדרויעט.

דאָס אַקטועלע איבערפאַל האָט פאַסירט ספאָנטאַן, אַלע האָבן געוויסט וואָס זיי האָבן צוטון כאָטש וואָס זיי האָבן נישט געוויסט דאָס ענדע אויסקום. די זכר בונדלעך וואָס מעכל האָט געהאַלטן אין זיין האַנט האָבן זיך אויסגעלאָזט און צעשפרייט געוואָרן אומעטום אויף אַן אופן וואָס געבט דעם אויסקוק ווי זיי אַנטלויפן צו שיץ. מעכל האָט נישט געקענט טראַכטן פון קיין שום מעגליכע הסבר וואָס אַזאָנס עס שפּילט זיך אויס אין זיין אייגן באָנגעלאו. ווי נאָר פונעף לאַנגע סעקונדעס זענען פאַרביי-געלאָפן האָט מעכל זיך דערזעהן אַליינס, באַמערקט עטליכע וואָפן אויף די ערד און צוגעזען ווי קאָמאַנדאָס אַנטלויפן ווי פון אַ בייזע גייסט… נאָך עטליכע צענדליגע פיס לויפן זענען זיי אַראָפ-געפאַלן באַוואוּסטלאָז אויף די פענימער.

טענטאַטיוו האָט מעכל אַרויסגעטרעטן פונעם טיר צו זעהן וואָס פאַר אַ שוואַרץ יאָר עס האָט פאַסירט. אַ געשריי פון עטליכע הונדערט באַסאָווע זעלנער האָט זיך געהערט, אַלס איז געלאָפן אַוועק פון מעכל, שטויב פון שטיוול האָבן זיך געהויבן אינטער זיי. אוי מיין גאָט! גאָט באַהיט! מיר זענען אינטער אַן עליען אַטאַקע! האָט קעפטעין מייקל געשריגן מיט עקסטאַז אינעם ראַדיאָ.

געב אַ פונקטליכע דיסקריפציע און באַריכט גלייך צום צענטרעל קאָמענד און אַלע לופט קרעפטן זאָלן זאָפאָרט זיך הייבן צו אַ פאַרזיכערטע הייעך! האָט אָפעציר טאַמאָס שטרענג באַפוילן בשעתן לויפן צו זיין שוואַרצע האָמווי.

אָקעי! דיסקריפציע איז ווי פאָלגנד האָט קעפטעין מייקל אַריינגעזאָגט. זיינע אויגן שיינען ווי צוויי גרינע לעמפ, ליטערלי! האָט קעפטעין מייקל קלאָר געמאַכט. ש*ט! וואָס די גהינום! ער קוקט און שיינט אויף מיר! אויף זיין שטערן איז דאָ אויפשריפטן פון אַן אומבאַקאַנטע שפראַך, די אויפשריפטן טוישן זיך כסדר ענליך צו אַ ווידעאָ קליפ. אויוויי מיין קאַמערא איז געדזשעמט!

דא ריפארט קעפטעין ראַבערט. מיין קאַמעראַ איז אויסגעשאַלטערט און מיין דעוויזיע איז שוין צו הויעך, מיר קענען נישט זען דעם ציל.

גענעראַל טאַמאָס איז געווען ווערטערלאָז און געבליבן שטיל. דאָ רעדט קעפטעין מייקל. איך בעט אַן ערלויבעניש צו שיסן.

האַלט דיין פייער! האַלט דיין פייער! האָט טאַמאָס געיאָמערט. מיר דאַרפן קודם פאַרשטיין וויאַזוי ער איז דאָ צוריק געקומען האָט טאַמאָס צוגעלייגט.

דאָס איז קעפטעין מייקל מיט אַן אָפדעיט. האָט זיך געהערט אינעם ראַדיא מיט אַ דערלייכטערונג אין זיין קול. זיינע אויגן זענען צוריק צו נאָרמאַל און די אויפשריפטן זענען פאַרשוואוּנדן געוואָרן, ער זעהט אויס צוריק ווי אַ געווענליכע הומען. מיין גאָט! מעידעי! מעידעי! מעידעי!

דאָ ריפאָרט קעפטעין ראַבערט. מייקל'ס העליקאָפטער איז דאון! איך זאָג איבער, מייקלס טשאַפּער האָט עקספלאָדירט!

פון דאָס געשיכטע וואַגט זיך קיינער צו רעדן...
יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶֽיךָ, ה' אֱלֹקֵי וֵאלֹקֵי אֲבוֹתַי, שֶׁיִּהְיוּ כׇּל חֲלוֹמוֹתַי עָלַי וְעַל כׇּל יִשְׂרָאֵל לְטוֹבָה....... וְתִרְצֵנִי!

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר