גרים בימינו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

גרים בימינו

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

שטייענדיג בעפאר שבועות הבעל"ט ווען מ'ליינט מגילת רות, האב איך געזוכט בין האשכולות צו ס'דא ערגעץ וואו מ'שמועסט אויס די סוגיא פון גרים בזמנינו, און ביזדערווייל לא מצאתי את אשר בקשה נפשי, ע"כ עפן איך דעם אשכול (אדרבה אויב איז שוין דא אזאנס לאזט מיך וואוסן) ווי דער עולם ווערט געבעטן צו לאזן הערן מיינונגען,ידיעות,השערות און מחשבות, אלעס ארום די נושא,וואס איז די אמת'ע סיבה וואס עפ"י רוב באוועגט א מענטש זיך אנצושליסן אינעם עם ישראל?, וויפיל פראצענט פון די יעניגע טוען עס מיט די ריכטיגע ישוב הדעת און מיינען עס אמת'דיג?, וכו', שמעתי אז ס'דא אין דעם פעלד א גרויסע קאם ענד גאוי סיטואציע, ווען אסאך פון זיי טרייען עס אויס פאר א שטיק צייט און גייען צוריק לסורם נאך א וויילע,אזוי אויך האט מיר איינער וואס טוט אביסל מיט די חברה פארציילט אז ס'קומען פאר צווישן די מחנות גרים אזעלכע מעשיות וואס מ'טרעפט אין די פארצייטישע שו"ת ספרים,, מ'איז מוציא כסדר נשים מתחת בעליהן נאך וואס זיי זענען מודה אז ס'געווען ברצון,, וכו' יענער טענה'ט אז ס'קומט מחמת ווייל זיי זענען נאכנישט באהאוונט מיט די הארבקייט פון די ענינים עפ"י תורה, אבער ביי מיר האט עס אנגעצינדן א רויט לעמפל פון וואסערע סארט עלעמענטן מ'רעדט דא, בקיצור, הדבר צריך תלמיד, העמיר מכבד זיין די חברי ורבני השטיבל פורס צו זיין הדברים כשמלה, וירא הקהל וישפוט.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר