מלקות היינטיגע צייטען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

מלקות היינטיגע צייטען

שליחה דורך יענער פויגעל »

דער מאמענט האט די וואך געהאט אן אינטערעסאנטער ארטיקעל איבער די נושא פון מלקות היינטיגע צייטען ווי זיי שרייבען צווישען אנדערע אז אפילו אין געוויסע דעמאקראטישע לענדער א שטייגער ווי סינגאפור איז איינגעפירט צו באשטראפען פארברעכער מיט שמיץ. (אפגערעדט פון די אראבישע לענדער ווי עס איז נארמאל) אין אז דאס איז זייער א גוטע אלטערנאטיוו צו טורמע וואס טוט נישט גארנישט אויף אין רוב מאל קומט מען נאך ארויס פון טורמע א גרעסערע פארברעכער ווי ווען מען איז אריין אין עס קאסט סתם אפ שווערע געלטער פאר די שטייער צאלער

יעצט מיין שאלה איז צו האלט איר אז עס וואלט געווען א גוטע עצה איינציפירען דא ביי אונז אין אמעריקע אויך ווי עס איז באוויסט אז די טורמע סיסטעם איז דוירעכגעפוילט אין קארופטירט אין קאסט סתם שווערע געלטער אויפצוהאלטען
יעצט שטעלט אייך פאר דזשאני האט באשווינדעלט די רעגירונג מיט אפאר אלפים סאיז די ערשטע מאל וואס ער באגייט א פארברעכען. אונטער די יעצטיגע גיידליינס וואלט ער דורך די גאנצע סיסטעם אין געריכט וואס על פי רוב פארשלעפט זיך עס פאר לאנגע חדשים אויב נישט יארען. ענדליך ווען עס איז פארטיג פאראורטיילט אים די ריכטער צו צען יאר טורמע

משליידערט אים אריין אין טורמע מיט די ערגסטע פארברעכער אין ער ספענדט דארט די שענסטע יארען פון זיין לעבן. אין יעדע שטיק צייט שפארט מען אים איין אינעם לאך סתם צו דערמאנען ווער עס איז בעל הבית דא. ענדליך ווען ער קומט ארויס נאך צען יאר איז ער אינגאנצען אנגעווייטאגט. קיין נארמאלע דזשאב קען ער נישט טרעפן ווייל ער האט א קרימינאלע רעקארד. שטימען קען ער מער נישט אין אזוי וויייטער ער דערזעהט זיך מיט א שווערער לעבן מאכט ער די פשוטע חשבון איך בין דאך שוין סייווי א קרימינאל נו לאמיר פראבירען נאכאמאל אפשר יעצט וועט עס יא געלונגען

יעצט שטעלט אייך פאר וויאזוי עס וואלט געארבייט אונטער די נייע סיסטעם
דזשאני ווערט געברענגט פאר א ריכטער ווי אלע עדות ווערט פארגעשטעלט. די פראסעקיוטער שטעלט פאר זיין זייט אין זיי לויער שטעלט פאר זיין זייט
די ריכטער נעמט א ברעיק פאר א האלבע שעה אין שמועסט אדוירך די קעיס מיט זיינע אדווייזערס. ער קומט צוריק נאך א האלבע שעה אין גיט ארויס זיין פסק אז דזשאני איז געפונען געווארען שולדיג
ער מאכט נאך א קורצע הפסקה צו באשליסען די שטראף
ער קומט אריין אין פאראורטיילט דזשאני צו פינעף אין צוואנציג שמוץ (בנוסף צו וואס ער דארף צוריק באצאלען די סכום וואס ער האט געגנבט פלאס א קנס)תיכף קומען צו צוויי וועכטער אין כאפען אן דזשאני וואס איז אנגעטון אין די אראנדזשע צו די געשטרייפטע טורמע קליידער (סיי ווייל די בושה איז גרעסער אזוי אין סיי ווייל געווענליך זענען דעס זייער דינע קליידער אין די שמיץ טוען מער וויי) אין פירען אים צו אינמיטען פונעם געריכט זאל ווי עס איז אנגעגרייט די ספעציעלע טישל. זיי לייגען אים איבער. זיי בינדען צו זיין הענט צו די צוויי זייטען פונעם טיש אין איינע פון די וועכטער ציעט אראפ זיין פאסיק אין הייבט אן אריינצופראקען אז עס גייט א רויעך

יעצט די גאנצע שפיל האט גענומען סך הכל אפאר שעה. דזשאני וועט שוין טראכטען פיר מאל פאר ער באגייט נאכאמאל א פארברעך (עס ליגט אים נאך אין די ביינער ווי ער ליגט אזוי אומבאהאלפען אין משמייסט אריין אין אים)
אין מער ווי אלעס ער גייט אהיים אין הייבט אן א לעבן פון דאסניי אין עס שפארט פאר די רעגירונג שווערע שווערע געלטער

לאמיר איבערלאזען טורמע פאר מערדער אדער רעפיסטס וואס איז פשוט א סכנה זיי זאלען זיך דרייען אויפען גאס אדער פאר פארברעכער וואס זענען שוין באגאנגען דעם פארברעך מער ווי איינמאל
טראכט גוט וועט זיין גוט

דער אשכול פארמאגט 77 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר