די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16496
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18930 מאל

די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין ב"ה נישט אויסגעקאכט אין די אינדיאנע עבודה זרות, אבער א לעגענדע גייט ארום אז דארט האבן געוויסע מענטשן אויפגענומען פאר זייער אפגאט א... קו. יא, א פשוט'ע קו, וואס מען מעלקט מילך פון איר. ווען א קוה גייט אדורך די גאס, וועלן זיך אירע חסידים אפשטעלן מיט רעספעקט. אך און וויי אויב א קאר פרובירט אדורכצופארן אדער אפילו בלויז צו פייפן און שטערן די קוה וואס האט זיך פונקט געשטעלט אינמיטן די ראוד. דאס איז פון די ג' חמורות. אויב די הייליגע קוה (פון דא שטאמט דער אויסדרוק "האולי קאו"?) וויל גיין פאר אירע צרכים, וועט מען מיט גרויס עהרפורכט און "קעלבערנע התפעלות" זיך שטעלן ארום און איר לאזן מקריב זיין דעם קרבן בעל פעור, לריח ניחוח אשה לקאשקע. און ווען דער בהמה גיט איימיצן א קאפע, איז מען מקבל די יסורים באהבה, ווארשיינליך האט מען געדארפט עפעס אפקומען און די קוה מיט איר גרויס רחמנות האט געשיקט א דערמאנונג פון אונטן.

איר לאכט. מיר, די פארגעשריטענע נארמאלע אמעריקאנער, וועלכע זענען מער נישט סטאק אינעם מיטל-אלטער מיט די אויסגעטראכטע פאנאטישע אפגעטער, קענען נישט פארשטיין זייער געדאנקען-גאנג. זעהען זיי דען נישט אז דאס איז א פשוט'ע בהמה, א ילוד קיעלע? ווי קען מען זיין אזוי נאריש און גלייבן אין אזא עבודה זרה, וואס פה להם ולא ידברו?

האב איך פאר אייך נייעס, אמעריטשקע: איר טוט די זעלבע פאנאטישע שטיק, איר זענט גארנישט בעסער. איר האט פשוט אויסגעקליבן א צווייטע אפגאט וועמען צו דינען אנשטאט די קיעלע. אייער אפגאט רופט זיך: "געזעץ". און לאמיר זיך ערקלערן.

יעדער בר בי רב פארשטייט וואס איז א געזעץ, עס איז זייער פשוט. ליתר ביאור, האב איך שוין אביסל מסביר געווען אין דעם אשכול עיי"ש. געזעץ איז נישט קיין ציל אדער א מטרה פאר עפעס, עס איז נאר א אמצעי, א עצה, צו האלטן די מענטשן פארזיכערט. יעדע לאנד האט די מינימום אחריות קעהר צו נעמען פון אירע בירגער, און באשטימען געזעצן אז מען זאל קענען וואוינען דארט רואיג און פארזיכערט, און שלעכטע מענטשן זאלן נישט קענען האבן קיין פרייע האנט און שטערן די וואוילע בירגער. זעלבסטפארשטענדליך אז מען איז אויך מקיים דעם שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך, עס פעלט זיך אויס צו האבן געזעץ-אינפארסירער וועלכע זאלן זיכער מאכן אז מען פאלגט אויס די געזעצן און עס איז נישט קיין הפקר פעטרישקע, ואלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו; אבער יעדער פארשטייט אז דאס איז נאר לטובת די מענטשהייט, די מענטשן זענען די עיקר, און דער געזעץ איז נאר א הילף פאר די מענטשן. מען פארשטייט אויך אז ווי מער מענטשן און ווי מער מעגליכע פראבלעמען, אלס מער געזעצן פאדערט זיך צו באשטימען. אלמלי עס וואלטן געלעבט נאר א מנין מענטשן אין שטאט, וואלט מען געקענט רואיג לעבן אן קיין רול'ס און געזעצן.

דער פראבלעם ווערט נאר, ווען די וויזיע ווערט פארנעפלט און מען פארטוישט פריאריטעטן. מען פארגעסט וואס איז דער עיקר און וואס איז דער טפל. ווען מען מאכט אן עיקר פונעם געזעץ, און א טפל פון די מענטשהייט. אין אנדערע ווערטער, מען מאכט דעם געזעץ פארן ציהל, פאר אן עבודה זרה. און דאס שטעלט זיך ארויס אויף מערערע אופנים.

אין אמעריקע, ווייסט יעדער, איז קיינער נישט העכער דעם געזעץ. אפילו נישט די געזעץ געבער אליינס. ניטעמאל דער פרעזידענט. לפי"ז איז לכאורה יתכן אז אויב צב"ש דער פרעזידענט באשטעטיגט א געזעץ וואס ער זעלבסט האט מחדש געווען, און שפעטער מחמת איזה סיבה וועט ער ברעכן זיין אייגענעם געזעץ, קען מען אים באשטראפן דערפאר. ווייל איינמאל ער האט אונטערגעשריבן דעם געזעץ, איז עס געווארן אזא סארט אפגאט וואס אפילו ער זעלבסט טאר עס נישט פארלעצן און מוז האבן רעספעקט דערפאר. אזוי אז עס קען אויסקומען אז דער העכסטער פערזאן פונעם לאנד, דער מערסט-רעספעקטירטער פרעזידענט וואס יעדע ווארט פון אים פארמאגט א שטארקע חשיבות, וואס רוב לאנד האט אים אריינגעוועלט, טאמער האט ער זיך פארטשעפעט מיט עפעס א געזעץ, פארלירט ער אינסטענטלי זיין גאנצע חשיבות. (געוויס פארשטייט מען די מטרה דערפון אז קיינע דיקטאטורן זאלן רעגירן ווי אין די פארגאנגענהייט, אבער מען מוז נישט אלעמאל לויפן צום צווייטן עקסטרים).

געזעצן, ווערן געמאכט דורך מענטשן. פשוט'ע מענטשן, אזוי ווי איך און דו. מענטשן וואס קענען צומאל מאכן טעותים, גראבע טעותים. אסאך געזעצן ווערט געמאכט אונטער פרעשור, אונטער די איינפלוס פון לאביאיסטן, אונטער כעס פון געוויסע אויסברוכן אין לאנד וואס מען פרובירט צו קאנטראלירן, און דעריבער טיילט מען צו אומ'יושר'דיגע שטראפן און מען נעמט אן א (צומאל צייטווייליגן) זערא טאלעראנץ. אלענפאלס, א געזעץ ווערט קאנטראלירט בלויז פון מענטשן, א בשר ודם. עס שטעקט נישט קיין באזונדערע קדושה אזוי ווי, להבדיל, א מצות עשה דאורייתא אדער ניטעמאל א דרבנן וואס באשטימען מצוות צי מקובל מסיני אדער דורך רוה"ק. פארקערט, רוב מאל ווערט עס געטריבן בלויז דורך געוויסע אגענדעס און הרגשים. ממילא ע"פ שכל וואלט א געזעץ נישט געדארפט האבן קיין שום חשיבות מצד עצמו. נאר וויבאלד עס פעלט זיך אויס לטובת די מענטשהייט, האט מען באשטימט אזא זאך ווי פאליטישאנ'ס געזעץ געבער, און געמאכט אז דער געזעץ זאל האבן א געוויסע וועליו וואס מענטשן זאלן רעספעקטירן און אויספאלגן, אלעס צוליב זייער אייגענע טובה.

ביי חז"ל טרעפן מיר אפט א איידיע פון "לא פלוג". א געזעץ בלייבט א געזעץ, אפגעזעהן פון די אומשטענדן. אבער מיר טרעפן אויך אז במקום ספק איז מען מקיל, במקום פיקוח נפש איז מען אלעס מבטל, א שוואכער מענטש טאר גאר נישט פאסטן יוכ"פ. ביי הפסד מרובה קען מען ארומשפילן און זיך פארלאזן אויף געוויסע קולות; ווי אויך איז א גרויסע נפק"מ צווישן א שוגג, אונס און מזיד. אונטערשטע שורה, מען רעכנט זיך מיטן מענטש, די תורה מאכט זיכער אז די מצוות עשה און ל"ת זענען באופן פון "וחי בהם", מען זאל לעבן דערמיט, עס זאל דינען לטובת דעם מענטש.

ווען מען ארבעט מיט שכל, וואלטן זאכן געווען אנדערש אין אונזער אמעריקע. אבער אז מען דינט אן עבודה זרה, האט מען אזא קארופטירטן סיסטעם ווי די געזעץ אינפארסירער, פאליציי און פראקורארן, קענען אויסנוצן דעם געזעץ צו מאנעוורירן א קעיס לויט זייער אגענדע. ווי איך גלייך זיי אנצורופן, "לעגאלע מאפיא". זיי קענען דיר פייניגן און רואינירן דאס לעבן, אלץ אונטערן געזעץ. מען מאכט די מענטשן אלס קנעכט פארן געזעץ. ווען איינער דערשיסט א צווייטן צום טויט רח"ל, וועט מען נישט יענעם ארעסטירן ווייל ער האט געטון א פארברעכן פאר די מענטשהייט; נאר ווייל ער האט געבראכן דאס געזעץ, אונזער עבודה זרה. "האסט נישט געוואוסט? ביסט א שוגג?" סארי, דאס אינטרעסירט אונז נישט. דו דארפסט וויסן אלע ביליאנען געזעצן פונעם געבורט, כי לכך נוצרת.

לאמיר נעמען א פשוט'ע משל. שטעלט אייך פאר עס איז 3 ביינאכט, נישטא קיין נפש חיה אויפן ראוד ווי ווייט אייער אויג קען זעהן, פון אלע 4 זייטן איז ליידיג. איר קומט אן צו א סטאפ סיין, און איר זענט מיד, און ממילא זענט איר נישט געקומען צו א פולשטענדיגע סטאפ ביים סיין, און איר פארט זיך רואיג ווייטער. וואס איר האט אבער נישט באמערקט, אז א פאליציאנט זיצט אין א טונקעלע קאר אין דער זייט און לאקערט בכליון עינים אויף א קרבן, און אצינד האט ער אייך "געפאקט ביי די מעשה". ער צינדט אן די לעמפלעך און מיט א חי'שע אפעטיט שטעלט ער אייך אפ, כדי צו געבן א פעטן טיקעט און איינקאסירן אביסל הכנסות פאר די רעגירונג. ווען בלעמ'ס אייזל וואלט דא געקענט רעדן, וואלט ער געזאגט דעם פאליציאנט, "הער אפיציר, דער גאנצער געזעץ פון זיך אפשטעלן ביי א סטאפ סיין איז דאך אך ורק לטובתינו, אז אויב קומען מערערע אויטא'ס זאל זיין א סדר, נישט א צומישעניש וואס אין מוקדם ומאוחר בסטאפ סיין וואס קען גורם זיין אומגליקן. אבער יעצט אז די גאס איז ליידיג, נישט קיין איינציגע קאר אין די ארומיגע 2 מייל, איז דאך לכאורה פאראן א מקום להקל נישט צו קומען צו א פולשטענדיגע סטאפ"... איר מיינט אז אזא טענה וואלט געהאלפן? דער פאליציאנט וואלט גאנץ זיכער איגנארירט די בקשה און געגעבן זיין טיקעט, ווייל נאך אלעם האט דאך דער דרייווער געבראכן די עבודה זרה וואס הייסט 'געזעץ'. נישט אזוי? מען האט דא געכאפט דעם טוטער, דער גורם פאר אלע פראבלעמען וואס פלאגט דעם לאנד...

לאמיר אנכאפן נאך א דוגמא. ווען א פראקוראר זעהט ער האט א שוואכע קעיס, אנשטאט צו באפרייען דעם אנגעקלאגטן און זיך אפלאזן פון זיין קרבן, וועט ער טון כל מה שביכלתו יענעם צו מאכן אויסקוקן ווי א פארברעכער, דורכן נוצן דעם געזעץ ע"ז. צב"ש ביי די באקאנטע רובאשקין קעיס, צווישן די עטליכע טויזענט צו וויפיל קלאגעס ער איז געפינען געווארן שולדיג, איז געווען איין קאונט פון א אומבאוואוסטע געזעץ אז מען טאר נישט באצאלן פאר די פארמער נאך א געוויסע צייט-אפשניט און רובאשקין האט בלא יודעין געצאלט שפעטער ווי דעם צייט אפשניט. דער געזעץ האט מען מתקן געווען לאנגע יארן פריער צוליב געוויסע סיבות וואס איז שוין היינט נישט שייך, די פארמערס געבן שוין לענגערע טערמינען, אלע שלאכט הייזער שלעפן ארום מיטן באצאלן, און עס גייט זיי נישט אן, כמעט קיינער ווייסט ניטעמאל פון דעם געזעץ, עס איז מער נישט נוגע. לויט ווי מען פארציילט, האט אפילו דער ריכטער אויך נישט געוואוסט דערפון, נאר דער פראקוראר וואס האט געוואלט אויפבלאזן זיינע עוולות, האט עס אפירגעזוכט און אפירגעקראצט פון עפעס אן אלטן געזעץ בוך, און פארלאנגט אן עונש דערויף, ס'טייטש, דער באנדיט האט געבראכן דאס געזעץ!

ווען מען טראכט טיף אריין דערין, איז אוממעגליך מען זאל נישט אויספלאצן אין א כעס אקעגן דעם צודרייטן מהלך המחשבה פון אונזער קולטור אין אמעריקע. די מערסטע מאדנע איז אז אפילו קלוגע מענטשן, ווי פילע היימישע אידן און געריבענע פאליטיקאנטן, וועלן נישט פארשטיין וואס איז ראנג מיט אזא מהלך. האסט גענומען א מענטש וואס איז כמעט אומשולדיג, אים אנגעשמירט מיט א גאנצע פאק קלאגעס וואס יעדער ווייסט ער האט נישט געמיינט שלעכט, און אים פאראורטיילט פאר 30 צי ווייסעך וויפיל יארן צו שמאכטן אין תפיסה מיט די ערגסטע פארברעכער. אבער די 'קלוגע חברה' פארשטייען נישט. ביי זיי איז עס א דבר פשוט, עס איז א הלכה למשה מסיני "יו דו דע קריים יו דו דע טיים", מען האט נאך א בפירוש'ע חז"ל אלס ראי', דינא דמלכותא דינא! טא זאל יענער פארפוילט ווערן, הו קעירס.

איך וויל נישט נעמען קיין עקסטרעמע משלים, אבער כדי לסבר את האוזן וועל איך זיך יא ערלויבן. ביי די נאצישע רעזשים איז אויך געווען "געזעצן" פאר די אידן. "ווער עס וועט זיך אנטקעגן שטעלן דעם געזעץ און נישט קומען אין געטא מארגן אינדערפרי וועט דערשאסן ווערן". און נאך אזעלכע סארט געזעצן. שטייצעך אז די אידן וואס האבן זיך אויסבאהאלטן פארדינען טאקע טויט שטראף, ווייל זיי האבן נישט אויסגעפאלגט די געזעצן, דינא דמלכותא דינא, ואין עונשין אא"כ מזהירין...

ס'איז מיר א פלא אז נאך די מלחמה, ביי די נירנבורג פראצעס, האבן זיך א גרויס חלק פון די מערדער ימ"ש באנוצט מיט די זעלבע אויסרייד, אז זיי האבן פשוט אויסגעפאלגט וואס מען האט זיי באפוילן! זיי האבן זיך נישט געקענט אנטקעגנשטעלן, אויב יא זענען זיי אויסגעשטאנען טויט שטראף, ממילא זענען זיי פשוט "אומשולדיג"! אינטרעסאנט אז מען האט נישט אנגענומען זייער תירוץ... לויט אונזער מהלך המחשבה וואלט מען זיי גאר געדארפט געבן רעספעקט אז זיי האבן אויסגעפאלגט די געזעצן און באפעלן פון זייערע אויבערהארן.

ווי געזאגט, דאס זענען עקסטרעמע אויסנאם משלים, און נישט דאס איז מיין כוונה. געוויס איז אמעריקע נישט קיין לאנד פון רציחה און זיי צו פארגלייכן צו נאצי'ס איז אבסורד; אבער די מטרה פונעם משל איז צו ווייזן אז געזעצן דארף זיין שכל'דיג פאר די טובה פון די בירגער, און אויב ווערט עס געמאכט דורך א ווילדע החלטה, אדער עקסטרעמיסטישע מהלך המחשבה (צב"ש געזעצן וואס טראמפ וואלט געשריבן אקעגן די אימיגראנטן...) דאן האט דער געזעץ נישט קיין שום חשיבות. און נאך מער, אפילו א געזעץ וואס איז יא פארשטענדליך (ווי למשל א סטאפ סיין כנ"ל) און משום לא פלוג דארף מען אייביג סטאפן אפילו ווען עס איז נישטא קיין קאר אויף די אנדערע זייטן, וואלט מען אויך געמעגט געבן א הנחה אויב עס קומט אויס א פאל כנ"ל אז עס איז שפעט ביינאכט, דער דרייווער איז מיד, און עס איז נישט פאראן קיין איין קאר ווי ווייט דער אויג קען זעהן, ווייל סוכ"ס איז דער געזעץ געמאכט געווארן טאקע נאר ווען עס זענען פאראן מערערע קארס, פאר א איינצלנעם קאר דארף מען דאך נישט קיין געזעצן.

אונטערשטע שורה, אז איר וועט אריינטראכטן אין מיינע ווערטער, און איינזעהן ווי אזוי מען באגייט זיך אין אמעריקע מיט מענטשן לגבי דעם געזעץ, וועט איר זעהן אז דער געזעץ אין אמעריקע איז א בלויזע עבודה זרה צו וועמען רוב בירגער אין לאנד דינען ערליך, מיט א הייליגע רעספעקט. אויב אזוי, איז שוין נישט דא וואס צו לאכן פון די אינדיאנע בהמות (תרתי משמע, סיי די אפגעטער און סיי זייערע חסידים וחסידות) וואס דינען זייער קוה אפגאט מיט ציטער און רעספעקט. מיר זענען ביידע אויפן זעלבן פעידזש.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 66 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר