שבועות אבזערוואציעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2727 מאל

שבועות אבזערוואציעס

שליחה דורך משה געציל »

ב"ה דער יו"ט המשולשת והמורבעת (עי' עורך אלפיינ"ס שבועות ותמצא כדברינו) איז אריבער מיט גרויס דערהויבענקייט. איך האב אויסגע'נער'ט גאנץ פראג ווען איך האב געלערענט אפאר בלאט גמרא בשעת דער עולם האט געמיינט אז איך זאג תיקון. א טיש ארויפציער זענען געזיצען אפאר יונגעלייט וואס למען הקרעפעל האבן זיי געשפירט פאר וויכטיג צו זיין אויף און האקן קאלא סאדע מיט פאטעטא טשיפס. איי, מיר זענען דאך דא אויף א תיקון מיסיע? הא קעירס, דער עיקר איז אז דאס ווייב און קינדער זעהן נישט אז ער איז שלאפט.

אזוי פירענדיג דעם וויכטיגן דיסקוסיע האט זיך אהינגעשארט א בחור'ל פון איינער פון די באטייליגטע, איך האב שנעל מפסיק געווען ווייל איך האב געוואלט הערן וואס עס קומט נעקסט. ב"ה דער איד האט מיר נישט אנטוישט, זיין זאכליכער רעאקציע איז געקומען זאפארט; משה'לע, פארוואס רעדסטו? מען האט געשמוסט אז דו גייסט נישט רעדן ביז נאך כתר?! איר פארשטייט וואס גייט דא פאר? דער טאטע קען זיצן און פלוידערן קאטשעטעס מיט לאפעטס א גאנצער נאכט, אבער מיין זון? ח"ו! זיך האלטן דעם מויל שלאס פארמאכט! ווען דער בחור'ל גייט גרויס ווערן און ער גייט שמועסן אינמיטן כתר וועט דער טאטע זיך ברעכן קאפ פארוואס זיין תכשיט'ל איז אזוי פארפארן.

שוין, עס ווערט שוין באלד לעכטיג אינדרויסן, דער אינגערמאן וואס האט זיך געאייסערט אז צוויי אזייגער ווען זיין ווייב און קינדער שלאפן שוין, פוצט ער אהיים, האט זיך אזוי אומבאמערקט געטראפן אין ביהמ"ד האלב פינעף. א פארמאטעטער גיי איך אהיים מען כאפט א דרימל, ח"ו נישט געדאווענט קיין ותיקין ווי עס לויטעט די קאנסטעטאציע ביי אונז חסידים; "מען שלאפט אויף צו דאווענען נישט דאס פארקערטע" ודפח"ח, דאס פרי געדאווענאכטס איז נאר פאר די מאדערענע ארטאדקסן געגעבען געווארן. איי, ביי אונז ווייס מיר דאך אז בשעת'ן ליינען קבלת התורה קומט דאך צו שוועבן די השפעות וואס איז געווען א קנאפער פאר טויזענט יאר צוריק ווען מען האט מקבל געווען די תורה, קראנקע חסידים זענען אויסגעהיילט געווארן הערענדיג דעם רבי'ן ליינען, חסידים זענען געפאלן אויף די ערד פאר'חלש'ט הערענדיג די קולות וברקים, נא אויב אזוי איז דאך נישט מער ווי רעכט מתקן צו זיין דער פגם און דירעקט ליינען די עשרת הדיברות פארטאגס עם דמדומי החמה? איך ווייס נישט, "ואנכי בער ולא אדע", כך קבלני, ענדערשט זיין א נער און גלייבן ווי א חכם און פרעגן.

אומגעפער זייגער צען טרעף איך זיך אין א טויט שטילער ביהמ"ד, הגם מען וואלט שוין יעצט געדארפט אנהייבן הודו, קוקט אויס ווי די באגאזשן שלאף וואס האט גענידערט אויפ'ן וועלט בימים ההם חזר'ט זיך איבער בזמן הזה. ענדליך האלב עלף רוקט זיך דער האלב פארשלאפענער עד העולמ'ר אריין, מען שטעלט זיך ברכות, הודו, ביי אהבה רבה זיצן שוין די אלע פארשלאפענע מיט די טליתים איבערן קאפ ווי כאילו זיי זענען שוין געזיצן און געלערענט א שעה פאר'ן דאווענען, הגם פאר פופצען מינוט האט ער נאך געהאלטן אינמיטן טרינקן קאווע, ער קרעכצט שוין דעם אהבה רבה ווי ער מיט'ן תורה זענען מער ווייניגער איינס.

א שטילקייט נעמט אריבער דאס ביהמ"ד ווען דער בעל קורא נעמט זיך פארליינען די שורות פון אקדמות. איך האב א פרעג געטאן איינער פון מיינע נאנטע וואס איז די גרויס התעורורת וואס הערשט בשעת אקדמות האט ער מיר געפרעגט צו איך האב נאכקיינמאל נישט געהערט פון די מעשה פון רבי מאיר ש"ץ מיט'ן גלח. איך בין נישט געווען אין דער מוט פון קיין ויכחים ממילא האב איך מיטגעשאקלט מיט'ן קאפ ווי יעצט פארשטיי איך שוין אלעס, הגם די גאנצע סיפור שטייט אויף הינער פוס, ואפילו את"ל אז די בריוול און דעם סיפור ארום איר איז שרי וקיים, איז וואס? עס איז גרעסער ווי שירת האזינו אדער ברכת יעקב?

מען גייט שוין ליינען די צען געבאטן, וואס איך בין געווען אויף א גאנצער נאכט צוליב איר, אינטערעסאנט אז מען האט נאכנישט אביסל רעפארמירט די דיברות אז עס זאל זיין מער אין איינקלאנג מיט'ן היינטיגען יוגענט, ווי ציונות, אינטערנעט, ובפרט אז א גרויס טייל פון די דיברות זענען שוין נישט אקטועל היינט ווי ערקלערט אינעם עשרת הדיברות שיר. "לא תענה ברעך עד שקר", בשעת'ן ליינען די ווערטער האט מיר נאכאמאל אריינגעבליצט אין קאפ די שוועריקייט וואס איך האב געהאט ביים זאגן די יוצרות זיך פארפלאנטערענדיג אויף די ווערטער פונעם בעל היוצר "מדנים בין אחים מנצים, שנואים לקל ומשקצים", אין אידיש: "פארפיינטעט און פאר'מיאוס'ט זענען ביי גאט, די וואס קריגערייען צווישן ברידער טוהן אנרייצן". ווי איך פארשטיי אוודאי אז לא במלחמת המצוה הכתוב מדבר. איז ווען טרעפט זיך אזא מלחמת הרשות וואס אנדערע טוהן אנרייצן צווישן צוויי ברידער?

אפגעדאווענט, מען גייט שוין צום שוויגער עסן דאס שטיקל טשיז קעיק, הגם געפלאנט האב איך מיט מיין ווייב צו עסן דעם מיליכיגן סעודה אינדערהיים, בפרט אז מיין שוויגער איז פון די וואס טוהן זיך כסדר אויף אז זי לאזט אירע חתונה געהאטע טוהן וואס זיי ווילן, און מישט זיך קיינמאל נישט אריין, דאך האט א יעדער כלל א יוצא מן הכלל, אפילו במקום שנאמר חוץ, און פארשטייט זיך איינמאל מען ברעכט א גדר ווערט עס שוין אינגאנצען אויפגעריסן מיט דער צייט, ביז עס דערקענט זיך אינגאנצען נישט אז דא איז אמאל געווען א גדר. אויב ווען חז"ל האבן אונז לערנען געטאן אז "בזכות נשים צדקניות נגאלו" האבן זיי מכון געווען די שוויגערס בימים ההם, איז ברור לי אז בזמן הזה וואלטן זיי ווען געזאגט "בזכות נשים צדקניות משעובדים אנו". ממילא בין איך ווי א טאטע'לע ארויפגעגאנגען עסן אירע טשיז קעיק און הערן מיין שווערס קרעפלעך פשטלך. לולא דמוסתפנא וואלט איך געזאגט אז די פשטלך ווערן דייקא אנגערופן מיטן צו נאמען קרעפל פשטל משום קרעפל קרעפל לגז"ש, נאמר כאן קרעפל ונאמר בפורים קרעפל מה קרעפל האמור בפורים תורת לאקשן עמו אף קרעפל האמור בשבועות תל"ע. (ועכ"ח צ"ל דהגז"ש מופנה דאל"כ איכא למופרך מה לקרעפל האמור בפורים, שכן בשר עמו תאמר בקרעפל האמור בשבועות שאין בשר עמו, ואכמ"ל).

דער קלימאקס פונעם יו"ט איז לכאורה די גרויסע באגלייטענס וואס ווערן געפראוועט אין די רבי'שע חצירות מוצאי שבועות. לדעתי איז מוצאי שבועות די באגלייטן דאס וויכטיגסטע פון אלע אנדערע ימים טובים, פשוט ווייל מען ברויך באגלייטן דעם רבי פון זיין ניי געשאפענע כלה וואס ביז איבער א יאר שבועות וועט ער איר לכאורה נישט אנקוקען נאכאמאל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר